דער געװײנטלעכער העברעיִשער קלאַװיאַטור אױף מעק שױן שטיצט אונטער די ייִדישע אותיות װי אַ, אָ, יִ, אאַ״װ. מיט אָט דער פֿאַרבעסערטער קלאַוויאַטור װאָס איך באַשרײַב דאָ, קען מען, למשל, דרוקן ״אַ״ ווי איין אות, און נישט צװײ אותיות נאָך אַנאַנד.
אַ טאַבעלע דאָ װײַזט אױס די געװײנלטלעכע העברעיִשע קלאַװישן מיט אַ פּאָר צופּאַסונגען פֿאַר ייִדיש, אַבער פּאַר נאָך פּרטים װעגן ייִדיש זעט אונטן.
מ׳קען אױסװאַרטירן ייִדיש מיט דער סטאַנדאַרדער העברעיִשער קלאַװײַאַטור אָבער ס׳איז שװער זי צו ניצן. פֿאַר „אַ“, למשל, מוז מען דרוקן א און דערנאָך 7 מיט ⌥. אזוי אויכעט מיט אָ, פֿ און פּ: מען שטעלט זיי אויף פֿון צוויי אותיות. אַ מאָל, באַדאַרף איין פֿון די דאָזיקע צווײ אַ קאָמבינאַציע פֿון צווײ קלאַווישן. ס׳איז באַזונדערש שווער צו טיפּירן בלינדערהײט אַזוי. איך האָב געשאַפֿן אַ קלאַוויאַטור מיט לײַכטע איבערבײַטן.
מען דרוקט
-
⌥ם
פֿאַר „אָ“ (דער מנעמאָנישער סימן: דער קלאַנג פֿון "o") -
⌥א
פֿאַר „אַ“; אױך “⌥ע
כּדי צו פֿאַרגרינגערן דעם אונטערשײד מיט „אָ“. -
⌥ן
פֿאַר „װ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ן“ שטײט לעבן „ו“) -
⇧ן
פֿאַר „ױ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ן“ שטײט לעבן „ו“) -
⌥ט
פֿאַר „ײ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ט שטײט לעבן „י“ און אויך: y אויף דעם זעלבן קלאַוויש איז ענלעך אינעם קלאַנג צו „ײַ“.) -
⌥פ
פֿאַר „פּ“, -
⌥כ
פֿאַר „פֿ“. (דער סימן: ⌥F) -
⌥ב
פֿאַר „בֿ“, -
⇧כ
פֿאַר „כּ“, -
⇧י
פֿאַר „יִ“, -
⇧צ
פֿאַר „תּ“ (דער סימן: לעבן ת) - אַלע אַנדערע זײַנען פּונקט ווי אין דער העברעיִשער קלאַוויאַטור.
צו ניצן די קלאַװיאַטור:
- מען לאָדט אַראָפּ דאָס קלאַוויאַטור-בינטל דאָ
- מען עפֿענט (ציִעט די טעקעס אַרויס פֿון) דעם זיפּ-אַרכיוו.
- מען טאָפּל־קװעטשט די בינטל־טעקע (מיטן סופֿיקס bundle) און אינסטאַלירט די קלאַװיאַטור.
- מען עפֿנט System Settings און דערנאָך Keyboard layouts.
- מען גיט אַ קװעטש די פּלוס-איקאָנע כּדי צוצוגעבן אַ קלאַוויאַטור.
- מען געפֿינט ײִדיש אין דער שפּראַך-רשימה או גיט צו די קלאַוויאַטור.
- דערנאָך, נעמט מען אַוועק די העברעאישע קלאַוויאַטור. פֿעלט אויס אין גאַרנישט די נײַע קלאַוויאַטור װאָס איז אין דער העבראישער. למעשׂה, די נײַע קלאַוויאַטור איז עיקרדיק נישט קײן ײִדישע, טאַקע נאַך אַלץ אַ העברעאישע, מיט צוגעבונגען צו די ייִדישע עלעמענטן פֿון דער קלאַװיאַטור.