דער סוד פֿון ייִדישער הצלחה

עם קשה עורף

די מאַנדאַן אינדיאַנער, װאָס האָבן געװױנט לעבן טײַך מיזורי, האָבן געפּראַװעט אַן איבערגאַנג־⁠ריטוס פֿאַר די צײַטיק־⁠יאָרן בחורימלעך: דער דערװאַקסלינג האָט זיך אױפֿגעהאָנגן פֿון דער סטעליע אױף האָקנס װאָס האָבן דורכגעדרונגען זײַן ברוסטפֿלײַש, און זיך געהױדעט דאָרט דרײַ טאָג.

דאָס איז גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער עם סגולה. מיר װייסן װי קײן אַנדערער װי צו פּראַװען אַ געבױרן־⁠טאָג.

אַ ייִדישער בחור מאַכט דורך, צו זײַן דרײַצנט יאָר, אַ סך מער פֿון בלויז אַ ביסעלע הענגען. דער יונגער ייִד דאַרף איבערלעבן אַ בר־מיצװה, װאָס איז אַ סך האַרבער. דער ייִדישער קאָפּ האָט אױסגעטראַכט אַן אױספּרוּװ אין װעלכן אַ יונגערמאַן מוז שטיין פֿאַר דער קהילה, האַלטן אַ רעדע און זינגען, פּונקט װען ער איז אין אַן עלטער אין װעלכן די נישט־קינדער־נישט־דערװאַקסענע זשענירן זיך כּסדר.

נישט אומזיצט שטײט בײַ אונדז „הִנֵּה צְרַפְתִּיךָ… בְּחַרְתִּיךָ, בְּכוּר עֹנִי״ (ישעיהו מ״ח י׳). „איך האָב דיך געלײַטערט, … איך האָב דיך געפּרוּװט אין אַ שמעלצאױװן פֿון פּײַן.“ דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַ שטאַרקס, אַ האַרבס און אַ האַרטס, און ​​נישט נאָר אינעם קאַרק.

אַ װערטל לכּבֿוד דעם ייִנגעלע

בײַ מיר אױף דער בר־מיצװה, נאָך מײַן דרשה, איז דער רבֿ נאָכגעגאַנגן מיט ברכות... און אױכעט אַן אָפּענטפֿערל. כ׳מײן נישט אַז ער האָט טאַקע געװאָלט זײַן קײן זלידנע. אפֿשר איז ער געװען בײַ דער מײנונג אַז גאָרנישט פּאַסט אַ ייִדן מער פֿון אַרומרעדן תּורה — און אַז אַן אָפּענטפֿער איז אַ סאָרט אַרומרעד. אָדער אפֿֿשר האָט ער זיך טאַקע געװאָלט כװאַטעװען. סײַ װי סײַ, האָט ער געפּועלט די װירקונג, און די צערעצאָמניע איז נישט, װי עפּעס אַ טאָג־טעגלעכע מסיבה, פֿאַרגעסן געװאָרן: איך געדענק זי מיט פֿערציק יאָר שפּעטער.

אַזױ שמידט מען אױס אַ ייִדן, װי אײַזן פֿון פּראָסט אַרץ!

אין אַ געװיסער שול, װאָס װעט מחמת לשון־הרע בלײַבן אַנאָמים, האָט זיך אַ מאָל באַװיזן אױף דער בימה אַ ייִנגל װאָס האָט באַשײַמפּערלעך נישט געװאָלט זײַן דאָרטן. ער האָט געטראָגן װאָכעדיקע קלײדער, און פֿאַרן עמוד האָט ער געטאָן נישט מער נעבעך פֿון גיך פּרעפּלען די ברכה. דערנאָך, האָט דער רבֿ געהאַלטן זײַן דרשה און געשלאָסן מיט דער נחמה „יעדער אײנער מוז טאָן אױף זײַן אײגנער מדרגה.“ יאָ, יעדער אײנער, אַפֿילו דער פּשוטסטער, קען שעפּן הנאה פֿון דער בר־מיצװה איבערלעבונג!

אַן אַנדער װאָך, האָט דער אָ רבֿ געבענשטש דאָס בר־מיצװה בחורל מיט „ער שמעקט גוט“. גאָר אַזױ: „שמעקט גוט“. װאָסערע אַנדערע ברכה װאָלט אַ דערװאַקסלינג געװאָלט קריגן, פּונקט בשעת דער קערפּער בײַט זיך! נו? „שמעקט גוט“?

אפֿשר האָט איר מורא אַז אונדזערע טײַערע ייִדישע טעכטער זאָלן חלילה נישט װערן באַעװלט? אַװדאי נישט! אַ מאָל, האָב איך זיך צוגעהערט בשעת אַ מאַמע האָט געבענשט איר טאָכטער פֿאַרן עולם אױף איר בת־מיצװה. די בענטשונג האָט כּולל געװען דאָס װערטל אַז דאָס מײדל, װעמנס נאָמען איז געװען הדסה, איז גרין. און מיאוס. גרין און מיאוס. װאָס? איך האָב נישט פּינקטלעך פֿאַרשטאַנען, אָבער װײַזט זיך אױס אַז די מאַמע האָט זיך פֿאַררופֿן אױף אַ גמרא אַז די אָריגינעלע הדסה, אסתּר המלכּה, איז געװען יְרַקְרוֹקֶת, גרין. נו, אַלצדינג איז ערגעצװוּ אין מדרש — אין דעם אָ פֿאַל אין מסכת מגילה י״ג — און פֿונעם פּסוק איז די מאַמע געקומען, װי נישט איז, צו אַ מסקנא אַז די טאָכטער איז אַ גרינע אַ מיאוסע, אָבער דערנאָך אױכעט אַ קלוגע אַ שײנע. (די מאַמע איז נישט געװען קײן עם־הארץ: זי האָט געהאַט אַ דאָקטאָראַט אין פּסיכאָלאָגיע און ידיעות אין ייִדישקייט. פֿרעגט מיך בחרם װאָס איז געװען דער טײַטש פֿון אירע משונהדיקע רײד.)

פּונקט די ריכטיקע שטימונג פֿאַר תּורה

 װאָס מאַכט אַ ייִד? איך װײס נישט װאָס מאַכט אַ ייִד, אָבער אָט װאָס מאַכט אַ ייִדן.

 

דער הױכפּונקט פֿון דער בר־מיצװה איבערלעבונג איז דעם יונגערמאַנס לײענען פֿונעם ספֿר־תּורה. אַפֿילו פֿאַר אַ למדיש ייִנגל, איז שװער צו לײענען אין אַ קדמונישער שפּראַך אָן ניקוד, אָן פּונקטיר־⁠צײכנ⁠ס, אָן טראָפּן. מכּל־⁠שכּן לײַדט דאָס דורכשניטלעכע פּשוטע ייִדעלע װעמען עס גײט אָפּ לומדות און מוזיקאַלע פֿעיִקײט. ער מוז לערנען זײַן שטיק אױף אױסנװײניק, און זינגען לפֿני־⁠כּל־עם־⁠ועדה, משפּחה, שכנים, און פֿרעמדע.

װען ער מאַכט אַ גרײז, העלפֿן אים אַלע דורך אױסרופֿן דעם תּיקון־טעות אױף אַ קול, צוזאַמען. אַפֿילו דער גרעסטער אַקטיאָר לענרט זיך נישט פֿאָרצושטעלן פֿאַר אַזאַ עולם!

מײַן דײַטש װערטערבוך דעפֿינירט „װי אײנער יודענשולע“ מיט „טומלדיק; ליאַרעמדיק“—פּונקט די טױגנדיקע אָפּמשלונג פֿאַר אַ סבֿיבֿה אין װעלכער דער בר־מיצװה קען דערװײַזן זײַן פֿעיִקײט אין תּורה־לערנען. און מאַנצבילשקײט. פֿארגעסט נישט מאַנצבילשקײט. מאַנצבילשקײט אין אױכעט װיכטיק.

און דאָס אַלץ מוז דאָס װאַקסנדיקע ייִדל טאָן װען די שטים בײַט זיך איבער און גליטשט זיך אױס כּסדר. 

מיט צװײ יאָר לערך נאָך מײַן בר־מיצװה, װען מײַן שטים האָט זיך נאָך פֿאַרבראָכן , האָב איך געדאַװנט מוסף פֿאַרן עמוד, און פֿאַר „אָדון עולם“, האָב איך געזונגען דעם געװײנטלעכן ניגון אין מײַן גליטשנדיקן קול. קײנער האָט נישט מיטגעזונגן. נאָך דעם, האָט מען מיר נאָכגעזאָגט אַ שבֿח מכּוח דעם אָריגינעלען און שעפֿערישן ניגון! סאַראַ בושה פֿאַר אַ פֿופצן־יעריקן! גאָרנישט און גאָרנישט װעט שױן נישט זײַן שװער נאָך דעם.

און װאָס מיט די מײדלעך? מוזן די מײדלעך לײַדן פֿון פֿאַרפֿעלן די פֿרײלעכע געלעגנהײט? נײן. אין מײַן אוניװערסיטעט, האָט אַ מײדל זיך צוגעגרײט צו אַ שפּעטיקער בת־מצװה װי אַ צװאַנציק־⁠יעריקע און געלײענט תּורה אום שבת פֿאַרן עמוד. זי איז געװען אַזױ דערשראָקן אַז זי האָט זיך אײַנגעבױגן טיף איבער דעם ספֿר־תּורה, מיט דער נאָז כּמעט אױפן קלף. יאָ, אױך אַ מײדל קען זיך בױען די מיטלען אױפֿצוּװאַקסן אין רוחניות און באַהערשן די הײם און די װעלט מיט אַן אײַזערנער פֿױסט, װי עס פּאַסט אַ ייִדישער טאָכטער.

סקול יסקל או ירה ײרה

די בר־מיצװה איז דאָך נישט דער עלטער פֿון דערװאַקסנשאַפֿט. יענער איז, לױט דער תּורה, צװאַנציק, דער עלטער פֿון אײַנװערבירונע אינעם חײל. דרײַצן איז, גיכער, דער עלטער פֿון דער שולד, דאָס אַחריות פֿאַר חטאָים. עס שטײט בײַ אונדז אַ פּסוק אַז אַ בן סורר, אַ ייִנגל װאָס פֿאַרשעלט די טאַטע־מאַמע, זאָל שטאַרבן פֿאַר זײַן חטא (ויקרא כ׳ ט׳). אָבער די חכמים האָבן מקיל געװען און געפּסקנט אַז נאָר אַ דרײַצנט־יעריקער זאָל ממש קריגן די טױטשטראָף (סנהדרין ס״ב). און כּדי דאָס בחורל זאָל חס ושלום נישט פאַרגעסן, דערמאָנען מיר אים.

װי ס׳איז געשריבן אין די הײליקע שריפֿטן „סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ יָרֹה יִיָּרֶה אִם בְּהֵמָה אִם אִישׁ לֹא יִחְיֶה“ (שמות י״ט י״ג) —„שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער ניט בלײַבן לעבן.“ מען דערמאָנט דאָס ייִנגל אָן זײַן אַחריות אַפֿילו צו זײַן חײבֿ מיתה, דורך אַ סימבאָלישער סקילה: דאָס הײסט, מיר פֿאַרשטײנען אים. אָבער נישט מיט קײן שטײנער, חס וחלילה, נאָר װאָס דען מיט אַ סובסטאַנץ װאָס בערנגט אום יעדן יאָר אַ סך מער פֿון שטײנער — צוקער! מײַנע זין, װאָס האָבן געװאָלט מקפּיד זײַן אין קלה כחמורה, האָבן פֿאַר זײערע בר־מיצװת אױסגעקליבן אין דער צוקערניע, די האַרטסטע צוקערלעך מיט דער בעסטער אַעראָדינאַמיק, די װאָס פֿליען גיך און גלײַך. נו, און די אינדיאַנער מײנען נאָך אַז זײ זײַנען האַרב!

די קהילה אױף מײַן בר־מיצװה האָט זיך נישט געהאַלטן בײַם מינהג צו פֿרשטײנען דאָס בר־מיצװה בחורל. אַ שאָד, מײנט איר? אָבער דאגהט נישט: עס איז געװען אַן אױפֿרוף פּונקט אין דער זעלבער צײַט, און מיט אױפֿרופֿן איז דער אָ מינהג טאַקע מקוים געװאָרן! אַ האָגל צוקערלעך האָט זיך אַראָפּגעלאָזן אױף מײַן קאָפּ. אָבער איך האָב נישט פֿאַרלױרן די זינען! אין אַמעריקע האַלטן זיך די ייִדן בײַ אַן אַלטן מינהג אַז אַ יונגערמאַן זאָל קריגן זײַן ערשטן אָנצוג, מיט אַ שטײַפֿן זשאַקעט, לכּבֿוד דער בר־מיצװה. איז, האָב איך אױסגעדרײט די פּלײצעס, זיך פֿארהוײקערט, און זיך געהיט פֿונעם רעגן צוקער־שטײנדלעך. זאָגט, אױב איר װילט, אַז איך בין אַ טכױר, אָבער זאָגט נישט אַז עס פֿעלט מיר אױס אײַנפֿאַלערישקײט.

אַ מעשׂה: אױף מײַן צװײטן זונס בר מיצװה, האָבן די װײַבער אָפּגעטאָן אַ זביטקעלע: זײ האָבן סקילה געטאָן פֿאַר דער קריאה, דאָס הײסט פֿאַר דער ריכטיקער צײַט, און אַזױ אָפּגעהאַלטן די מענער, און באַזונדערש די ענערגעטישע יוגנט, פֿון פּראַװען די פֿולע צערעמאָניע. זײ האָבן מיר דערמאָנט אין דער סצענע אין ירושלים אין דער צײַט פֿונעם צװײטן בית־מיקדש, אינעם פֿילם „מאָנטי פּײַטאָנס לעבן פֿון ברײַענען“. די װײַבער האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר מענער און זיך אַרײַנגעשלײַכט אין אַ סקילה: צום סוף, שטעלט זיך אַרױס אַז אַלע די בײַזײַיִקע זײַנען געװען טאַקע פֿרױען, װײַל די פֿרױען האָבן אַזױ שטאַרק ליב געהאַט פֿאַרשטײנען!

אַן איבערגאַנג־⁠ריטוס װי נישט קײן אַנדער

װאָס איז־זשע דאָס פּינטעלע ייִד?

מען האָט איבערגעפֿאָרשט און איבערגעשמועסט דעם סוד פֿון אונדזער קיום, פֿון דער אײביקער איבערלעבונג פֿון עם ישׂראל, אָבער ס׳איז נישט קײן סוד. איצט, װײסט איר אױכעט.

ס׳איז שװער צו זײַן אַ ייִד, אָבער נאָך דער בר־מיצװה, איז דאָס שװערע טאַקע לײַכט.

הערה: יעדע װאָרט איז אין גאַנצן אמת, אַ חוץ אַ פֿאָר בײַטונגן כּדי אױסצומײַדן לשון-הרע אױף די װאָס האָבן עס כּשר פֿאַרדינט.