די ערשרטע און צװײטע און דריטע

דאָס שפריכװאָרטז זאָגט: „אַכצען ייִדן, צװײ מנינים.“

כאָטש אדרתֿ איז צו קלײן די פֿיר—אָדער פֿינף, און אָ מאָל זעקס—שילן, שטיבלעך, און מנינים װאָס עס האָט, פֿאָרט שטרבען די ײִדן מיט קלײנער הצלחה צו בױען מער.

ערשטנס, די צענטראַלע שיל, די אײנציקע געבױטע מיט מלוכה־געלט. זי שטײט אין אַ פּרעכטיקן בנין אין מיטן אדרתֿ.

די צװײטע שיל, װאָס האָט זיך געשפּאָלטן פֿון דער קהילה מיט פֿערציק יאָר צוריק, און איז געבױט געװאָרן מיט דעם געלט פֿון אַן אַדרתֿער גבֿיר אַ בעל־⁠הבית פֿון אַ שטײנערײַ — אָבער איך האָב נישט געהערט קײן װאָרט װעגן אים אַחוץ פֿון װאָס איך האָב דערצײלט — איז די לעצטע מיט איר אײגענעם בנין, װײַל די דריטע איז אַ קלײנינק שטיבל פֿון בעטאָן, אַ פּודעלע אױף שטאָלצן.

אין דעם סעלבן אופֿן האָט מען געבױט אַלע די ערשטע הײַזער פֿון דעם מושב—אָדער בעסער געזאָגט שטעטל, װײַל דער בשותּפֿותדיקער עלעמעט האָט קײן מאָל נישט מצליח געװען. דאָס בױען איז געשען מיט זעכציק יאָר צוריק, און באַלד נאָך דעם האָבן זיך אָפּכעטראָגן די רומענישע און אונגערישע װאָס די סוכנותֿ האָט געברענגט‎ אַהער צו װױנען אין דעם שטײנערדיקן װױסטעניש פֿון דער געגנט עדולם (מיר שטאָלצירן מיט אײנעם אַ נשׂיא פֿון ישראל, אפֿשר יצחק בן צבֿי, װאָס האָט געשריבן אַ ליד װעגן דעם אומפֿרוכפּערדיקן באָדן פֿון אונדזער געגנט). איז די ציוניסטישע טוערס װאָס זײַנען אַרײַנגעקומען כדי צו עצהן די נײַע אָנחשקדיקע פּױערים האָבן געמוזט אַרומגײן פֿון הױז צו הױז, אָנצינדנדיק די לאָמפּן, בלױז  כּדי זײַ זאָלן זיך נישט פֿילן עלנט. דערנאָך זײַנען די מאָראָקאַנער אַרײַנגעקומען, אָדער בעסער געזאָגט אַרײַנגעגעברענגט געװאָרן‎, און הגם זײ זײַנען אױכעט געװען אומװיליקערס, זײַנען ס׳רוב געבליבן. דער רבֿ האָט געװױנט אין אַ בעטאָן־פּודעלע, װי אַלע תּושבֿים. ער האָט געבױט אַ גרעסער הױז אַ פּראַכטיקס, און דאָס בעטאָן־קעסטל איז געװאָרן אַ שטיבל—אָבער נאָר אײן מאָל אַ װאָך, שבתֿ־מנחה.

ביז איצט, האָבן מיר נאָך נישט דערגרײכט דעם סוף פֿון דער מעשה, אַפֿילו נאָך נישט אַ העלפט, און איך װעל אײַך אַצינד דערצײלן װעגן דעם פֿערטן, פֿינפֿטן און אפֿשר דעם זעקסטן מנין.

די פֿערטע

װי סע שטײט בײַ אונדז „אַ ייִד באַדאַרף צװײ שילן, אײנע אין װעלכער צו דאַװענען, און אײנע אין װעלכער ער װאָלט ניטש לאָזן דעם פֿוס אַרײַנצוטרעטן.“

מי ט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק איז פּענימער־⁠חדשות ארײַנגעקומען. מען האַלט זײ פֿאַר אשכנזים אין אַ שעטעל פֿום מאָראָקאַנער, אָבער אין דער אמתֿן זײַנען זײ געװען דער ערב־רבֿ ײִדן װאָס אין הײַנטיקן ישׂראל מעקט בהדרגה אָפּ דעם חילוק צװישן די עדותֿ. זײ האָבן צונױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ שול צװײ געניצטע מאָבילהײַזער און זײ צוגעגרײט דורך אַראָפּנעמען אַלע אינעװײניקסטע װענט.

מחמת אַ בנין װי דער, פֿון שפּענדלברעטער און קאַרטאָנען, װעט נישט שטײן לאַנג, האָבן אַלע באַשלאָסן‎ צו בױען אַן אמתֿדיקע שיל, בקרוב בימינו פֿאַר דעם סוף פֿון דעם קומעדיקן יאָר.

און אַזױ איז עס געװען: יעדער יאָר זאָגט מען לשנה הבאה אין אַ שיל אַ בנױה, און נאָך אַ מאָל יעדער יאָר, במשך פֿיר און צװאַנציק יאָר. עטלעכע מאָל גרײט צו אַ ראָט מתנדבֿים פּלענער און צײכנונגען פֿאַר בױען, און אױכעט מאָנט אָפּ נדבֿות, און יעדער מאָל ענצלען זײ אױס די פּלענער און געבן צוריק דאָס געלט.

צו װײניק בעלי־הבתים שענקן נדבות. יעדער ייִד האָט אַ תּירוץ: אײנער דינגט אַ הױז און נישט פֿאַרמאָגט, אַן אַנדער פֿאַרמאָגט אַ הױז אָבער װױנט נישט דערין.

אָבער דאָס גרעסטע חילוקי־⁠דעות איז בנוגע דער הײך פון דער מחיצה: אײן מעטער, צװײ מעטער, אפֿילו חלילה נישט קײן מחיצה — מלחמות־יהודים זײַנען נישט שאַרפֿער געװען זינט חורבן־ביתֿ־שני.

דערװײַל צעפֿאַלט זיך די מאָבילהײַזער־שיל אַ ביסל, און נאָך אָ ביסל. זי האָט זיך געציִעט צװאַנציק יאָר מער פֿון װאָס מען האָט זיך געריכט פֿאַר מעגלעך. דורך די יאָרן, האָט גאָט־צו־דאַנק דער ציבור זיך פֿאַרמערט מיט אַ װאַקסיקײט װאָס עם ישׂראל האָט נישט דערגרײכט זינט יעקבס משפּחה פֿון זיבעציק איז געװאַקסן צו אַ פֿאָלק פֿון זעקס הונדרט טױזנט, אָן װײַב און קינדער. די קהילה איז צו גרױס, און מוז האָבן אַ געהעריקע שיל. אָבער װי? מעג משיח קומען באַלד.

דער פּלאָנטער

אָבער דער פּלאָנטער האָט דאָך אַ באַשײד אַ פּשוטן: מען מוז געבן אָפּ ייִראתֿ־כּבוד צו װעמען שטײַערט בײַ כּדי ער זאָל דערשפיר זיך אַ גביר אַ נדבן — און װידער, נישט אָפּגעבן צו װעמען גיט נישט. דאָס איז אַ קדמונישער מינהג: צו געבן אַ בענקל בײַ דער מיזרח־װאַנט, אָדער אַרױסצוּװײַזן אַ בראָנדזן טאָװל מיט די נעמען פֿון גרױסע נדבֿנים. אין אונדזערע טעג, איז מען צו אײדל און װיל נישט באַלײדיקן די אָרעמע־⁠לײַט, און אפֿילו נישט די פּראָסטע בעלי־בתים. און װאָס קומט אַרױס? נישט קײן שיל. (אָדער בעסער געזאָגט, נישט קײן פֿערטע שיל.)

דער מינהג איז דאָך נישט קײן נײַעס: יעדער פֿון די צװעלף נשיאים האָט געברענגט נאָר די געװײנטלעכע נדבֿה פֿאַר בױען דעם משכן, און צוליב דעם, האָט יעדער פֿאַרדינט נישט קײן בראָנדזן טאָװל, אָבער ממש אַ פּסוק אין דער הײליקן חומש! אָבער אָ רשימה פֿון די װאָס זײַנען מנדבֿ מסתּמא אױכעט באַשרײַבט די װאָס זײַנען נישט מנדבֿ, און צוליב דעם: נישט קײן שיל.

און אין די טעג פֿון שיבֿת־ציון, האָבן די ייִדן געבױט די װענט פֿון ירושלים און אַזױערנאָך פֿאַרדינט אַ דערמאָנונג אין די הײליקע ספֿרים, יעדער משפּחה בײַ זײַן אײגענעם נאָמען. און װאָס מיט די װאָס האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט קעגן דעם בױען פֿונעם ביתֿ־המקדש: גשם דער אַראַבער, סנבלט, און טובֿיה דער עמוניטער? זײ האָבן פֿאַרדינט אַ קללה, אַ באַלײדיקנדיקע דערמאָנונג אױף אײביק אין ספֿר נחמיה. אַ האַרבע שיטה פֿאַר אױפֿמונטערן נדבֿות! אין אונדזער אײדעלער תּקופֿה, אַנטקעגן זשע, װילן מיר נישט באַלײדיקן קײנעם, און דערנאָך האָבן מיר נישט קײן שיל.

נאָך אַן אַנדער פּלאָנטער: דאָס ריקוד פֿון  די בעל־הבתים װאָס זאָגן „איך װיל נישט שענקן קײן נדבה אײדער די אַנדערע“, און מחמת „די אַנדערע“ זײַנען פּונקט װי אים, קײנער שענקט נישט. דער אױכעט האָט אַן ענטפֿער אַ פּשוטער: אָפּמאָנען פֿון יעדער אַ באַצאָלונג, מיט דער באַדינגונג אַז די קהילה װעט װידערגעבן די נדבֿות אױב קומט נישט גענוג געלט אַרײַן כּדי צו בױען די בנין. אַזױ האָט די קהילה געטאָן. אָבער נעבעך, מיר האָבן געװאַרטן אומגעדולדיק במשך אַ יאָר, אױף ערשטן יאַנואַר צװײ טױזנט צװײ און צװאַנציק, כּדי אַנטצודקען צי װעט די שיל געבױט װערן—אָבער נעבעך, נישט.

אױכעט דאָס מחלוקתֿ װעגן דער מחיצה האָט אַ באַשײד: װער באַצאָלט אַ טױזענט שקל מעג אױפֿהײבן די מחיצה אַ צענטימעטער, אָדער טאַקע אַראָפּלאָזן, אױב ער װיל. און טאָמער אַ סך ייִדן זײַנען מנדבֿ לטובֿתֿ אַרױפֿהײבן, און אַ סך לטובֿתֿ אַראָפּלאָזן, װעט דאָס זײַן נאָך בעסער. אָבער אָט די עצה האָט מען טאַקע נישט דורכגעפֿירט.

ברוך השם לכל־⁠הפּחות נישט דאָס

אָבער מיט אַלע אונדזערע צרות, קען סע זײַן תּמיד ערעגער.

לאָמיר דאַנקן גאָט אַז מיר זײַנען נישט דורכגעגאַנגן די איבערערלעבונג פֿון דער משפּחה דישׂראלי מיט דער בעװיס-מאַרקס־שול „קהל קדוש שער שמים“, די אַלטסטע שיל אין דער פֿאַראייניגטער קעניגרייך, אין 1812.

אַ סך װיסן אַז בנימין דישׂראלי איז געװען דער פּרעמיער־⁠מיניסטער פֿון גרױס־⁠בריטאַניע, אונטער דער מלכּה װיקטאָריע, און אױך, לא־עלינו, אַ משומד. אָבער װינציק קענען דעם אױפֿקום פֿון זײַן שמד. זײַן טאַטע, יצחק דישׂראלי, איז געװען אַ פֿרײַער ייִד (אײנער פֿון די ערשטן) װאָס האָט זיך אָפּגעהאַלטן פֿון דעם דרוק זיך צו שמדן—אי יענע טעג, האָט מען דערלױבט די ייִדן צו לעבן װי ייִדן, אָבער נאָר נאָך דעם װאָס אַ ייִד האָט זיך געשמדט האָט ער געהאַט רעכטן און עקאָמאָמישע מעגלעכקײטן װי אַ קריסט. יצחק דישׂראלי האָט געירשנט גענוג געלט כּדי אָפּצוזײַן אַ פֿילאָסאָף און שרײַבער, און האָט שטענדיק געשאָנקן בעל־⁠הבתּישע נדבֿות צו דער שיל אין זײַן קהילה, נישטקוקנדיק אױף זײַן װעלטלעכן לעבנס־שטײַגער. אָבער דער טרויעריקער סוף איז געקומען װען דער מעמד (דער זקנים־ראָט) פֿון דער שיל האָט אים נאָמינירט, נישט־⁠װיליק, צו דער שטעלע פֿון פּרנס. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע, און דער מעמד האָט אים באַשטראָפֿן מיט אַ געלטשטראָף פֿון פֿערציק פֿונט—אַ גרױסער סך געחל אין יענער צײַט. איז יצחק דישׂראלי אַזױ פֿאַרדראָסן געװאָרן אַז ער האָט צוגענומען זײַנע קינדער אין דער קירך און זײ געגעבן צו שמד!