מ׳האָט אַן אָפּטימיזאַציע־פּראָצעס װאָס ציִעט זיך לאַנג און קאָסט טײַער, למשל אַ מאַשין־לערנען סעסיע אָדער אַן א׳־ב׳ טעסט פֿאַר אַ װעבזײַט. װאָס טוט מען װען דער אַרױסקום איז נישט גענוג גוט, װי קומט ס׳רובֿ פֿאָר? מ׳קען איבערבײַטן די פּאַראַמעטרן אַ ביסל און פֿרוּװן נאָך אַ מאָל, אָבער װי שױן געזאָגט, איז דער פּראָצעס פּאַמעלעך און קאָסטיק, און מע װיל בעסער באַניצן זיך װאָס גיכער מיט די בעסטע פּאַראַמעטרן.

זיך צונױפֿגעקומען צו די בעסטע פּאַראַמעטרן

שװאַרץ־קעסטל אָפּטימיזאַציע איז אַ נײַע שיטה פֿאַר דעם, אַדורכגעפֿירט אינעם „װיזיר“ דינסט פֿון גוגל־װאָלקן, אַ טײל פֿון דער רײ דינסטן „װערטעקס“ פֿאַר קינסטלעכער־אונצעליגענץ. אין שװאַרץ־קעסטל אָפּטימיזאַציע, פֿירט מען אַן איבערחזרישן שמועס מיטן דינסט, אין װעלכן מ׳שיקט צו די פּאַראַמעטרן װאָס מ׳האָט געניצט אין דעם אַנומלטיקן אָפּטימיזאַציע־סעסיע, און אױך דער מאָס װאָס מ׳האָט דערגרײכט; דער דינסט שיקט צוריק פֿאָרלײגן פֿאַר פּאַראַמעטרן פֿאַר נאָך אױספּרוּװן, און אַזױ װידער און אָבער, ביסלעכװײַז פֿערבעסערנדיק דעם אַרױסקום.

פֿאַר װאָס „שװאַרץ קעסטל“

די צעטײלונג פֿון אַחריותן איז דאָ װיכטיק: דער דינסט נאָר לײגט פֿאָר פּאַראַמעטרן, אױפֿן סמך פֿון די פֿריִערדיקע פּאַראַמעטרן און מאָסן װאָס דער ניצער האָט אַרײַנגעשיקט. דער ניצער, אַקעגן זשע, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די אָפּטימיזאַציע־פּראָצעסן גופֿא, למשל די סעסיעס פֿון מאַשין־לערנען, אָדער די א׳־ב׳ טעסטן. דער װיזיר־דינסט װײסט גאָרנישט װעגן די גראַדיענטן, ד.ה. די פֿאָרעם פֿון דער פֿונקציע װאָס ער העלפֿט אָפּטימיזירן, נאָר די צוגעשיקטע געגעבענע. װיזיר װײסט אַפֿילו נישט צי מען טוט מאַשין־לערנען בכּלל, צי עפּעס אַנדערש. דאָס איז די סיבה פֿאַר דער נאָמען „שװאַרץ־קעסטל“.

נישט נאָר מאַשין-לערנען

מע ניצט שװאַרץ־קעסטל אָפּטימיזאַציע פֿאַר מאַשין־לערנען, אין װעלכן װיזיר לײגט פֿאָר היפּער־פּאַראַמעטרן פֿאַר יעדער סעסיע, כּדי צו מאַקסימיזירן אַ מאָס װי באַלאַנסירטע־אַקוראַטקײט, אָבער װיזיר ס׳איז לאַװ־דװקא פֿאַר דעם אַלײן. מע ניצט אים אױך פֿאַר א׳־ב׳ טעסטן, אין װעלכן מע מאַקסימיזירט די צאָל ניצערס און זײער דױער אין דער װעבזײַט. מ׳קען ניצן װיזיר פֿאַר צושטעל־קײט אָנפֿירונג, קלײַבנדיק יעדן טאָג דעם פּאַסיקן מיש אַרײַנװאַרג כּדי צו מינימיזירן דעם פּרײַז און מאַקסימיזן דאָס כּמות אַרױסװאַרג. אָדער מ׳קען אױסקלײַבן דעם בעסטן באַקרעצעפּט פֿאַר קיכלעך—אַזױ האָט געטאָן די פֿאָרשגרופּע װאָס האָט אױסגעטראַכט װיזיר. זײ האָבן געמאָסטן יעדע רונדע באַקן לױט דער שאַצונג פֿון פֿאַרזוכערס, און צוגעשיקט צו װיזיר די מאָס און די פּאַראַמעטרן: די קװאַנטיטעטן פֿאַרשײדענע אינגערדיענטן און דעם באַשטי֜מטן רעצעט װאָס זײ האָבן געבאַקט. װיזיר האָט געענטפֿערט מיט פֿאָרלײגן פֿאַר נײַע קװאַנטיטעטן. ס׳איז באַשײַמפּערלעך אַז באַקן טױזנטע װאַריאַציעס פֿון קיכלעך איז געװען אוממעגלעך, אָבער מיט דער הילף פֿון װיזיר, זײַנען זײ זיך צונױפֿגעקומען צו אַ באַטעמטן רעצעט.

װי מע ניצט װיזיר

כּדי זיך צו באַניצן מיט װיזיר, שאַפֿט מען אַ „שטודיע“. אין דער שטודיע פֿירט מען אַדורך אַ רײ „אױספּרוּװן“.

אין יעדן אױספּרוּװ, שיקט מען צו דעם װיזיר־דינסט די פּאַראַמעטרן פֿונעם פֿריִערדיקן אױספּרוּװ און די מאָס װאָס איז אַרױסגעקומען. װיזיר שיקט צוריק אַ פּאָר פֿאָרלײגן פֿאַר פּאַראַמעטרן, אַזױ:

מען ניצט בדרך־כּלל די דאָזיקע פּאַראַמעטרן אַדורכצופֿירן די קומעדיקע אױספּרוּװן—דאָס איז דאָך דער צװעק פֿון װיזיר. אָבער מע מוז נישט, און מ׳קען אַדורכפֿירן אױספּרוּװן מיט װאָסער נישט איז פּאַראַמעטרן. למשל, אױב ס׳װילט זיך די פּראָדוקט־אָנפֿירערס איבערפּרוּװן אַ נײַע אידעע פֿאַר דער װעבזײַט, קען מען דאָס טאָן און דאָך צושיקן די רעזולטאַטן צו װיזיר, פּונקט װי מע טוט װען מע נעמט אָן די פֿאָרלײגן. איך יעדן פֿאַל, ניצט װיזיר די צוגעשיקטע רעזולטאַטן צו שאַפֿן בעסערע פֿאָרלײגן.

מ׳הערט אױף מיט אױספּרוּװן נאָך אַ צאָל איבערחזרונגען װאָס מע האָט באַשטימט אין פֿאָרױס: דער פֿאָרלײג איז אַז די צאָל זאָל זײַן צען־מאָל די צאָל פּאַראַמעטרן, למשל צװאַנציק אױספּרוּװן אױב מ׳האָט צװײ פּאַראַמעטרן. אָדער מ׳קען בעטן בײַ װיזיר פֿאָרצולײגן אַן אױפֿהער װען די מאָס אױף יעדער רעפּעטיציע פֿאַרבעסערט זיך שױן נישט קײן סך.