„ דאָס חלום־זוכעניש פֿון אומבאַקאַנט קדת “ האָב איך אילוסטרירט מיט בילדער געשאַפֿן פֿון קינסטלעכע־אינטעליגענץ (ק״א)־דינסטן. אָבער שולדגעפֿילן האָבן מיך באַגלײט: צי טױגן אַזעלכע מעכאַנישע אַרױסװאַרגן פֿאַר דער קונסט, װאָס איז מהותדיק מענטשלעך, אײנע פֿון די מענטשלעכסטע זאַכן? װען איך מאַך די ק״א־דינסטן אױסצושפּײַען צענדליקער בילדער און דערנאָך קלײַב אױס אַ פּאָר, איז דאָס נישט שפּאָט אױף דער שעפֿערישקײט װאָס איז דער טױגעװדיקער מיטל אױף שאַפֿן קונסט?
אַקעגן דעם, האָב איך צװײ טענות. די ערשטע, אַז די קינסטלעכע בילדער זײַענן בעסער; נישט קײן טאַנדעטע ערזאַצן, נאָר װאָס איכותדיקע אױסמאָלונגען פֿון די סצענעס. אָט אונטן אַ פּאָר טאָװל־אונוסטראַציעס: מענטשלעך געשאַפֿן, פֿאַרשטײטֹ זיך. לױט מײַן עניװוּתדיקער מײנונג, די קינסטלעכע אילוסטראַציעס אינעם ייִדיש נוסח דריקן בעסער אױס די שפּירונג. פֿון דעם לערנען מיר אױס אַז די ק״א האָט אַזש דערגרײכט די מענטשלעכע מדרגה אין דעם תּחום, אָדער אַפֿילו נאָך װײַטער, סײַדן האַלט מען בײַ דער נײטיקײיט פֿאַר אַ בשׂר־ודמדיקער נשמה.
|
|
|
|
|