אױב דער אַרטיקל געפֿעלט איר, קומט אַרבעטן מיט מיר אין דויִט אינטערנאַציאָנעל, װוּ איך בין אַן עצה-געבער אין װאָלקן-אַרכיטעקטור. שרײַבט מיר אָדער שיקט צו אײַער רעזומע דאַ.

זעט אױך אַן אַרטיקל (אין ענגליש, זײַט מוחל) װאָס שטעלט פֿאָר אונדזער שטייגר אַרבעט, װאָס איז גאָר אַנדערש פֿון געװײנטלעכע אַרבעט-סבֿיבֿות.

____________________________________

English here ענגליש דאָ

____________________________________

דער פּשוטער אופֿן צו לאָזן אַרבעטן קאָמפּליצירטע צושטעלער־אַפּליקאַציעס

קובערנעטעס פֿאַרנעמ ט זיך מיט דער פּראָבלעם פון לאָזן אַרבעטן קאָמפּליצירטע צושטעלער־אַפּליקאַציעס, און אָרקעסטרירן דעם סך חלקים װאָס זיי נעמען אַריין.

אַ גרױסע, פֿאַרשפּרײטע סיסטעם

ראשית־⁠כּל, די חלקים: אין משך פֿון די יאָרצענדליקער שטײַגט דאָס קאָמפּיוטערײַ אַרױף צו װאָס אַ מאָל העכערע ניװאָען אַבסטראַקציע. מען האָט אָנגעהױבן מיט פּראָגראַמװאַרג אױף קאָמפּיוטערס ממש—דאָס מאַשינװאַרג—און פֿון דאָרטן, איז מען אַ ריבערגעגאַנגן צו װ ירטועלע מאַשינען. אָבער פֿון 2015 אָן, איז אױפֿ געקומען אַ נײַע אַבסטראַקציע, דער קאָנטײנער: אַ טראָגעװדיק, לײַכטװאָגיק בינטל פֿונקציאָנאַליטעט — אַ טײל פֿון אַ צושטעלער־אַפּליקאַציע.

דער קאָנטײנער

אַ קאָנטײנער קען אַרבעטן אױף אַ װירטועלער מאַשין, אָבער ער אַלײן איז דאָך נישט קײן װירטועלע מאַש ין: ער איז נישט מער װי אַ גוט־באַשיצטע פּאַפּקע־רשימה װאָס נעמט אַרײַן אַן אַפּליקאַציע; ער איז אַ בינטל פּאַפּקעס װאָס מען קען אַראָפּלאָדן צו אַ װירטועלער מאַשין, און ניצן דאָרטן, נישט זיך זאָרגנדיק װעגן אַנדערע טעקעס אין דער דאָזיקער מאַשין.

אָרקעסטראַציע

בשעת די װאָלקן־פּלאַטפֿאָרמעס האָבן דערמעגלעכט די פּראָגראַמװאַרג־סיסטעמען צו װערן װאָס אַ מאָל קאָמפּליצירטער און גרעסער, װערט די אױטאָמאַטישע פֿאַרװאַלטונג װיכט יקער.

מען האַט צוגעטראַכט קובערנעטעס טאַקע פֿאַר אָט דעם ציל: עס אָרקעסטרירט פּראָגראַמװאַרג־קאָנטײנערס. דאָס הײסט, עס לאָזט אין גאַנג קאָנטײנערס און פֿאַרזיכערט אַז זײ זאָלן אַרבעטן כּסדר; עס דעפֿינירט די קאָמוניקאַציע צװישן זײ; װען דער לאַסט פֿאַרגרעסערט זיך, און מער צונױפֿרעכנען-כּוח װערט נײטיק, גיט עס צו נאָך מ ער קאָנטײנערס צו דער גרופּע װאָס שטעלט צו אַן אַפּליקאַציע; און אַזױ װײַטער.

צי באַדאַרף מען קובערנעטעס?

צי זשע איז קוב ערנעטעס ממש נײטיק? אַװדאי נישט. פּראָגראַמװאַרג האָט געאַרבעט װי געשמירט שױן לאַנגע יאָרן, לאַנג פֿאַר קובערנעטעס. פֿונדעסטװעגן, אױב אַ װאָלקן־צושטעלער איז בכלל קאָמפּליצירט, װעט מען געפֿינען אַז קובערנעטעס פֿאַרפּשוטערט דאָס לעבן. עס איז אַ סטאַנדאַרד פֿאַר װאָלקן־אָרקעסטראַציע, איז עס דערלױבט אױסצוניצן די ברײטע גאַמע זײַטיקן פּראָגראַמװאַרג װאָס אַרבעט צוזאַמען מיט אים.

אַ סך װערטער

ס׳ איז פֿאַראַן אין קובערנעטס אַ סך באַגריפֿן װאָס אָרגאַניזירן די מחשבֿות װעגן אָרקעסטראַציע: למשל, „שױט“, „צעשטעלונג“, „דינסט“, און נאָך מער. די פּרטים פֿון די דעפֿיניציעס אַרן אונדז איצט נישט.

אָבער אָט אַ קורצער איבערבליק: אַ „שױט“ (װי אַ שױט אַרבעס) איז אַ קאָנטײנער, אַ מאָל צונױפֿגעבונדן מיט אַנדערע געהילפֿס־קאָנטיינערס, װאָס אַרבעט אינעם װאָלקן. אַ „צעשטעלונג“ איז אַ גרופּע קאָפּיעס פֿון אַ שױט װאָס דערלאַנגט צוזאַמען אַן אַפּליקאַציע. אַ „דינסט“ מאַכט צוטרעטלעך אַן אַפּליקאַציע אױף אַ געװיסן אַדרעס.

מאַך אַן אַפּליקאַציע, איצט

איצט װעל איך אײַך דורכפֿירן, לױט דעם קדמונישן מנהג, דורך אַ דוגמאלע װאָס באַװײַזט „שלום־עליכם, װעלט“ אױף דעם עקראַן מיט דער הילף פֿון קובערנעטעס. מיר װעלן זיך באַדינען מיט אַ פּשוטן צושטעלער.

  1. ערשטנס, שאַפֿט מען אַ „קנױל“: אַ קאָלעקציע װירטועלע־מאַשינען, אין װעלכער די קאָנטיינערס װעלן אַרבעטן.
  • מען פֿאַרשרײַבט זיך אױף דעם גוגל־װאָלקן. עס איז דאָ אַן אומזיסטע ברירה.
  • אין דעם װאָלקן־קאָנסאָל, גייט מען צו צו " גוגל קובערנעטעס מאָטאָר " און גיט אַ קװעטש אױף CREATE און נאָך דעם CONFIGURE לעבן Standard.
  • דערנאָך: My first cluster און CREATE NOW.

  1. צװײטנס, גייט מען ארײַן אינעם װאָלקן־שאָלעכץ, אַ ספּעציעלע װירטועלע מאַשין װוּ מען קען געבן באַפֿעלן װי אין יעדן קאָמפּיוטער. (ברירהדיק, קען מען געבן די באַפֿעלן אינעם שױס־⁠קאָמפּיוטער.)
  • מען גיט אַ קװעטש אױפֿןצנאָמען פֿון דעם קנױל.
  • מען גיט אַ קװעטש אױף CONNECT און RUN IN CLOUD SHELL כּדי צו גיין צו דעם װאָלקן־שאָלעכץ. מען זעט דאָרטן אַ באַפֿעל װי:

gcloud clusters get-credentials my-first-cluster-1 --zone us-central1-c --project my-project

  • מען װאָרטירט Enter צו שיקן דעם אָ באַפֿעל און זיך צו פֿאַרבינדן מיט דעם קנױל.
  • אױב AUTHORIZE באַװײַזט זיך, גיט מען אױף אים אַ קװעטש.
  1. דריטנס, לאַנצירט מען די צעשטעלונג מיט דער אַפּליקאַציע אױפֿן סמך פון דעפֿיניציע⁠ס אין אַ YAML טעקע.
  • מען קען ארײַנקוקן אין דער טעקע אינעם אַדרעס אינעם װײַטערדיקן באַפֿעל, און זען די דעפֿיניציעס פֿון דער צעשטעלונג און דינסט.

kubectl apply -f https://joshuafox.com/content/sholem.yaml

  • מען װאָרטירט דעם אױבנדיקן באַפֿעל.
  1. נאָך דרײַ מינוט לערך, װאַרטירט מען kubectl get service,deployment
  • מען זעט, לעבן דינסט sholem-service, אַן אַדרעס אונטער EXTERNAL-IP
  • לעבן דער צעשטעלונג, זעט מען "1/1" , װאָס װײַזט אָן אַז מען האָט געבעטן איין שױט און אַז איין שױט אַרבעט. אױב מען זעט דאָס נישט, װאַרט מען אַ פּאָר מינוט און פרוּװט װידער.

$ kubectl get service,deployment

NAME TYPE CLUSTER-IP          EXTERNAL-IP PORT(S) AGE

service/kubernetes          ClusterIP          10.108.0.1          <none> 443/TCP          78m

service/sholem-service LoadBalancer 10.108.1.156 34.69.48.156 80:30716/TCP 10s

NAME          READY UP-TO-DATE AVAILABLE AGE

deployment.apps/sholem-deployment 1/1          1 1          19m

  • מען עפֿנט אין אַ בלעטערער דעם צװייטן אינטערנעץ־פּראָטאָקאָל־אַדרעס װאָס באָװײַזט זיך אין דער sholem-service שורה , װי למשל 34.69.48.156 דאָ.
  • מען זעט אַ װעבזײַטל דערלאַנגט פֿון דעם צושטעלער, װאָס זאָגט „שלום עליכם, װעלט“.
  1. מיר האָבן דערגרייכט די ציל! מיר האָבן אַ צושטלעלר װאָס אַרבעט אינעם װאָלקן, געשאַפֿן פֿון אַ פֿאַרױסדעפֿינירט בינטל פֿונקציאָנאַליטעט, אױף אַן אינפֿראַסטרוקטור מיט װעלכער קובערנעטעס פֿירט באַקװעם אױף.