כּלערלײ אופֿנים פֿאַרענדיקן אַ װאָרט מיט עין־ריש
אין זיך לערנען ייִדיש, בין איך זײער צעמישט געװאָרן מיט די כּללים פֿאַר „-ער“ בײַם סוף סובסטאַנטיװן און אַדיעקטיװן. די פֿאַרשידענע באַטײַטן פֿונעם סופֿיקס האָבן אַ סך אופֿנים מיט װאָס זײ צו פֿורעמען די מערצאָל און די בײגפֿאַלן.
-ער פֿון טוער
דער פֿאַרפּלאָנטערנדיקסטער באַניץ האָט דעם באַטײַט פֿון טוער: „לױפֿער“, „שרײַבער“, „אָנפֿירער“. ס׳איז געפֿורעמט אױף דער באַזע פֿון אַ װערב און אפֿשר איז די פֿאָרמאַציע אַפֿילו פּראָדוקטיװ: װײס איך נישט. דאָס לשון־רבים איז אַ פּאַטשקערײַ: מיט -ס, אָבער אױך אָן שום סופֿיקס:„ צװײ שרײַבערס“, „צװײ שרײַבער“. איך האָב געלײענט און געהערט די בײדע.
די װערטערביכער באָטן אונדז אָן נישט קײן ישועה. דאָס אַרומנעמיקע ייִדיש־ענגליש װערטערבוך גיט פֿאַר לשון־רבים „ לױפֿערס “, און אַנטקעגן־זשע אי „שרײַבער“ אי „שרײַבערס“ , בעת דאָס אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדיש װערטערבוך גיט נאָר „ לױפֿערס “ און „ שרײַבערס “. מײן איך (זײַ מוחל די חוצפּה פֿון אַני־הקטן) אַז זײ האָבן אַ טעות, אַז דער אױסקלײַב איז נישט לעקסיקאַליש און נישט דיקאַלעקישט אלא װאָס דען איז טאַקע גאַנץ פּערסאָנעל; און אַז מע דאָרף זײַן קאָנסעקװענט (אַקעגן די װערטערביכער אַלײן).
-ער פֿון פֿאָלק
אַ סך דעמאָנימען, ד.ה. נעמען פֿון פֿעלקער, ענדיקן זיך אין ־ער. די װערטער קענען זײַן אַדיעקטיװן, װי „אַמעריקאַנער“, אַ סינאָנים פֿון „אַמעריקאַניש“; אָדער סובסטאַנטיװן—אַן „אַמעריקאַנער“ איז אַן אַמעריקאַנער מענשט. אָט דאָ איז דער מצבֿ פּשוט: דער אַדיעקטיװ איז אינװאַריאַנט, נישט־געבױגן, און אַפֿילו דאָס לשון־רבים בלײַבט -ער, אָן שום סופֿיקס. דער סובסטאַנטיװ האָט, פּונקט אַזױ, אַ לשון־רבים אָן שינוי: „צװײ אַמעריקאַנער“. דאָס לשון־נקבֿה פֿונעם סובסטאַנטיװ, אָבער נישט פֿונעם אַדיעקטיװ, נעמט -ין, למשל „אַמעריקאַנערין“, מיט -ס אין לשון־רבים.
-ער פֿון בײגפֿאַל
דאָס לערנט מען זיך פֿרי, און דערנאָך איז עס נישט שװער צו געדענקען: „דער שװאַרצער הונט יאָגט זיך נאָך נאָך דער װײַסער קאַץ.“ אַזױ מיט אַדיעקטיװין, אַזױ אױך מיט סובסטאַנטיװירטע אַדיקעטיװו, דהײַנו געבוֹגטע סובסטאַנטיװן.
-ער פֿון קאָמפּראַראַטיװ
„ מײַן פּנים איז רױט; דײַנס איס רױטער.“ דער -ער באַטײַט פאַרגלײַכונג, און איז געבױגן נאָרמאַלערהײַט, װאָס גיט אַ מאָל אַ טאָפּלן -ער: „דער רױטער קװײט און דער רױטערער קװײט.“ „כ׳האָב געקוקט מיט התפּעלות אױף דער רױטער בלום, און מיט נאָך מער התפּעלות אױף דער רױטערער בלום.“
-ער פֿון לשון־רבים
סובסטאַנטיװן באַקומען אַ סך סאָרטן מערצאָל־פֿאָרמען, און עטעלעכע נעמען אָן ־ער, אָ מאָל מיט שינױים אינעם שטאַם: „צװײ בײנער“, „צװײ גערטנער“ (װאָס איז אי דאָס לשון־רבים פֿון „גאָרטן“, אי דער טוער, דער װאָס אַרבעט דאָרטן אינעם גאָרטן.)
-ער פֿונעם שטאַם
װערטער קענען פֿאַרענדיקן זיך סתּם־אַזױ מיט ־ער: „קלער אַ בער װאָס קומט אַהער.“ אױב דאָס װאָרט איז אַן אַדיעקטיװ, קען עס האָבן נאָך אַן ־ער פֿאַר אַ בײגפֿאַל, אַזש דרײַ מאָל ־ער אינעם קאָמפּאַראַטיװ: „אַ שװערער קלער, און נאָך אַ שװערערער קלער.“
נישט מער
דאָס איז אַלץ. אַז איר האָט אַן אַנטפֿער װאָס די ענינים איך װאָס איך בין נישט געװען זיכער אױבן אָדער טאָמער האָב איך געגרײַזט אָדער פֿאַרפֿעלט אַ װיכטיקן סאָרט ־ער, זײַט אַזױ גוט און שיקט אַ בליצבריװל.