דער געװײנטלעכער העברעיִשער קלאַװיאַטור אױף מעק שױן שטיצט אונטער די ייִדישע אותיות װי אַ, אָ, יִ, אאַ״װ. מיט אָט דער פֿאַרבעסערטער קלאַוויאַטור װאָס איך באַשרײַב דאָ, קען מען, למשל, דרוקן ״אַ״ ווי איין אות, און נישט צװײ אותיות נאָך אַנאַנד.

די העברעיִשע קלאַוויאַטור אין מעקינטאָש האָט אַלע די ייִדישע אותיות. זעט ביטע דאָ און אַ טאַבעלע פֿון קלאַווישטן דאָ.

אָבער זי איז שווער צו באַניצן. פֿאַר „אַ“, למשל מוז מען דרוקן א און דערנאָך 7 מיט ⌥. אזוי אויכעט מיט אָ, פֿ און פּ: מען שטעלט זיי אויף פֿון צוויי אותיות. אַ מאָל, באַדאַרף איין פֿון די דאָזיקע צווי אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי קלאַווישן. ס׳איז באַזונדערש שווער צו טיפּירן בלינדערהייט אַזוי. איך האָב געשאַפֿן אַ קלאַוויאַטור מיט לײַכטע איבערבײַטן.

מען דרוקט
  • ⌥ן פֿאַר „װ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ן“ שטייט לעבן „ו“)
  • ⇧ןפֿאַר „ױ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ן“ שטייט לעבן „ו“)
  • ⌥ט פֿאַר „ײ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ט שטייט לעבן „י“ (,) און אויך: y אויף דעם זעלבן קלאַוויש איז ענלעך אינעם קלאַנג צו „ײַ“.)
  • ⌥א פֿאַר „אַ“
  • ⌥ם פֿאַר „אָ“ (דער מנעמאָנישער סימן: ⌥o)
  • ⌥פ פֿאַר ״פֿ״,
  • און ⌥[ פֿאַר „פּ“. (דער סימן: לעבען פ)
  • אַלע אַנדערע זײַנען פּונקט ווי אין דער העברעיִשער קלאַוויאַטור.
אויב איר געפֿינט פֿאַרבעסערונגן, שרײַבטט ביטע צו. איך זע שוין מעגליכקייטן ווי קוויטשן פֿאַר ״יִ״, ״כּ״, ״תּ״, ״בֿ״, און אזוי ווײַטער -- די כּלל איז אַז מען זאָל נישט טיפּירן צוויי קאָמבינאַציעס, אײנס נאָך אַנאַנד, אַפֿילו מען מוז אַ מאָל דרוקן אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי קלאַווישן צוזאַמן פֿאַר איין אות.

צו ניצן די קלײװיאַטור:
  • מען לאָדט אַראָפּ דאָס קלאַוויאַטור-בינטל דאָ
  • מען עפֿענט (ציִעט די טעקעס אַרויס פֿון) דעם זיפּ-אַרכיוו.
  • מען טאָפּל־קװעטשט די בינטל־טעקע (מיטן סופֿיקס bundle) און אינסטאַלירט די קלאַװיאַטור.
  • מען עפֿנט System Settings און דערנאָך Keyboard layouts.
  • מען גיט אַ קװעטש די פּלוס-איקאָנע כּדי צוצוגעבן אַ קלאַוויאַטור.
  • מען געפֿינט ייִדיש אין דער שפּראַך-רשימה או גיט צו די קלאַוויאַטור.
  • דערנאָך, נעמט מען אַוועק די העברעאישע קלאַוויאַטור. פֿעלט אויס אין גאַרנישט די נײַע קלאַוויאַטור װאָס איז אין דער העבראישער. למעשׂה, די נײַע קלאַוויאַטור איז עיקרדיק נישט קיין ייִדישע, טאַקע נאַך אַלץ אַ העברעאישע, מיט צוגעבונגען צו די ייִדישע עלעמענטן פֿון דער קלאַװיאַטור.