הומאַניזם איז די אידעע אַז װערט קומט פֿון מענטשישע פּרעפֿערענצן. למשל, די מענטשן װילן לעבן, און דרענאָך, אױב עמעצער איז אין סכּנה פֿון טױט, מוז מען אים באַשירעמען. מענטשן װילן האָבן זעקראַפּט , און דערנאָך מוז מען אױסהײלן די בלינדע. מענטשן װילן האָבן די פֿעיִקײט אױפֿצוטאָן זײערע צילן, און דערנאָך, אױב די אינטעליגענץ פֿון אַ קינד װער, מחמת אַ דוחק יאָד, אַכטציק אָנשטאָט הונדערט, מוז מען אים דערלאַנגן יאָד.

טראַנסהומאַניזם איז דאָס זעלביקע, פּשוט און אָן יוצא־מן־הכּללן.

אױב אַן אַכט־יעריקער פּלאָגט זיך מיטאַ סכּנות־⁠נפֿשותדיקער קרענק, װעט מען אים קורירן, אַז מען קען. אױב אַן אַכטציק־יאָריקער פּלאָגט זיך מיט אַ סכּנות־⁠נפֿשותדיקער קרענק, דאַרף מען אים קורירן אַז מען קען. אױב זײַן קרענק איז „בלױז“ דער ראַק און האַרצפֿעלער פֿונעם עלטער, דאַרף מען דאָך אים קורירן, אַז מען קען. און אױב מען קען ראַטעװען זײַן לעבן און בריאות, אָבער און װידער, ניטש נאָר בײַ אַכציק יאָר, נאָר אױך בײַ אַ הונדערט, און אױכעט מאה ועשׂרים און אױכעט נײַן הונדערט זעכציק, דאַרף מען אים ראַטעװען.

פּונקט אַזױ, אױב אַ אַפֿגאַניסטאַנער מײדל װאָלט האָבן אַן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער פֿון אַן עילױ, אַ הונדערט און צװאַנציק, אױב עס װאָלט קריגן ‏און באם־⁠לאַװ נאָר די דורכשניטלעכע ניװאָ, אַ הונדערט—דאַרף מען אים געבן יאָד. און אױב אַ ייִנגל װאָלט האָבן אַ נאָרמאַלן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער פֿון אַ הונדערט, אָבער מען האָט געפֿונען אַ טעכניק אױפֿצוהײבן די אינטעליגענץ צו אַ הונדערט צװאַנציק, דאַרף מען אַזױ טאָן.

אַלע בני־אדם זײַנען טײַער — טאַקע אַלע, און אונדזערע פּרינציפּן טאָרן נישט אײַנשליסן יוצא־⁠מן־⁠הכּללן.

די אָ אידעעס זעען אױס באַשײַמפּערלעך, אָבער זײ טױגן נישט דער אינטױִציע פֿון אַ סך מענשטן, אפֿשר ס׳רבֿ. מען ברענגט פֿאַרשײדענע טענות, לדוגמא, אַז די פֿאַרלענגערונג פֿון לעבנס־⁠געדױער װאָלט דערפֿירן צום איבערפּאַקן פֿון דער ערד. אָבער דאָס איז אַן אכזריות. אױב מען װאָלט געהאַט געפֿרעגט אַ טאַטע־מאַמע אין 1600 צי זײ װילן אַז אָנשטאָט אַ העלפֿט זײערע קינדער זאָלן שטאַרבן, זאָלן אַלע איבערלעבן — אָבער דער מקח איז אַז די װעלט זאָל האָבן צען מיליאַרד אָנשטאָט אַ מילאַרד — װאָלטן זײ אין אַן אױגנבליק מסכּים געװען. (און דער אָ אַרױסקום איז פּונקט געשען.)

אַן אַנדער טענה: זקנים װאָלטן נישט אַרױסגעגאַנגן אױף פּענסיע און אַזױ װאָלטן זײ נישט געלאָזן גענוג געלעגנהײטן פֿאַר די יונגע. דאָס איז אױכעט אַן אַכזריות: מען טאָר נישט אומברענגן בני־אָדם כּדי צו עפֿענען אַן אַמט. אין אַ װעלט פֿון לאַנג, געזונט לעבן, װאָלט די זקנימס דערפֿאַרונג נישט פֿאַרשװוּנדן געװאָרן יעדן דור, און בשעת די זקנים ניצן זײערע יכולות מיט פֿרישקײט און שעפֿערישקײט, װאָטלן די יונגע שאַפֿן נײַע אױסגעפֿינסן און אינסטיטוציעס.

אַן אַנדער טענה איז אַז אַ צו־לאַנג לעבן געפֿעלט די מענשטן נישט. צו דעם, קען איך נאָר ענטפֿערן, אָבער מיט באַדױער: הרשות נתונה תּמיד, און מען װעט נישט צװינגען קײנעם צו לעבן.

די אָ אידעע — דער פֿאַרלאַנג צו זײַן מקײם, אָן אױסנעם, אַלע מענטשישע װערטן — װערט מיאוס־⁠ומאָוס צו אַ סך מענטשן. זײ שטימן אײַן אַז אױפֿהײבן אַן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער פֿון אַכטציק צו אַ הונדערט איז גוט, און דרך־כּלל אױכעט אַז אַן אױפֿהײב פֿון אַ הונדערט צו אַ הונדערט צװאַנציק איז גוט, בתּנאי אַ הונדערט איז דער אַרױסקום פֿון היזק און די „נאַטירכלעכע“ ניװאָ איז אַ הונדערט צװאַנציק. אָבער אױפֿהײבן אַ „נאַטירכלעכן“ הונדערט צו הונדערט צװאַנציק איז בײַ זײ אַ זינד.

אױכעט די דאָזיקע אײַנװענדן זײַנען אױסטערליש און אכזריותדיק אין זײער װירקונג. אַ הונדערט איז אַן מוטװיליקע צאָל. קינדער דרך־כּלל קריגן בעסער לעבן־אַרױסקומען מיט אַ העכער אינטעליגענץ אַקעגן אַ נידריקער. אױב מען קען זײ העלפֿן, איז אַ מיצװה דאָס צו טאָן.

די טענות קעגן דער פּשוטער אױסברײטערונג צו אַלע לײַט, װער סע זאָל נישט זײַן, פֿון הומאַנישטיטע פּרינציפּן, זעען אױס אַזױ אומלאָגיש און נישט־⁠אױסגעהאַלטן אַז מע זוכט אַן אַנדער דערקלערונג: װאָס איז די אמתע מאָטיװירונג הינטער די אײַנװענדן?

די מאָטיװירונג, לױט מײַן מײנונג, איז דאָס נאַטוראַליסטישע פֿאַרפֿירעניש: די מײנונג אַז װאָס קומט פֿון נאַטור איז גוט, און װאָס איז קינסטלעך-געמאַכט איז שלעכט.

דאָ האָב איך נאָר אַ באַגרענעצטן שטח צו טענהן קעגן דעם נאַטוראַליסטישן פֿאַרפֿירעניש, אָבער איך װעל פֿרװוּן: הײַנט, לײַדט מען נישט פֿון דער קעלט בשעת מען װױנט אין אַ הױז און טראָגט קלײדער, װעלכע זײַנען מעשׂה־ידי־אדם. און אױך דער אַנדעער זײַט, זײַנען קעלט, הונגער, און קראַנקײט אַלע גאָר נאַטירלעך.

אָבער למעשׂה, איז דאָס טעות נאָך ערגער: דער „נאַטירלעך“ מצבֿ װאָס אין די דערמאָנטע סצענאַרן איז דאָך אַ רעזולטאַט פֿון מענטשישן אָנשטרענג. דער הײַנטיקער אַכציק־יאָר לעבנס־⁠געדױער איז אַ מאָדערנער דערגרײך: 1900 איז דער לעבנס־⁠געדױער אין רײַכע לענדער געװען נאָר אַ האַלב — פֿערציק. און אַ נאָר מאַלער אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער װאָס איז הײַנט דערגרײכט אין באַרגיקע געגענטן דורך נערעװדיקע יאָד־צוגאָבן איז פֿאָרט אַ קינסטלעכער: אָן די צוגאָבן, װאָלט די רײנע נאַטור דערפֿירן צו אַ נידריקער אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער.

דערפֿאַר, דאַכט זיך אַז דאָס פֿאַרפֿירעניש איז נישט נאָר דאָס נאַטוראַליסטישע, נאָר אױך דער סטאַטוסקװאָ־הינטערגעדאַנק. מענשטן האַלטן טײַער װאָס זײ שױן האָבן, און האַלטן פֿאַר דעם נאַטירלעכסטעטן דעם איצטיקן מצבֿ צו װעלכן זײ זײַנען געװױנט געװאָרן.

דער נאָמען „טראַנסהומניזם“ קומט אױף פֿון דער גערנקײט אַריבערצושטײַגן איצטיקע מענטשישע באַגרענעצונגען און אױפֿצוהאַלטן אַבי װאָסער טריט װאָס העלפֿט די מענטשן פֿאַרבעסערן זײער לעבן און דערגרײכן זײערע רצונות און װערטן, אַפֿילו װען דער רעזולטאַט איז „חלילה“ בעסער פֿון װאָס מען קען הײַנט.

צוריק צו די פּרינציפּן: אַלע בני־אדם זײַנען טײַער, תּמיד. װאָס איז גוט פֿאַר לײַט, איז גוט. דאָס איז הומאַניזם, און, אין דעם רײַנסטן פֿאָרעם אָן אױסנעמען, רופֿט עס זיך טראַנסהומניזם.

_ _ _ _ _

הכּרת־טובֿ: די עסײ איז באַזירט אױף Transhumanism as Simplified Humanism פֿון אליעזר יודקאָװסקין.