(זעט מער װעגן דעם אַנדער סאָרט ייִדיש אין מײַן דערגאַצנדיקן אַרטיקל דאָ .)

װען מע נעמט  זיך לערנען ייִדיש, באַגעגנט מען גיך דאָס טשודנע באַשעפֿעניש: ייִדישיזם. ס׳איז אַ באַזונדערער אױפֿשטעל, געשאַפֿן בכּיװן אונטערצושטיצן אַ באַזונדערע אידיאָלאָגיע און װעלטבאַנעם, װאָס שטימט טאַקע נישט מיטן סך־הכּל פֿון אַלצדינג װאָס איז געשריבן און געזאָגט אין ייִדיש. איך׳ל באַשרײַבן די באַזונדערקײט פֿון ייִדישיזם אַקעגן דער ייִדישער שפּראַך, דעם ייִדישן פֿאָלק, און דער ייִדישער רעליגיע.

אײדער איך באַקלאָג זיך, לאָמיך אױפֿקלערן אַז איך רעד פֿון אַלגעמײנע טענדענצן און מע קען געפֿינען יוצא־מן־הכּללן.  א

פּאָליטיק

איך ברענג דאָ דוגמאות אױך פֿון די סאָװיעטישע ייִדישיסטן. ייִדישיזם איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיטן בונד, און הגם דער בונד איז נישט געװען באָלשעװיסטיש, איז דער מהלך אױך נישט געװען גרױס: אַ סך בונדיסטן זענען אַריבער און געװאָרן באָלשעװיקן. די שׂונאי־ישׂראל פֿון דער יעװסעקציע, װי אסתּר פֿרומקין און שמעון דימאַנשטײן, זענען נישט געװען נאָר פּראָסטע קױלער נאָר אױך פֿירנדיקע ייִדישיסטן. דערצו, האָבן די קולטור־טוערס פֿון ייִדיש אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, װי איציק פֿעפֿער, נישט אָפּגעזאָגט אַן אָרט אין דער מערדערישער סאָװיעטישער סיסטעם. זײער באַציִונג צו ייִדיש איז געװען ייִדישיסטיש אין שיִער נישט אַלע אַספּעקטן; און למעשׂה, אַקצעפּטירן זײ  ייִדישיסטן בתּורת אונדזערע.

אַקעגן זשע, האָבן ייִדיש־רעדערס געהאַט אַ גאַמע פּאָליטישע דעות, פֿון ליבעראַלע בורזשואַען ביז חסידים מיט נישט קײן באַזונדערער פּאָליטיק. בונדיסטן און באָלשעװיקן האָבן געטענהט אַז ייִדיש איז די שפּראַך פֿונעם פּשוטן פֿאָלק בשעת העברעיִש איז די שפּראַך פֿון די אױסגעשולטע פּני. אָבער היות װי מיליאָנען פֿאַרשידנאַרטיקע ייִדן מיט פֿאַרשידענע דעות און פֿאַרשידענע לעבנס־שטײגערס האָבן גערעדט ייִדיש, פּאַסט נישט דער דאָזיקער איבערנעם פֿון ייִדיש.

הײַנט, האָבן אַ הײַפֿעלע פּראָגרעסיװן געפֿונען אין  ייִדיש אַ װעג אױסצודריקן זײער ייִדישקײט אָן רעליגיע און מיט אַ שׂנאה פֿון ציוניזם, אַ המשך צו בונדיזם. און ס׳איז אױך אַן אַנדער המשך: װי די ייִדישסטן האָבן געשאַפֿן אַן אױסגעבלײכט ייִדיש, און די סאָװיעטן נאָך אַן אױסגעדײװערטערס, און  דערנאָך ממש אַן אױסגעדאַרט אין דער תּקופֿה פֿון „אונדזער סאָװיעטיש הײמלאַנד“, איז דאָס ייִדיש פֿון די װאָקיסטן ממש דאָס אױסגעדײװרעטסטע—דאָס געזעמל איז גאָר אַ קלײנטשיקס, און  כּמעט קײנער קען ייִדיש!

שפּראַך

אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָט נאַציאָנאַליזם אױפֿגעבליט אין מיזרח־אײראָפּע. פֿעלקער װאָס זענען געװען אונטער אַ פֿיל־שפּראַכיקער אימפּעריע װי דער עסטרײַך־אונגערישער, דער טערקישער און דער רוסישער האָבן געטענהט אַז זײ זענען אמתדיקע פֿעלקער, װאָס דאָס זאָל נישט באַטײַטן. דערנאָך האָבן זײ אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר שפּראַכן װאָס מע האָט דעמאָלט געהאַלטן פֿאַר כלאָפּ־שפּראַכן, װי אונגעריש, בולגאַריש, ליטװיש, און פֿיניש. (מע דערקענט נישט הײַנט צו טאָגס װי מע האָט געקענט מאַכן זיך כּלא־ידע װעגן שפּראַכן אָן אַ ליטעראַטור.) די נאַציאָנאַליסטן האָבן געשאַפֿן אַ סטאַנדאַרד־שפּראַך, מיט דקדוק־ביכער, שולן, פּאָעזיע, ליטעראַטור — און װוּ נאָר מעגלעך, אַ מלוכה. מע האָט אַפֿילו געשאַפֿן כּמו־קדמונישע עפּאָפּעעס פֿאַר פֿאַרשידענע שפּראַכן אױפֿן סמך פֿון פֿאָלק ס ־מעשׂיות. די דאָזיקע בעלי־מחדשים האָבן בדרך־כּלל נישט געהאַט די פֿאָלק־שפּראַך פֿאַר אַ מאַמע־לשון, אלא װאָס דען האָבן זײ גערעדט אַ פּרעסטיזש־שפּראַך װי דײַטשיש װאָס האָט געטױגט אַ דערצױגענעם מיט דער פֿעיִקײט צו שאַפֿן אַ נײַע נאַציאָנאַלע קולטור.

אַזױ אױך מיט ייִדיש. מאַקס װײַנרײַכס מאַמע־לשון איז נישט געװען ייִדיש, נאָר דײַטשיש. לױט ד עם שטײגער פֿון גױישע אומה־באַנײַערס, האָט ייִװאָ אױסגעשיקט עטנאָגראַפֿן צו פֿאַרזאַמלען פֿאָלקס־קולטור און געשאַפֿן אַ כּלל־שפּראַך מיט דקדוק, ראָמאַנען און טעאַטער.

אָבער דאָרט האָט אַן אַנדער ייִדיש געלעבט, די פֿאָלק־שפּראַך מיט אירע פֿאַרשידענע דיאַלעקטן. מע דאַרף נאָכגעבן אַז אַ סטאַנדאַרד־שפּראַך איז נײטיק פֿאַר לערנען און שרײַבן, און פֿאַרבינדן די דיאַלעקט־רעדערס.

אַ סך רעדן סטאַנדאַרד־ענגליש, צי דאָס בריטיש צי דאָס אַמעריקאַנער, און די ענגלישע אָרטיקע דיאַלעקטן פֿאַרשװינדן זיך ביסלעכװײַז. אין ייִדיש איז עס אַנדערש: אַקעגן כּלל־ייִדיש, האָבן די דיאַלעקטן געלעבט װי דאָס מאַמע־לשון פֿון טױזנטער, אַפֿילו נאָכן חורבן, בשעת כּלל־ייִדיש איז געװאָרן די שפּראַך נאָר פֿון אַ הייפֿעלע.

מאָדערניזם

מען האָט געטענהט אַז כּלל־ייִדיש איז אױסגעטריקנט און אױסגעדײװערט. װי קען אַ שפּראַך — נאָר דקדוק און װערטער־אוצר — זײַן לעולם טרוקן? די סיבה איז מאָדערניזם, אַ באַװעגונג פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. מאָדערניזם האָט אַ סך פּנימער, אָבער די הױפּט־שטריכן האָב איך באַשריבן אין מײַן רעצענציע פֿון „דער שװאַרצער ריטער“:

„מאָדערניזם, און הױך־מאָדערניזם בפֿרט, איז געװען אַ בונט קעגן טראַדיציע, געשיכטע, און נאַציאָנאַלע באַזונדערקײטן. ער איז געװען אַ קינסטלערישע און פּאָליטישע באַװעגונג װאָס איז אױסן געװען צו בױען אַ נײַע קונסט און אַ נײַע געזעלשאַפֿט אױפֿן סמך פֿון װיסנשאַפֿט און ראַציאָנאַליזם. הױך־מאָדערניסטן האָבן געבױט אױספּלאַנירטע שטעט מיט גלײַכע גאַסן און גלײַכע, הױכע, װאָלקן־⁠קראַצערס, אַ סימן פֿונעם רצון צו פֿולשטענדיק פֿאַרשטײן די געזעלשאַפֿט און גלײַ כצײַטיק , זי צו רעגולירן. אַזױ אױכעט מיט קונסט, ליטעראַטור, אאַז״װ. לױט די הױך־מאָדערניסטן, װאָלט אַלץ אין דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט זײַן פּלאַנירט און דערנאָך פּערפֿעקט. אַנטקעגן זשע, האָט זײ נישט געפֿעל ן די רױשיקע, קאָמפּליצירטע, פֿאַרשײדנדיקע, אומפֿאַרשטענדלעכע, אומראַציאָנעלע טבֿע פֿון דער ממשדיקער געזעלשאַפֿט.“

פֿאַרגלײַכט שלום־עליכמען: כאָטש ער האָט געהאַט די אַכטונג פֿון ייִדיש־רעדערס און אַפֿילו ייִדישיסטן — ער איז געװען דער לעצטער ייִדיש־שרײַבער װאָס די סאָװיעטן האָבן טאָלערירט — האָבן די ייִדישיסטישע שרײַבערס פֿאַרװאָרלאָזט זײַן רײַך, זאַפֿטיק, שמאַקעדיק לשון פֿאַר אַן אױסגעדײװערטן פּשטות.

העברעיִש

די אײביקע שפּראַך פֿון עם־ישׂראל איז, פֿאַרשטײט זיך, העברעיִש, װי יעדער ייִד אין דעם שטעטל האָט געקענט זאָגן פּראָסט און פּשוט. ייִדישיסטן דערקענען די השפּעה פֿון העברעיִש — טײלװיז װײַל העברעיִש גיט נאָך אַ תּירוץ צו טענהן אַז ייִדיש איז נישט סתּם אַ דיאַלעקט פֿון דײַטשיש. אָבער לאָמיר אָפּגעבן דרך־ארץ: די ייִדישיסטן האָבן אױסגעמיטן דאָס שטות פֿון די ראַטן־פֿאַרבאַנד־ייִדישיסטן װען זײ האָבן אױסגעמעקט די סימנים פֿון לשון־קודש דורך אַ שרעקלעכן מאָדערניסטישן („ראַציאָנאַליזירנדיקן“) אױסלײג פֿאַר לשון־קודשדיקע װערטער.

װען ייִדישיסטן רעדן ייִדיש און מוזן ציטירן אַ פּסוק, ניצן זײ אַן ישׂראלדיקן אַקצענט. דאָס האָב איך געזען אַפֿילו בײַ גרױסע פּראָפֿעסאָרן װאָס פֿאַרשטײן גוט דעם תּחום. די סיבה איז, מסתּמא, אַז זײ כאַפּן העברעיִש װי אין גאַנצן אַן אַנדער שפּראַך, באַזונדער פֿון ייִדיש, און דערנאָך קען מען אַרױסרעדן דאָס העברעיִש אױף דעם געװײנטלעכן אופֿן; בײַ אױסגעלערנטע הײַנט צו טאָגס איז עס דער ישׂראלדיקער.

ייִדיש נעמט אַרײַן אײַנגעהײמישטע לײַװערטער װי „הגם“ און „בעל־הבית“. אָבער לאָמיר נישט לאָזן „לשון־קודש“ מײנען נאָר אַ טעכנישן באַטײַט פֿון „לײַװאָרט“, טױטע קלאַנגען אָן באַציִונג צום מקור. אין „פּרחה נשמתו װערן“, „אדון בפקדך“, און „קריעת־ים־סוף“, היטן די עלעמעטן זײער העברעיִשן מקור. בײַ אַ ייִדן איז לשון־קודש — קלאַסיש העברעיִש — אַ נאַטירלעכער טײל פֿון די רײד.

זאָל דער טערמין „לשון־קודש“ בעסער באַטײַטן אי אײַנגעהײמישטע װערטער, אי העברעיִש און אַראַמעיִש װי זײ זענען געשריבן און אױסגערעדט בײַ ייִדן. שלום־עליכמס טבֿיה דער מילכיקער און שמעון־עלי שמע־קולנו מישן פֿרײַ אַרײַן פּסוקים אין זײערע רײד — אַ פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג צו די מקורים און אױך אַ באַרימערײַ (באַרעכטיקט צי נײן) װעגן זײערע ידיעות.

רעליגיע

ייִװאָ האָט אױסגעשיקט עטנאָגראַפֿן צוזאַמענצוזאַמלען פֿאָלק־קולטור — מעשׂיות, לידער, קאָך־רעצעפּטן, און זאַבאָבאָנעס. אָבער רעליגיעזע עלעמענטן װי תּפֿילות, הלכה, און הלכישע מנהגים האָבן זײ װײניקער פֿאַראינטערעסירט. די יעװסעקציע, װאָס האָט אױסגעדרוקט אַן עקסטרעמע װערסיע, האָט געטענהט אַז רעליגיע איז נישט שײך צו אַרבעטערס און אָרעמע־לײַט, און איז נאָר אַ ליגן פֿון רבנים צוזאַמען מיט די עשירים. רעליגיע איז נישט מער װי אַ רעשט פֿון אַלטע צײַטן. אָבער דאָס איז נישט אמת. אַ סך ייִדן, דורך די יאָרהונדערטער און אַפֿילו אין פּױלן אין 1925, האָבן זיך געהאַלטן בײַ רעליגיעזע טראַדיציעס, צי מחמיר צי מקיל.

הײַנט, בשעת מע הערט אַז ייִדיש איז אין סכּנה פֿון  אַװעקשטאַרבן און אַז מען מוז עס ראַטעװען, עקסיסטירן הונדערטער טױזנטער ייִדיש־רעדערס. װאָס האַלט בײַ שטערבן איז טאַקע די „ייִדישע קולטור“ פֿון ייִדישיסטישע אינטעלעקטואַלן. דאָס איז אַ שאָד, אָבער אַ ייִד איז דאָך אַ ייִד. סע פּאַסט נישט פֿאַרגעסן אין די דאָזיקע ייִדן.

די פֿאָלקשאַפֿט

כאָטש ייִדישיסטן  האָבן נישט געפֿאָדערט זײער אײגן לאַנד (נישט געקוקט אױף ביראָבידזשאַן, נעבעך),  האָבן זײ געפֿאָדערט אַז מע זאָל זײ דערקענען װי נאָך אַ מיזרח־אײראָפּעיִשס פֿאָלק.

אָבער דער צוגאַנג מאַכט זיך נישט װיסנדיק פֿון מיליאָנען אַנדערע ייִדן װאָס רעדן נישט ייִדיש און װױנען מחוץ מיזרח־אײראָפּע און טאַקע שטעלט אין סכּנה דאָס אַחדות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

װײַנרײַכס באַרימט לערנבוך „קאָלעדזש ייִדיש“ הײבט אָן: „ייִדן זײַנען הײַנט אַ פֿאָלק פֿון דרײַצן מיליאָן… ייִדן װױנען אױף אַלע קאָנטינענטן… ייִדיש פֿאַראײניקט ייִדן פֿון אַלע לענדער“. אָבער פֿון דעם סך־הכּל פֿון ייִדן, די אײנציקע װאָס כּלל־ייִדיש פֿאַראײניקט זײ זענען סײַ הײַנט סײַ אַ מאָל  נאָר אַ מינדערהײט  ייִדישיסטן. אַנדערע ייִדיש־רעדערס האָבן נישט באַנומען ייִדיש װי דער עיקרדיקער שטריך פֿון פֿאַראײניקונג, און ס׳רובֿ אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן װעגן ייִדישע טעמעס זענען דורכגעפֿירט געװאָרן אין אַנדערע שפּראַכן.

װערטער

װערטער זענען הײליק. לאָמיר נישט אױסבלײכן זײערע באַטײַטן.

מע האָט אַװעקגעלקחנט דאָס װאָרט „ייִדיש“. ס׳איז שױן נישטאָ קײן װאָרט פֿאַר „Jewish“ — מע מוז, איראָניש, זאָגן אין ענגליש. אײן באַטײַט האָט איבערגענומען דאָס װאָרט. מע האָט דאָך פֿאָרט געקענט אױסטראַכטן פּאַסיקע װערטער פֿאַר אַנדערע באַטײַטן — װי מ׳האָט געפּרוּװט טון מיט „שיל“ אָדער „שולע“ אונטערצושײדן צװישן די צװײ באַטײַטן פֿון „שול“.

אַקעגן דעם װאָרט „ייִדיש“, װאָס האָט פֿאַרשלונגען אַנדערע באַטײַטן, האָט דאָס דערמאָנטע „לשון־קודש“ אױסגעמעקט אַנדערע באַטײַטן. אַלטערנאַטיװע װערטער זײַנען יאָ געשאַפֿן געװאָרן, אָבער נאָר די אָפּגעבליאַקעװעטע װערטער „אַראַמעיִש“ און  „העברעיִש“ (אָדער עבֿריתּ מיט אַ דגש, מע זאָל געהיט װערן).

פּ ונקט אַזױ מיט װערטער װי „רעליגיע“ און „טראַדיציע“ װאָס בײַטן איבער אַ רײַכע ירושה אױף אַ קאַלטער אַקאַדעמישער דעפֿיניציע.

אַ רײ גוטע װערטער באַצײכנען פּאַרטיקולאַריזם. ייִדישיסטן האָבן זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿאַר אוניװערסאַליזם װעגן. „גױ, ערל, עשׂו“ װערן „נישט־ייִד“. „אותו־איש“ װערט „יעזוס“ (סאַראַ דײַטשמעריזם!). װען מע רעדט מכּוח אַן עולם װאָס איז מסתּמא כמעט נאָר ייִדן, זאָגן זײ „מענטשן“ אָנשטאָט „ייִדן“. מע װיל נישט באַלײדיקן, אָבער װאָס מיט „חזיר“ אָנשטאָט „דבֿר־אַחר“? די טרײפֿענע חיה װערט נישט באַלײדיקט! אמת, סעקולערע ייִדן עסן אַזאַ עסנװאַרג, אָבער הלמאַי קען מען נישט עסן סתּם־אַזױ „דבֿר־אַחר“?

װען מע שטרענגט זיך אָן צו האָבן אַ לשון־כּכל־הלשונות, ענדיקט מען מיט אַ שפּראַך װאָס איז נאָר אַ דײַטשישער דיאַלעקט װי בײמיש אָדער זאַקסיש, מיט אַ פּאָר העברעיִש־שטאַמיקע װערטער אַרײַנגעמישט — דער לעצטגילטיקער דײַטשמעריזם!

מסקנות

איך האָב ליבער אַ ייִדיש װאָס דערקענט ייִדישקײט: דאָס ייִדישע פֿאָלק, און צװישן זײ ייִדן װאָס רעדן ייִדיש צי נישט, הײַנטיקע ייִדן און במשך פֿון די לעצטע דרײַ טױזנט יאָר. דערצו אױך תּורה, ארץ־ישׂראל, און נאָך אַ סך מער.

איך לײג פֿאָר דוד כּצס שרײַבונגען פֿאַר אַ געזונטער באַציִונג צו די דאָזיקע פֿראַגעס. ער דערקענט די װיכטיקײט פֿון דיאַלעקטן און חסידיש ייִדיש בײַנאַנד מיט די מעלות פֿון אַ סטאַנדאַרדער שפּראַך.