דער סוד פֿון ייִדישער הצלחה
עם קשה עורף
די מאַנדאַן אינדיאַנער, װאָס האָבן געװױנט בײַם טײַך מיזורי, האָבן געפּראַװעט אַן איבערגאַנג־ריטוס פֿאַר די בחורימלעך: דער דערװאַקסלינג האָט זיך אױפֿגעהאָנגען פֿון דער סטעליע אױף האָקנס דורך זײַן ברוסטפֿלײַש, און זיך געהױדעט דרײַ טאָג.
אָבער דאָס איז גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער עם־סגולה. מיר װייסן װי קײן אַנדער װי צו פּראַװען אַ געבױרן־טאָג.
אַ ייִדישער בחור מאַכט דורך, צו זײַן דרײַצטן יאָר, אַ סך מער פֿון בלויז אַ ביסעלע הענגען. דער יונגער ייִד דאַרף איבערלעבן אַ בר־מיצװה — אַ סך האַרבער. דער ייִדישער קאָפּ האָט אױסגעטראַכט אַן אױספּרוּװ אין װעלכן אַ יונגערמאַן מוז שטיין פֿאַר דער קהילה, האַלטן אַ רעדע און זינגען, פּונקט װען ער איז אין אַן עלטער אין װעלכן דאָס קול צעברעכט זיך און די נישט־קינדער־נישט־דערװאַקסענע זשענירן זיך כּסדר.
נישט אומזיצט שטײט בײַ אונדז „הִנֵּה צְרַפְתִּיךָ… בְּכוּר עֹנִי״ (ישעיהו מ״ח י׳). „איך האָב דיך געלײַטערט, … איך האָב דיך געפּרוּװט אין אַ שמעלצאױװן פֿון פּײַן.“ דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַ שטאַרקס, אַ האַרבס און אַ האַרטס, און נישט נאָר אינעם קאַרק.
אַ װערטל לכּבֿוד דעם ייִנגעלע
בײַ מיר אױף דער בר־מיצװה, נאָך מײַן דרשה, איז דער רבֿ נאָכגעגאַנגן מיט ברכות... און אַן געשײַטן אָפּענטפֿער. אפֿשר איז ער געװען בײַ דער מײנונג אַז גאָרנישט פּאַסט אַ ייִדן בעסער װי אַרומרעדן תּורה — און אַן אָפּענטפֿער איז אַ סאָרט אַרומרעד. סײַ װי סײַ, האָט ער געפּועלט די טױגעװדיקע װירקונג, און די צערעצאָמניע איז נישט, װי עפּעס אַ טאָג־טעגלעכע מסיבה, פֿאַרגעסן געװאָרן.
אַזױ שמידט מען אױס אַ ייִדן, װי אײַזן פֿון פּראָסט אַרץ!
אין מײַנע שװער־און־שװיגערס שול, װאָס װעט מחמת לשון־הרע בלײַבן דאָ אַנאָמים, האָט זיך אַ מאָל באַװיזן אױף דער בימה אַ ייִנגל װאָס האָט באַשײַמפּערלעך נישט געװאָלט בײַזײַן. ער האָט געטראָגן װאָכעדיקע קלײדער, און פֿאַרן עמוד האָט ער געטאָן נעבעך נישט מער פֿון גיך פּרעפּלען די ברכה. דערנאָך, האָט דער רבֿ געהאַלטן זײַן דרשה און געשלאָסן מיט דער נחמה „יעדער אײנער מוז טאָן אױף זײַן אײגנער מדרגה“. יאָ, יעדער אײנער, אַפֿילו דער פּשוטסטער, קען שעפּן הנאה און אינספּיראַציע פֿון איבערקומען די בר־מיצװה צערעמאָניע!
אָט דער רבֿ האָט אַן אַנדער שבת געבענשטש דאָס בר־מיצװה בחורל מיט „ער שמעקט גוט“. גאָר אַזױ: „שמעקט גוט“. װאָסערע אַנדערע ברכה װאָלט אַ דערװאַקסלינג געװאָלט קריגן, פּונקט בשעת דער קערפּער בײַט זיך! נו? „שמעקט גוט“?
אפֿשר האָט איר מורא אַז אונדזערע טײַערע ייִדישע טעכטער זאָלן חלילה נישט װערן באַעװלט? דאגהט נישט! אַ מאָל, האָב איך זיך צוגעהערט בשעת אַ מאַמע האָט געבענשט איר טאָכטער פֿאַרן עולם אױף איר בת־מיצװה. די בענטשונג האָט כּולל געװען דאָס װערטל אַז דאָס מײדל, װעמנס נאָמען איז געװען הדסה, איז גרין. און מיאוס. גרין און מיאוס. װאָס? ס׳װײַזט זיך אױס אַז די מאַמע האָט זיך פֿאַררופֿן אױף אַ גמרא װוּ סע שטײט אַז די אָריגינעלע הדסה, אסתּר־המלכּה, איז געװען יְרַקְרוֹקֶת, גרין. נו, אַלצדינג איז ערגעצװוּ אין מדרש (אין דעם אָ פֿאַל אין מסכת מגילה י״ג) און פֿונעם פּסוק איז די מאַמע געקומען, װי נישט איז, צו אַ מסקנא אַז די טאָכטער איז אַ גרינע אַ מיאוסע, אָבער דערנאָך אױכעט אַ קלוגע אַ שײנע. (די מאַמע איז נישט געװען קײן עם־הארץ: זי האָט געהאַט אַ דאָקטאָראַט אין פּסיכאָלאָגיע. פֿרעגט מיך בחרם װאָס איז דער טײַטש פֿון אירע משונהדיקע רײד.)
פּונקט די ריכטיקע שטימונג פֿאַר תּורה
װאָס מאַכט אַ ייִד? איך װײס נישט, אָבער איך װײס װאָס מאַכט אַ ייִדן.
דער שפּיצפּונקט פֿון דער בר־מיצװה איז דעם יונגערמאַנס לײענען פֿון דער ספֿר־תּורה. אַפֿילו פֿאַר אַ למדיש ייִנגל, איז שװער צו לײענען אָן ניקוד, אָן פּונקטיר־צײכנס, אָן טראָפּן. מכּל־שכּן לײַדט דאָס דורכשניטלעכע פּשוטע ייִדעלע װעמען עס גײט אָפּ לומדות און מוזיקאַלע פֿעיִקײט. ער מוז לערנען זײַן שטיק אױף אױסנװײניק, און זינגען לפֿני־כּל־עם־ועדה, משפּחה, שכנים, און פֿרעמדע.
װען ער גרײַזט, העלפֿן אים אַלע דורך אױסרופֿן דעם תּיקון־טעות אױף אַ קול, צוזאַמען. אַפֿילו דער גרעסטער אַקטיאָר לענרט זיך נישט פֿאָרצושטעלן פֿאַר אַן עולם אַזױ פֿאַרמעסטנדיקן װי דעם אָ!
מײַן דײַטש װערטערבוך דעפֿינירט די פֿראַזע „װי אין אײנער יודענשולע“ מיט „טומלדיק; ליאַרעמדיק“—פּונקט די טױגנדיקע אָפּמשלונג פֿאַר אַ סבֿיבֿה אין װעלכער דער בר־מיצװה קען דערװײַזן זײַן פֿעיִקײט אין תּורה־לערנען. און מאַנצבילשקײט. פֿארגעסט נישט מאַנצבילשקײט. מאַנצבילשקײט אין אױכעט װיכטיק.
און דאָס אַלץ מוז דאָס װאַקסנדיקע ייִדל טאָן ממש בשעת די שטים בײַט זיך איבער און גליטשט זיך שטענדיק אױס.
מיט צװײ יאָר נאָך דער בר־מיצװה מײַנער, װען די שטים פֿלעג זיך נאָך פֿאַרברעכן, האָב איך געדאַװנט מוסף פֿאַרן עמוד, און פֿאַר „אָדון עולם“, האָב איך געזונגען דעם געװײנטלעכן ניגון אין מײַן גליטשנדיק קול. קײנער האָט נישט מיטגעזונגן, און איך האָב דעדאַרפֿט זינגען ביזן סוף אײנער אַלײן. נאָך דעם, האָט מען מיר נאָכגעזאָגט אַ שבֿח מכּוח דעם אָריגינעלען און שעפֿערישן ניגון װאָס איז נאָר געװען אַ כריפּעניש פֿונעם גאָרגך! סאַראַ בושה פֿאַר אַ פֿופצן־יעריקן! און זינט דעם, װעט גאָרנישט און גאָרנישט נישט מיר זײַן שװער.
און װאָס מיט די מײדלעך? מוזן די מײדלעך לײַדן פֿון פֿאַרפֿעלן די פֿרײלעכע געלעגנהײט? נײן. אין מײַן אוניװערסיטעט, האָט אַ מײדל אַ צװאַנציק־יעריק געפּראַװעט אַ פֿאַרשפּעטיקטע בת־מיצװה און געלײענט תּורה פֿאַרן עמוד. זי איז געװען אַזױ דערשראָקן אַז זי האָט זיך אײַנגעבױגן טיף־טיף איבער דעם ספֿר־תּורה, מיט דער נאָז כּמעט אױפן קלף. דער רבֿ האָט געמוזט צאַרטלעך זי אױפֿשטעלן. אָט אַזױ באַקומען מײדלעך די געלעגנהײט אױפֿצוּװאַקסן אין רוחניות און באַהערשן די הײם און די װעלט מיט אַן אײַזערנער פֿױסט, װי עס פּאַסט אַ ייִדישער טאָכטער.
סקול יסקל או ירה ײרה
די בר־מיצװה איז דאָך נישט דער עלטער פֿון דערװאַקסנשאַפֿט. דרײַצן איז, גיכער, דער עלטער פֿון דער שולד, דאָס אַחריות פֿאַר חטאָים. עס שטײט אַ פּסוק אַז אַ בן־סורר, אַ ייִנגל װאָס פֿאַרשעלט די טאַטע־מאַמע, זאָל שטאַרבן פֿאַר זײַן חטא (ספֿר־דבֿרים כ"א). אָבער די חכמים האָבן מקיל געװען און געפּסקנט אַז נאָר אַ דרײַצנט־יעריקער זאָל ממש קריגן די טױטשטראָף (מסכת סנהדרין ח׳).
און כּדי דאָס בחורל זאָל חלילה נישט פאַרגעסן, דערמאָנען מיר אים. װי ס׳איז געשריבן אין די הײליקע שריפֿטן „סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ יָרֹה יִיָּרֶה אִם בְּהֵמָה אִם אִישׁ לֹא יִחְיֶה“ (שמות י״ג) — „שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער ניט בלײַבן לעבן“. מען דערמאָנט דאָס ייִנגל אָן זײַן אַחריות אַפֿילו צו װערן חײבֿ־מיתה, דורך אַ סימבאָלישער סקילה: דאָס הײסט, מיר פֿאַרשטײנען אים. אָבער נישט מיט קײן שטײנער, חס וחלילה, נאָר װאָס דען מיט אַ סובסטאַנץ װאָס ברענגט אום יעדעס יאָר אַ סך מער פֿאַר שטײנער — צוקער!
די קריסטן טוען תּפֿילה „גאָט דעם זון“, מ׳זאָל געהיט װערן, אָבער מיר װײסן אַז זײ האָבן נאָר פֿאַרדרײט אונדזער רעליגיע: מיר דינען די קינדער, און זײ זײַנען מגדל מיט דער גאַנצן נשמה. און לױטן אוראַלטן מינהג, װאָס אַ סך עלטער װי קריסטלעכקײט, „דער גאָט מוז שטאַרבן, לעבן זאָל דער גאָט“. מײַנע זין, װאָס האָבן געװאָלט מקפּיד זײַן אין קלה־כּחמורה, האָבן פֿאַר זײערע בר־מיצװת אױסגעקליבן אין דער צוקערניע די האַרטסטע צוקערלעך מיט דער בעסטער אַעראָדינאַמיק, די װאָס פֿליען גיך און גלײַך. נו, און די אינדיאַנער מײנען נאָך אַז זײ זײַנען האַרב!
די קהילה אױף מײַן בר־מיצװה האָט זיך נעבעך נישט געהאַלטן בײַם מינהג פֿרשטײנען דאָס בר־מיצװה בחורל. אַ שאָד, מײנט איר? אָבער דאגהט נישט: האָב איך זוכה געװען! אױף מײַן בר־מיצװה, איז געװען אַ חתונה־אױפֿרוף פּונקט אין דער זעלבער צײַט, און מיט אױפֿרופֿן איז דער אָ מינהג טאַקע מקוים געװאָרן! אַ האָגל צוקערלעך האָט זיך מיר אַראָפּגעלאָזט אױפֿן קאָפּ. אָבער איך האָב נישט פֿאַרלױרן די זינען! אין אַמעריקע האַלטן זיך די ייִדן בײַ אַן אַלטן מינהג אַז אַ יונגערמאַן זאָל קריגן זײַן ערשטן אָנצוג, מיט אַ שטײַפֿן זשאַקעט, לכּבֿוד דער בר־מיצװה. איז, האָב איך אױסגעדרײט די פּלײצעס, זיך פֿארהױקערט, און זיך געהיט פֿונעם רעגן צוקער־שטײנדלעך. זאָגט, אױב איר װילט, אַז איך בין אַ טכױר, אָבער זאָגט נישט אַז סע פֿעלט מיר אױס אײַנפֿאַלערישקײט.
אַ מעשׂה: אױף מײַן צװײטן זונס בר־מיצװה, האָבן די װײַבער אָפּגעטאָן אַ זביטקעלע: זײ האָבן סקילה געטאָן טאַקע פֿאַר דער קריאה, דאָס הײסט פֿאַר דער ריכטיקער צײַט, און אַזױ אָפּגעהאַלטן די מענער, און באַזונדערש די ענערגעטישע יוגנט, פֿון פּראַװען די פֿולע צערעמאָניע. זײ האָבן מיר דערמאָנט אינעם פֿילעם „מאָנטי פּײַטאָנס לעבן פֿון ברײַענען“, מיט דער סצענע פֿון ירושלים אין דער צײַט פֿונעם צװײטן בית־מיקדש. האָבן די װײַבער, אין אַ סקילה, זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר מאַנצבילן, זיך אַרײַנגעשלײַכט, און געװאָרפֿן שטײנער מיט חשק: צום סוף, שטעלט זיך אַרױס אַז אַלע די בײַזײַיִקע זײַנען געװען טאַקע נבבֿות, װײַל די פֿרױען האָבן אַזױ שטאַרק ליב געהאַט פֿאַרשטײנען!
אַן איבערגאַנג־ריטוס װי נישט קײן אַנדער
װאָס זשע איז דאָס פּינטעלע ייִד?
מ׳האָט איבערגעשמועסט דעם סוד פֿון אונדזער קיום, פֿון דער אײביקער איבערלעבונג פֿון עם־ישׂראל, אָבער ס׳איז נישט קײן סוד. איצט, װײסט איר אױך.
ס׳איז שװער צו זײַן אַ ייִד, אָבער נאָך דער בר־מיצװה, איז דאָס שװערע דווקא לײַכט.
הערה: אלצדינג דאָ איז אמת, פּונקט פֿון מײַן לעבן.