פֿון סקאָט אַלעקסאַנדערן

פֿונעם ענגליש

א.

אַלן גינזבורגס באַקאַנט ליד װעגן מֹלֶכן:

װאָסער ספֿינקס פֿון צעמענט און אַלומיניום האָט איבערגעבראָכן זײערע שאַרבנס און אױפֿגעגעסן זײערע מוחות און דמיון?

מֹלֶך! אײנזײַן! שמוץ! מיאוסקײט! מיסטקאַסטנס און נישט־צו־באַקומענע דאָלאַרן! קינדער שרײַענדיק אונטער די שטיגן! ייִנגלעך העשענדיק אין חײלות! אַלטיטשקע יאָמערנדיק אין פּאַרקן!

מֹלֶך! מֹלֶך! קאָשמאַר פֿון מֹלֶכן! מֹלֶך דער אָן־ליבשאַפֿטדיקער! גײַסטיקער מֹלֶך! מֹלֶך דער שװערער מישפּטער פֿון מענטשן!

מֹלֶך די אומפֿאַרשטענדלעכע תּפֿיסה! מֹלֶך דער טױטנקאָפּ אָן־נשמהדיקע טורמע און קאָנגרעס פֿון עצבֿותן! מֹלֶך װעמענס בנינים זײַנען דאָס אורטלן! מֹלֶך דער אומגעהײַערער שטײן פֿון מלחמה! מֹלֶך די דערטשמעליעטע ממשלות!

מֹלֶך װעמענס שׂכל איז רײנע מאַשינעריע! מֹלֶך װעמענס בלוט איז רינענדיק געלט! מֹלֶך װעמענס פֿינגער זײַנען צען חײלות! מֹלֶך װעמענס ברוסט איז אַ קאַניבאַל דינאַמאָ! מֹלֶך װעמענס אױער איז אַ קאָפּטשענדיקער קבֿר!

מֹלֶך װעמענס אױגן זײַנען אַ טױזנט בלינדע פֿענ צ טער! מֹלֶך װעמענס װאָלקן־⁠קראַצער⁠ס שטײען אין די לאַנגע גאַסן װי אָנסופֿיקע שם־⁠הװיהס! מֹלֶך װעמענס פֿאַבריקן חלומען און כריפּען אינעם נעפּל! מֹלֶך װעמענס רױך־קױמענס און אַנטענעס באַקרײנען די שטעט!

מֹלֶך װעמענס ליבע איז אָנסופֿיקער אײל און שטײן! מֹלֶך װעמענס נשמה איז עלעקטריע און בענק! מֹלֶך װעמענס אָרעמקײט איז די װײַזגעבונג פֿון גאונות! מֹלֶך װעמענס גורל איז אַ װאָלקן אָנמיניקער הידראָגען! מֹלֶך װעמנעס נאָמען איז דער שׂכל!

מֹלֶך אין װעמען איך זעץ, אַן עלנטער! מֹלֶך אין װעמען איך חלום מל אָכ ים! משוגע אין מֹלֶך! שמאָקזױגער אין מֹלֶכן ! ליבשאַפֿשלאָז און מאַנצביללאָז אין מֹלֶ כן !

מֹלֶך װאָס איז פֿרי אַרײַנגעקומען אין מײַן נשמה! מֹלֶך אין װעמען בין איך אַ באַזיניקטקײט אָן גוף! מֹלֶך װאָס האָט מיך אַרױסדערשראָקן פֿון מײַן נאַטירלעכן עקסטאַז! מֹלֶך װעמען איך פֿאַרלאָז! װעקט זיך אױף אין מֹלֶכן ! ליכט װאָס שטראַלט אַרױס פֿונעם הימל!

מֹלֶך! מֹלֶך! גולמאַט דירות! אינו־⁠ניראהדיקע פֿאָרשטעט! אוצר־⁠קאַמערן פֿון סקעלעטן! בלינדע קרױנשטעט! טײַװלאָנישע אינדוסטריעס! שדישע אומות! נישט־צום־צעשלאָגנע משוגעים־הײַזער! גראַניטענע שמעק! מאָנסטערדיקע באָמבעס!

זײ האָבן צעבראָכן דעם רו קן אױפֿהײבנדיק מֹלֶכן אין הימל! טראָטואַרן, בײמער, ראַדיאָס, טאָנען! אױפֿהײבנדיק די שטאָט אין הימל װאָס עקסיסטירט און איז אַרום אונדז אומעטום!

חזיונות! סימנים! זעענישן! נסים! עקסטאַזעס! אַראָפּגעגאַנגען דעם אַמעריקאַנישן טײַך!

חלומות! פֿאַרגעטערונגען! באַלײַכטונגען! רעליגיעס! די גאַנצע שיפֿל־לאָדונג שפּירעװדיקע באָבקעס!

דורכבראָכן! אַריבערן טײַך ! קאָזשלקעס און קרײציקונגען! אַראָפּגעגאַנגען די פֿאַרפֿלײצונג! מבֿושׂמקײטן! התגלותן! צען יאָר חיה־געשרײען און אַלײנמאָרדן! שׂכלס! נײַע ליבעס! משוגענער דור! אַראָפּ אױף די שטײנער פֿון צײַט!

װאָר הײליק געלעכטער אינעם טײַך! זײ האָבן דאָס גאַנצע געזען! די װילדע אױגן! די הײליקע אױסגעשרײען! זײ האָבן זיך געזעגנט! זײ זײַנען אָפּשגעפּרונגען פֿונעם דאַך! אין אײנזײַן ! פֿאָכענדיק! טראָגנדיק בלומען! אַראָפּ צום טײַך! אין דער גאַס!

װאָס האָט שטענדיק מיך באַרושמט מכּוח דעם אָ ליד איז זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון ציװיליזאַציע װי אַן אײנציקער יש. מע קען אים כּמעט זען, מיט זײַנע פֿינגער חײלות און זײַנע אױגן די פֿענסטער פֿון װאָלקן־⁠קראַצערס.

אַ סך קאָמענטאַטאָרן זאָגן אַז מֹלֶך רעפּרעזענטירט קאַפּיטאַליזם. ס ׳ איז אױף זיכער אַ טײל פֿון דעם, אַפֿילו אַ גרױסער טײל. אָבער עס פּאַסט נישט. קאַפּיטאַליזם, װעמענס גורל איז אַ װאָלקן אָנמיניקער הידראָגען? קאַפּיטאַליזם, אין װעמען בין איך אַ באַזיניקטקײט אָן גוף? קאַפּיטאַליזם, על־⁠כּן גראַניטענע שמעק?

מע פֿירט מֹלֶכן אַרײַן װי אַן ענטפֿער אױף דער פֿראַגע ק.ס. לואיסעס פֿראַגע אין „ היעראַרכיע פֿון פֿילאָסאָפֿן װ אָ ס  ט ו ט  ע ס ? די ערד קער זײַן יושרדיק, און אַלע לײַט צופֿרידען און שׂכלדיק. שטאָטס דעם האָבן מיר תּפֿיסות, רױך־קױמענס, דולהײַזער. װאָסער ספֿינקס פֿון צעמענט און אַלומיניום ברעכט איבער זײערע שאַרבנס און עסט אױף זײער דמיון?

און גינזבורג ענטפֿערט: מֹ לֶ ך  ט ו ט  ע ס .

סע שטײט אַ שטעל אין ‏די „ פּ ר י נ צ י פּ י אַ  ד י ס ק אָ ר ד י אַ “ װוּ מאַלאַקליפּס באַקלאָגט זיך צו דער געטין װעגן די בײזע פֿון דער מענטשן־געזעלשאַפֿט. יעטװידער צעמזיקט דעם אַנדערן, גאַנצע געזעלשאַפֿטן באַראַבעװען גרופּעס פֿון זײערע אײגענע לײַט, מוטערס זעצן זין אין תּפּיסה אַרײַן, קינדער קומען אום בשעת ברידער האַלטן מלחמה.

די געטין ענטפֿערט: „נו , טאָ װאָס איז שלעכט מיט דעם, אױב דאָס איז װאָס איר װילט?“

מאַלאַקליפּס: „אָבער קײנער װילט עס! יעדער אײנער האָט עס פֿײַנט!

געטין: „טאַקע? אם־⁠כּן, הערט אױף.“

די נישט־⁠דערזאָגטע פֿראַגע איז אױב יעדער אײנער האָט פֿײַנט די גײיִקע סיסטעם, װער האַלט זי אױף? און גינזבורג ענטפֿערט: „מֹלֶך“. ס׳איז איבערצײַגעװדיק נישט מחמת ס׳איז ריכטיק קײנער האַלט פּשוטו־⁠כּמשמעו אַז אַ קדמונישער קאַרטאַג ע ר שד איז גורם אַלצדינג אָבער מחמת דעם אַז האַלטן די סיסטעם פֿאַר אַ טוער שטרײַכט אונטער די מאָס אין װעלכער די סיסטעם איז דאָך נ י ש ט קײן טוער.

ניק באָסטראָם [ אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע אין אָקספֿאָרד־אוניװערסיטעט (דער איבעזעצער )] פֿאַררופֿט זיך דרך־⁠אַגבֿ אױף דער מעגלעכקײט פֿון אַ דיסטאָפּיע אָן אַ דיקטאַטאָר, אײנע װאָס יעדער בירגער, ביזן לעצטן, בתוכם דער אָנפֿירונג, האָט זי פֿײַנט, אָבער װאָס האָלט זיך פֿונד עסטװעגן אױס, נישט־אײַנגענומען. ס׳איז טאַקע לײַכט זיך אױסצומאָלן אַזאַ מלוכה. מאָלט זיך אױס אַ מלוכה מיט צװײ כּללים: ערשטענס, יעדער מוז אָפּזײַן אַכט שעה אַ טאַג אין זיך געבן שטאַרקע עלעקטרישע שאָקן. צװײנטס, װען װער נאָר פֿאַרפֿעלט נאָכ צו גײן אַ כּלל (כּולל אָט דעם כּלל), אָדער זאָגט זיך אַרױס אַנטקעגן אים, מוזן אַלע בירגערס זיך פֿאַראײניקן צו דערהרגענען יענעם מענשט ן . לאָז זײַן אַז דער מינהג שטעלט פֿעסט די אָ כּללים גענוג, אַז יעדער אײנער ריכט זיך אַז מע װעל זײ אַדורכפֿירן.

לכן גיט מען זיך עלעקטרישע שאָקן אַכט שעה אַ טאָג, װאָרעם מ ׳ װײסט אַז טאָמער טוט מען דאָס נישט, װעלן אַלע אַנדערע א י ם דערהרגענען, װײַל אױב זײ טוען נישט אַזױ, יעטװידער װעט ז ײ דעהרגענען, און אַזױ װײַטער. איטלעכער בירגער האָט פֿײַנט די סיסטעם, אָבער צוליבן אױספֿעל פֿון אַ גוטן קאָאָרדינאַציע־מעכאַניזם, האַלט זי זיך אױס . פֿון גאָטס בליק, קענען מיר אָפּטימיזירן די סיסטעם צו „יעדער אײנער איז מסכּים זיך פֿון דעם אָפּצושטעלן מיט אַ מאָל“, אָבער קײנער װאָס איז אינעם אינעװײניק פֿון דער סיסטעם איז מסוגל באַװירקן דעם איבערגאַנג אָן אַ גרױסער סכּנה צו זיך אַלײן.

נו גוט, אָט די דוגמא איז עפּעס אױסקאָמבינירט. דערנאָך לאָמיר איבערגײן אַ פּאָר לאָמיר זאָגן צען באמתדיקע דוגמאָות פֿון ענלעכע פֿיל־טוער פּאַסטקעס כּדי ממש אַרײַנצוקלאַפּן װי װיכטיק דאָס איז.

  1. ד עם געפֿאַנגענעמס דילעמע , װי עס װאָלטן זי שפּילן צװײ גאָר טעמפּע ליבערטאַריער, װאָס בלײַבן תּמיד צום סוף מיט פֿאַראָט פֿון בײדע זײַטן: פֿאַרראָטן/פֿאַרראָטן. ס׳איז פֿאַראַן אַ סך בעסער אַרױסקום טאָמער קענען זײ אױסרעכענען די נײטיקע קאָאָרדינאַציע, אָבער קאָאָרדינאַציע איז טאַקע ש װ ע ר . פֿון גאָטס בליק, קענען מיר זיך אײַנפֿאַרשטײן אַז קאָאָפּערירן/קאָאָפּעריר ן איז אַ בעסער אַרױסקום װי פֿאַרראָטן/פֿאַרראָטן, אָבער נישט קײן אײנער פֿון די געפֿאַנגענע װאָס איז אינעם אינעװײניק פֿון דער סיסטעם קען עס אױספּועלן.
  2. דאָלאַר־ליציטאַציעס . איך האָב געשריבן װעגן דעם אָ און נאָך פֿאַרפּלאָנטערטערע װערסיעס פֿונעם זעלבן פּרינציפּ אין „ שפּיל־טעאָריע װי אַ פֿינצטערע קונסט “. מיט אַ פּאָר טשודנע ליציטאַטיע־כּללים , קען מען אױסניצן שלעכטע קאָאָרדינאַציע צו צװינגען עמעצן צו באַצאָלן צען דאָלאַר פֿאַר אַן אײנער. פֿון גאָטס בליק, דאַרף מען קלאָר נישט באַצאָלן צען דאָלאַר פֿאַר אַן אײנער. פֿונעם אינעװײניק אין דער סיסטעם, קער יעדער אײנציקער טראָט װאָס מע מאַכט זײַן בר־⁠דעתדיק.

( מיסטקאַסטנס און נישט־צו־באַקומענע דאָלאַרן!)

  1. די מעשׂה װעגן פֿישפֿאַרמן“ פֿון מײַנע נישט־ליבערטאַריער־שו״תּ גירסא ב׳ :

װי אַ טראַכט־עקספּערימענט, לאָמיר איבערקלערן פֿישפֿאַרמען אין אַן אָזערע. שטעלט זיך פֿאָר אַן אָזערע מיט טױזנט פֿישפֿאַרמען װאָס סע פֿאַרמאָגן טױזנט זיך קאָנקורירענדיקע פֿירמעס. יעדער פֿישפֿאַרם פֿאַרדינט אַ רװח פֿון טױזנט דאָלאַר אַ חודש. אַ שטיק צײַט, איז אַלץ גוט און װױל.

אָבער יעדער פֿאַרם פּראָדוצירט אָפּפֿאַל, װאָס פֿאַראומרײניקט דאָס װאַסער אין דער אָזערע. לאָמיר זאָגן אַז יעדער פֿישפֿאַרם פּראָדוצירט גענוג פֿאַרפּעסטיקונג צו פֿאַרקלענערן פּראָדוקטיװקײט אין דער אָזערע אױף אַ סכום פֿון אײן דאָלאַר אַ חודש.

טױזנט פֿישפֿ אַ רמען פּראָדוצירן גענוג פֿאַרפּעסטיקונג צו פֿאַרקלענערן פּראָדוקטיװקײט אױף אַ סכום פֿון אײן דאָלאַר אַ חודש, װאָס הײסט אַז קײן אײנער פֿון די פֿישפֿאַרמען פֿאַרדינט נישט קײן געלט. קאַפּיטאַליזם קומט צו צו ראַטעװען: עמעצער טראַכט אױס אַ קאָמפּליצירטע אױספֿילטריר־סיסטעם, װאָס נעמט אַװעק מיסטשטאָפֿן. אָנפֿירן זי קאָסט דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ חודש. אַלע פֿישפֿאַרמען מאָנטירן זי פֿרײַװיליק אײַן, די פֿאַרפּעסטיקונג פֿאַרענדיקט זיך, און די פֿישפֿאַרמען מאַכן איצט אַ רװח פֿון זיבן הונדערט דאָלאַר אַ חודש נאָך אַ בכּבודיק מאַיאָנטיקל.

אָבער עס איז דאָ אײן פאַרמער (לאָמיר רופֿן אים סענדערל) װעמען איז נימאס געװאָרן אױסגעבן געלט כּדי אָנצופֿירן זײַן פֿילטער. איצט, פֿאַרפּעסטיקט דער מיסט־ פֿאַרנעם פֿון אײן פֿיש־ פֿאַרם די אָזערע, פֿאַרנידריקנדיק פּ ראָדוקטיװיטעט דורכן סכום פֿון אײן דאָלאַר. סענדערל פֿאַרדינט נײַן הונדערט נײַן און נײַנציק דאָלאַר רװח, און יעדער אַנדערער פֿאַרדינט זעקס הונדערט נײַן און נײַנציק רװח.

אַלע אַנדערע זעען אַז סענדערל איז מרװיח אַ סך מער װי זײ, װײַל ער גיט נישט דעם אױפֿהאַלט־הוצאָות אױפֿן פֿילטער. זײ שליסן אױס זײערע פֿילטערס אױך.

װי נאָר פֿיר הונדערט האָבן אױסגעשלאָסן זײערע פֿילטערס, פֿאַרדינט סענדערל זעקס הונדערט דאָלאַר אַ חודש װײניקר װי װאָס ער װאָלט פֿאַרדינען אױב ער און אַלע אַנדערע װאָלטן אױפֿהאַלטן אין גאַנג זײערע פֿילטערס! און די אומבאַפֿלעקטע פֿילטער־ניצערס פֿאַרדינען נעבעך נאָר דרײַ הונדערט דאָלאַר. סענדערל גײט אַרום צװישן אַלע זאָגנדיק „װאַרט! מיר אַלע מוזן צוזאַמען מאַכן אַ פֿרײַװיליקן הסכּם צו ניצן פֿילטערס! באם־⁠לאַװ, פֿאַרקלענערט זיך די פֿראָדוקטיװיטעט פֿון אַלע.“

אָלע שטימען אײַן מיט אים, און זײ אַלע חתמענען אונטער דעם פֿילטער־הסכּם, אַחוץ אײנער װאָס איז עפּעס אַ פּאַסקודניאַק. לאָמיר רופֿן אים מענדי. איצט, ניצן אַלע נאָך אַ מאָל פֿילטערס, אַחוץ מענדין. מענדי פֿאַרדינט נײַן הונדערט נײַן און נײַנציק דאָלאַר אַ חודש, און אַלע אַנדערע פֿאַרדינען זעקס הונדערט נײַן און נײַנציק. פּ אַמעלעך, הײבן די אַנדערע אָן צו מײנען אַז זײ דאַרפּן אױכעט קריגן מאַיאָנטקעס װי מענדי, און יעדער שליס ט אױס זײַן פֿילטער פֿאַר דרײַ הונדערט דאָלאַר איבעריקן רװח.

אַ פֿאַרזיכיקער האָט קײן מאָל נישט קײן אָנרײץ צו ניצן אַ פֿילטער. אַ פֿאַרזיכיקער האָט אַ ביסל אָנרײץ אונטערצוחתמענען אַ הסכּם צו צװינגען אַלע צו ניצן אַ פֿילטער, אָבער אין אַ סך פֿאַלן האָט ער אַ שטאַרקער אָנרײץ אָפּצוּװאַרטן אַלע אַנדערע ביז זײ חתמענען אונטער אַזאַ הסכּם, אָבער צו באַשליסן זיך אַלײן נישט צו באַטײליקן אין דעם. דאָס קען דערפֿירן צו אַן אומגעװוּנטשענער גלײַכװאָג אין װעלכער קײנער װעט נישט אונטערחתמענען אַזאַ הסכּם.

װאָס מער טראַכט איך װעגן דעם, אַלץ מער מײן איך אַז ס ׳ איז דער תּוך פֿון מײַן אײַנװענד צו ליבערטאַריאַניזם, און אַז די נישט־ליבערטאַריער־שו״תּ גירסא ג׳ װעט זײַן נאָר די דאָזיקע דוגמא, אָפּקאָפּירט און צוקגעלעפּט צװײ הונדערט מאָל. פֿון גאָטס בליק, קענען מיר זאָגן אַז פֿאַרפּעסטיקן די אָזערע דערפֿירט צו שלעכטע פּועל־⁠יוצאס. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, קען נישט קײן יחיד פֿאַרהיטן די פֿאַרפּעסטיקונג פֿון דער אָזערע, און דער קױף פֿון אַ פֿילטער קער זײַן נישט אַזאַ גוטע אידעע.

  1. ד י מאַלטוסיאַנישע פּאַסטקע , כאָטשבע אױף אירע גאָר־⁠גאָר רײנע טעאָרעטישע גערנעצן. זאָל זיך דאַכטן אַז מ׳איז אײנער פֿון די ערשטע שטשערעס װאָס איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין אַ לױטערן אינדזל. ער איז פֿול מיט געשמאַקע געװיקסן און מ׳לעבט אַן אידיליש לעבן, פֿױליאַקעװענדיק, עסנדיק, און צונױפֿשטעלנדיק גרױסע קונסטאַרבעטן. (מען איז למעשׂה אײנער פֿון יענע שטשערעס פֿון „ די  ש ט ש ע ר ע ס  פֿ ו ן  נ י ם “. )

מען האָט אַריכות־⁠ימים, פּאָליעװעט און האָט אַ טוץ קינדער. יעדער פֿון יענע האָט אַ טוץ קינדער, און אַזױ װײַטער. אין אַ פּאָר דורות, האָט דער אינדזל אַ צען טױזנט שטשערעס און האָט דערגרײכט זײַן אײַנװױנער־קאַפּאַציטעט. איצט איז דאָ נישט גענוג עסנװאַרג און פּלאַץ אױף צו קלעקן, און אַ געװיסער פּראָצענט פֿון יעדן נײַען דור שטאַרבט כּדי צו האַלטן די באַפֿעלקערונג פֿעסט אױף אַ צען טױזנט.

אַ געװיסע כּיתּה שטשערעס פֿאַרלאָזט די קונסט כּדי אַרײַנצולײגן מער פֿון זײער צײַט אין נישטערן אױפֿן קיום. יעדן דור, שטאַרבן אַ ביסל װײניקער פֿון דער כּיתּה װי מיטגלידערס פֿונעם הױפּטשטראָם, ביז, מיט דער צײַט, שטעלט קײן שטשאָר נישט צונױף נישט שום קונסט בכלל, און אַ בי װאָסער נישט איז כּיתּה שטשערעס װאָס פּרוּװט זי צוריקצוברענגען װעט אױסשט אַ רבן אין עטלעכע דורות.

למעשׂה, איז עס נישט נאָר קונסט. װי האַרבער, פּאַרשיװער, און קיומיסטישער פֿונעם הױפּטשטראָם זאָל אַ כּיתּה נישט זײַן, װעט זי סוף־כּל־סוף איבערנעמען. באַשטימ ט אײן כּיתּה שטשערעס אַלטרויִסטיש צו באַגרענעצן איר נאָכװוּקס נאָר צװײ אַ פּאָר, װעט יענע כּיתּה אױסשטאַרבן, װען איר ע פֿילצאָליקע פֿײַנד האָבן זי אױסגעקישעט פֿונעם קיום. נעמט זיך אײן כּיתּה שטשערעס פּראַקטיצירן קאַניבאַליזם, און אַנטדעקט אַז דאָס גיט זײ אַ פֿאָרהאַנט איבער זײערע לאַנדסלײַט, װעט זי איבערנעמען דעם אינדזל און דערגרײכן פֿיקסירונג.

טאָמער זאָגן שטשאָר־װיסנשאַפֿטלערס פֿאָ רױס אַז סע פֿאַרגיכערט זיך דער אױסשעפּ פֿון די נוס־זאַפּאַסן פֿונעם אינדזל אױף אַ געפֿערלעכן טעמפּ און אַז מע װעט זײ בקרובֿ אױסשעפּן אין גאַנצן, קערן אַ פּאָר כּיתּות שטשערעס באַגרענעצן זײער נוס־פֿאַרניץ צו אַ אױסהאַלטעװדיקן ניװאָ. די זיכיקערע קוזינעס װעלן אין גיכ ן װײַט גובֿר זײַן אינעם פֿאַרמעסט אַקעגן יענע שטשערעס. מיט דער צײַט װעלן די ניס אױסגעשעפּט געװאָרן, און ס׳רובֿ שטשערעס װעלן אָפּשטאַרבן און דער ציקל װעט זיך אָנהײבן אױף ס׳נ ײַ . אַיעדער כּיתּה װאָס שטעלט זיך אײַן פֿאַר עפּעס אַ טוּונג אָפּצוהאַלטן דעם ציקל װעט געפֿינען אַז עס װעלן זי װײַט גובֿר זײַן זײערע קוזינעס װאָס האַלטן אַז אײַנשטעלן זיך פֿאַר װ אָ ס  ס ע  ז אָ ל  נ י ש ט  ז ײַ ן איז אַ ביטול־⁠זמן װאָס מ׳קען ניצן בכדי זיך צו קאָנקורירן און פֿאַרניצן.

צוליב אַ הײַפֿל סיבות, איז די עװאָלוציע נישט אַזױ מאַלטוסיאַניש װי אין דעם טעאָרעטישן פֿאַל, אָבער זי שטעלט צו די פּראָטאָטיפּ־דוגמא װאָס מיר קענען אָנװענדן צו אַנדערע ענינים כּדי צו זען דעם גרונט־מעכאַניזם. פֿון גאָטס בליק, איז גרינג צו זאָגן אַז די שטשערעס זאָלן אױפֿהאַלטן אַ גענוגנדיק קלײנע באַפֿעלקערונג. אָבער פֿונעם אינעװ ײ ניק פֿון דער סיסטעם, װעט יענער אײנציקער שטשאָר גײן לױט זײַן אײגנעם גענעטישן מוז און דער אינדזל װעט בלײַבן בײַם סוף אין אַן אָן־סופֿיקן ציקל פֿון עליות־און־ירידות.

  1. קאַפּיטאַליזם. מאָלט זיך אױס אַ קאַפּיטאַליסט אין אַ אומברחמנותדיקער אינדוסטריע. ער שטעלט אָן אַרבערטערס צו נײען קלײדער אין אַ סװעטשאַפּ, און פֿארקױפֿט די קלײדער אױף אַ מינימאַלן רװח. אפֿשר װאָלט ער געװאָלט אײַנצאָלן זײַנע אַרבעטערס מער, אָדער געבן זײ װױלער ע אַרבעטס־באַדינגען. אָבער ער קען נישט, װײַל דאָס װאָלט פֿאַרטײַערן דעם מקח פֿון זײַן סחורה און זײַנע װעלװעלערע קאָנקורענטן װאָלטן אים גובֿר זײַן אינעם פֿאַרמעסט און ער װאָלט זיך אַװעקגעשטעלן. אפֿשר אַ סך פֿון זײַנע קאָנקורענטן זײַנען פֿײַנע לײַט װאָס װאָלטן װעלן אײַנצאָלן זײערע אַרבעטערס מער, אָבער סײַדן זײ האָבן עפּעס אַן אײַזן־שטאַרק ערבֿות אַז קײנער פֿון זײ װעט נישט פֿאַרר אָ טן די אַנדערע דורך אונטערבאָטן זײערע פּרײַזן, קענען זײ דאָס נישט טאָן.

פּונקט װי די שטשערעס, װאָס ביסלעכװײַז פֿאַרלירן אַלע װערטן אַחוץ גאָלע קאָנקורענץ, אַזױ אױך פֿירמעס אין אַן עקאָנאָמישער סבֿיבֿה פֿון ג ע נ ו ג  אָ נ ג ע ש ט ר ע נ ג ט ע ר  ק אָ נ ק ו ר ע נ ץ זײַנען גענײטיקט ג עװאָרן פֿאַרװאָרלאָזן אַלע װערטן אַחוץ אָפּטימיזאַציע לשם רװח, אַזיסט װעלן אַנדערע פֿירמעס װאָס האָבן אָפּטימיזירט בעסער לשם רװח גובֿר זײ זײַן און דערנאָך קענען פֿ אַ רקױפֿן דאָס זעלבע דינסט אױף אַ נידריקער ן פּרײַז.

(איך בין ממש נישט זיכער װי װײַט פֿאַרשטײען מענטשן דעם װערט פֿון אַנאַלאָגיזירן קאַפּיטאַליזם צו עװאָלוציע. פֿימרעס װאָס זײַנען אין גוטער פֿאָרעם דעפֿינירט װי די װאָס דערפֿירן די קונים צו װילן קױפֿן פֿון זײ בלײַבן לעבן, פֿאַרברײטערן זיך, און באַגײַסטערן להבאדיקע אָנשטרענגען, און פֿימרעס װאָס זײַנען נישט אין גוטער פֿאָרעם דעפֿינירט װי די װאָס קײנער װיל נישט קױפֿן פֿון זײ שטעלן זיך אַװעק און שטאַרבן אױס אין אײנעם מיט זײער פֿירמע־דע־⁠ען־⁠אַ . די סיבות אַז נאַטור איז רױט אין צאָן און קרעל זײַנען די זעלבע סיבות אַז דער מאַרק איז אומברחמנותדיק און אױסניצעריש.)

פֿון גאָטס בליק, קען מען פֿאַרטראַכטן אַ פֿרײַנדלע כע אינדוסטריע אין װעלכער יעדע פֿירמע באַצאָלט איר אַרבעטערס אַ לעבנס־⁠מינימום לױן. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, איז נישט שום אופֿן דאָס אײַנצופֿירן.

(מֹלֶך װעמענס ליבע איז אָנסופֿיקער אײל און שטײן! מֹלֶך װעמענס בלוט איז רינענדיק געלט!)

  1. די צװײ־הכנסה פּאַסטקע װאָס מ׳האָט אַנומלט אַרומגערעדט אױף דעם אָ בלאָג. ער האָט זיך גע חקירהט אַז ג ענוג־אָנגעשטרענגטע קאָנקורענץ פֿאַר פֿאָרשטאָטישע הײַזער און גוטע שול־ראַיאָנען באַטײַט אַז מענטשן האָבן געמוזט אַװעקװאַרפֿן אַ סך אַנדערע װערטן צײַט אין דער הײם מיט די קינדער, פֿינאַנץ־זיכערהײט — כּדי צו אָפּטימיזירן פֿאַרן יכולת צו קױפֿן אַ הױז, באם־⁠לאַװ װאָלטן זײ אין געטאָ פֿאַרװאַרפֿן געװאָרן.

פֿון גאָטס בליק, אױב יעדער אײנער װאָלט אײַנשטימען אַז ער זאָל נישט אָננעמען אַ צואַרבעט־שטעלע כּדי צו העלפֿן געװינען ד י קאָנקורענץ פֿ אַר װױלע הײַזער, װאָלט יעטװידער געקראָגן פּונקט אַ זױ װױל אַ הױז װי ער װאָלט אַנדערש געקראָגן, אָבער ער װאָלט געמוזט אַרבעטן נאָר אײן שטעלע. פֿונעם אינעװ ײ ניק פֿון דער סיסטעם, אָן אַ ממשלה װאָס איז פּשוטו־⁠כּמשמעו גרײט צו פֿאַרװערן צואַרבעט־שטעלעס, װעלן אַלע װאָס אַרבעטן צו נישט איבערגעלאָזט װערן.

(גולמאַט דירות! אינו־⁠ניראהדיקע פֿאָרשטעט!)

  1. די אַגריקולטור . דזשאַרעד דײַמאָנד האָט זי גערופֿן דער שװערסעטר פֿעלער אין מענטשן־היסטאָריע . צי ס׳איז געװען אַ פֿעלער צי נישט, איז זי נישט געװען קײן צ ו פֿ אַ ל — ערדאַרבעט־ציװיליזאַציעס האָבן פּשוט װײַט גובֿר געװען די נאָמאַדישע אומפֿאַרמײַדלעך און נישט בײַצושטײן. אַ קלאַסישע מאַלטוסיאַניש ע פּאַסטקע. אפֿשר איז געיעג־און־אַראָפּנעמען געװען הנאהדיקער, מיט אַ העכער פּראָגנאָז פֿאַר אַריכות־⁠ימים, און מער גינציק פֿאַר מענטשן־בליִען אָבער אין אַ מצבֿ פֿון ג ע נ ו ג אָ נ ג ע ש ט ר ע נ ג ט ע ר  ק אָ נ ק ו ר ע נ ץ צװישן פֿעלקער, אין װעלכער ס ׳איז געװען די קאָנקורירנדיקערע אָפּציע אַגריקולטור מיט איר קרענק און באַדריקונג און מגפֿה, װעט יעטװידער בלײַבן בײַם סוף אַן אַגריקולטוריסט; באם־⁠לאַװ פּלאָגט ער זיך דעם גורל פֿון די קאָמאַנטשי אינדיאַנער .

פֿון גאָטס בליק, איז גרינג צו זען אַז יעטװידער זאָל זיך האַלטן בײַ דער הנאהדיקער אָפּציע און בלײַבן אַ יעגער־אָפּנעמער. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, שטײט יעדער אײנציקער שבֿט אַנטקעגן נאָר דער ברירה צװישן װערן אַגריקולטורעל אָדער אומפֿאַרמײַדלעך שטרעבן.

  1. װאָפֿן־⁠געיעגן . גרױסע מדינות קענען אױסגעבן עפּעס פֿון פֿינף ביז דרײַסיק פּראָצעט פֿון זײער בודזשעט אױפֿן שיץ. אָן מלחמה אַ צושטאַנד װאָס האָט זיך מערסטנס געהאַלטן שױן פֿופֿציק יאָר טוט דאָס גאָרנישט אַחוץ אױסז ױ גן געלט פֿון אינפֿראַסטרוקטור, געזונט, דערציִונג און עקאָנאָמישן װוּקס. אָבער אַבי װאָסער מדינה װאָס פֿאַרפֿעלט אױסצוגעבן גענוג געלט אױף שיץ װעט שטעלן זיך אין סכּנה פֿון אַרײַנדרינג פֿון אַ דערבײַיִקער מדינה װאָס האָט יאָ אַרױסגעגעבן. על־כּן, פּרוּװן כּמעט אַלע מדינות אױסצוגעבן געלט אױף שיץ .

פֿון גאָטס בליק, איז דער בעסטער באַשײד װעלט־שלום, אין װעלכן נישט שום מדינה האָט נישט שום חײל בכלל. פֿונעם אינעװײניק פֿון דער סיסטעם, קען נישט קײן מדינה דאָס אײנזײַטיק אַדורכפֿירן, און דעריבער איז זײער בעסטע אָפּציע ממשיך צו זײַן אַװעקװאַרפֿן זײער געלט אױף מיסלען װאָס ליגן נישט־⁠געניצט אין סילאָס.

(מֹלֶך דער אומגעהײַערער שטײן פֿון מלחמה! מֹלֶך װעמענס פֿינגער זײַנען צען חײלות!)

  1. דער ראַק . דער מענטשן־קערפּער דאַרף באַשטײן פֿון קעמערלעך װאָס װױנען אין אײנעם האַרמאָניש, און צונױפֿלײגן זײערע מקורים פֿאַר דעם גרעסער גוט פֿונעם אָרגאַניזם. אױב אַ קעמערל פֿאַרראָט די גלײַכװאָג דורך אַרײַנלײגן זײַנע מקורים אין זיך אָפּקאָפּירן, װעלן עס און זײַנע אָפּשטאַמיקע בליִען, און סוף־⁠כּל־⁠סוף װעלן גובֿר זײַן אַלע אַנדערע קעמערלעך אינעם פֿאַרמעסט און איבערנעמענדיק דעם גאַנצן קערפּער צו װעלכער צײַט װעט עס שטאַרבן. אָדער דער צושטאַנד קען זיך איבערחזרן, װען געװיסע ראַק־קעמערלעך פֿאַרראָטן די רעשט פֿונעם אָנװוּקס, אַזױערנאָך פֿאַרפּאַמעלעכנדיק זײַן װוּקס און פֿאַרשאַפנדיק אַז דער אָנװוּקס זאָל סטאַגנירן.

פֿון גאָטס בליק, איז דער בעסטער באַשײד אַז אַלע קעמערלעך זאָלן קאָאָפּערירן כּדי זײ אַלע זאָלן נישט שטאַרבן. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, װעלן ראַק־קעמערלעך זיך צעמערן און װײַט גובֿר זײַן די אַנדערע אינעם פֿאַרמעסט — אַזױ אַז נאָר דער קיום פֿון דער אימון־⁠סיסטעם צאַמט אײַן די נאַטירלעכע טענדענץ צו װערן ראַקיק.

  1. דאָס ‏„געיעג ביזן דנאָ“ פֿאַרשרײַבט אַ מצבֿ אין װעלכן אַ טײל רשותן פֿאַרנאַדיען געשעפֿטן מיט נידריקער שטײַערן און װײניקער רעגלאַמענטן װי אַנדערע. די צולעצטיקע פּועל־⁠יוצא איז דאָס: אָדער אַלע אָפּטימיזירן אױף קאָנקורענץ— דורך האָבן מינימאַלע שטײַר־ניװאָען און רעגלאַמענטן — אָדער זײ פֿאַרפֿירן אַלע זײערע געשעפֿטן, הכנסות, און אַרבעט־שטעלעס צו זײ װאָס האָבן טאַקע אַזױ געטאָן (צו װעלכער צײַט שטופּט מען זײ אַרױס און ס׳פֿאַרבײַט זײ אַ ממשלה װאָס װעט זײַן פֿאָלגעװדיקער.)

אָ בער, הגם די לעצטע דוגמא האָט אַװעקגעגנבֿענעט דעם נאָמען, זײַנען אַלע די אָ סצענאַרן למעשׂה אַ געיעג ביזן דנאָ. װי נאָר אײן טוער לערנט זיך װי צו זײַן קאָנקורירנדיקער דורך מקריבֿ זײַן אַ בשותּפֿותדיקן װערט, מוזן אַלע זײַנע קאָנקורענטן אױכעט מקריבֿ זײַן דעם דאָזיקן װערט, באם ־ לאװ די װעניק־אָפּגעהיטענע װעלן זײ װײַט גובֿר זײַן און זײ פֿ אַ רב ײַ טן. על־⁠כּן קער די סיסטעם בלײַבן בײַם סוף אַז אַלע זײַנען  גלײַך אױף גלײַך קאָנקורירנדיק, אָבער דער װערט װאָס מע האָט מקריבֿ געװען איז אַװעק אױף אײביק. פֿון גאָטס בליק, װ ײ סן די קאָנקורענטן אַז ס׳װעס זײַן זײ אַלע ערגער טאָמער פֿאַרראָטן זײ, אָבער פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, געגעבן נישט־⁠גענוגיקע קאָאָרדינאַציע, איז אוממעגלעך עס אױסצומײַדן.

אײדער מיר גײן אָן װײַטער, איז פֿאַראַן עפּעס אַן אַנדער פֿאָרעם פֿיל־טוער פּאַסטקע װאָס איז כּדאי צו פֿאָרשן. אין דער אָ, האַלט עפּעס אַן אױסנװײניקער כּוח די קאָנקורענץ פֿון דער װײַטן בדרך־כּלל איז דער כּוח סאָציאַלע סטיגמע. אין רעזולטאַט דערפֿון, לאָזט זיך אױס אַז ס׳איז נישטאָ למעשׂה קײן געיעג ביזן דנאָ די סיסטעם קען װײַטער אָנגײן מיט פֿונקציאָנירן בײַ אַ רעלאַטיװן הױכן ניװאָ אָבער ס׳איז אוממעגלעך צו אָפּטימיזירן און מען װאַרפֿט אַװעק מקורים פֿאַר נישט שום פֿאַרװאָס. כּדי מיר זאָל ן זיך נישט אױסמאַטערן אײדער מיר אַפֿילו הײבן זיך אָן, װעל איך זיך דאָ באַגרענעצן צו פֿיר דוגמאות.

  1. דערציִונג . אין מײַן עסײ װעגן רעאַקציאָנערישער פֿילאָסאָפֿיע, רעד איך מכּוח מײַן פֿרוסטרירטקײט מיט דערציִונג־תּיקון:

מען פֿרעגט הלמאַי מען קען נישט מתקן זײַן די דערציִונג־סיסטעם. אָבער איצט אָ איז דער אָנרײץ פֿון די סטודענטן צו גײן אינעם בכּבֿודיקסטן קאָלעדזש װאָס װעט זײ אַרײַנלאָזן, בכדי די באַשעפֿטיקערס זאָלן זײ אָנשטעלן צי זײ לערנען זיך עפּעס צי נישט. די אָנרײץ פון די באַשעפֿטיקערס איז צו קריגן סטונדענטן פֿון דעם בכּבֿודיקסטן קאָלעדזש, בכדי זײ זאָלן קענען פֿאַרטײדיקן זײער באַשלוס צו זײער בעל־⁠הבית אױב סע װטע קאַליע װערן צי דער קאָלעדזש שטעלט צו צוגעגעבענע ם װערט צי נישט. און דער אָנרײץ פֿון קאָלעדזשן איז צו טאָן װאָסער סע זאָל נישט זײַן כּדי צו קריגן נאָך מער פּרעסטיזש, װי מעסטן אים די ראַנגען פֿון  „פֿ אַ ר א ײ נ י ק ט ע ־ ש ט אַ ט ן ־ נ ײַ ע ס  א ו ן  װ ע ל ט ב אַ ר י כ ט“ צי דאָס העלפֿט די סטודענטן צי נישט. צי דערפֿירט דאָס צו אַ ריזיקן ט רענצל און אַ שלעכטער דערציִונג? אַװדאי. צי װאָלט דער דערציִונג־גאָט געקענט דאָס באַמערקן און אַרױסגעבן אַ פּאָר דערציִונג־גזירות װאָס דערפֿירן צו אַ ריזיק שפּאָרעװדיקער סיסטעם? גרינגערהײט! אָבער װאָרעם ס׳איז נישטאָ קײן דערציִונג־גאָט, װעט יעטװידער סתּם אַזױ נאָכגײן נאָך זײַנע אײגענע אָנרײצן, װאָס זײַנען נאָר טײלװײַז אײַנגעשטימט מיט דערציִונג אָדער עפֿעקטיװקײט.

פֿון גאָטס בליק, איז גרינג צו זאָגן װערטער װי „סטודענטן דאַרפֿן נאָר גײן אין קאָלעדזש װען זײ מײנען אַז זײ װעלן אַרױסקריגן עפּעס פֿון אים, און באַשעפֿטיקערס דאַרפֿן אָנשטעלן אַפּליקאַנטן אױפֿן סמך פֿון זײער פֿעיִקײט און נישט אין װעלכן קאָלעדזש זײ זײַנען געגאַנגען“. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, גײט יעטװידער שױן ריכטיק נאָך נאָך זײַנע אײגענע אָנרײצן, איז סײַדן די אָנרײַצן בײַטן זיך, װעט די סיסטעם זיך אױכעט נישט בײַטן.

  1. װיסנשאַפֿט . די זעלבע עסײ:

װ י ס ן  װ ײ ס ט  די מאָדערנע פֿאָרשונג־קהילה אַז זי פּראָדוציר ט נישט די בעסטע װיסנשאַפֿט װאָס זי קער האָבן געקענט. ס׳איז פֿאַראַן אַ סך פּובליקאַציע־פּניה, מען מאַכט די סטאַטיסטיק אין אַ צעטומלדיקן און פֿאַרפֿירערישן אופֿן פֿון גאָלע אינערציע, און רעפּליקאַציעס אָפֿט מאָל טרעפֿן זיך נאָר גאָר שפּעט צי נישט בכלל. און אַ מאָל זאָגט עמעצער עפּעס װי „כ׳קען נישט גלײבן אַז מענטשן זײַנן צו טעמפּ צו פֿאַרריכטן די װיסנשאַפֿט. אַלץ װאָס מיר מוזן טאָן איז צו פֿאַרלאַנגען פֿריִיִקע רעגיסטראַציע פֿון פֿאָרשונגען כּדי אױסצומײַדן פּובליקאַציע־פּניה, מאַכן די אָ נײַע א ון מעכטיקע טעכניק דעם נײַעם סטאַנדאַרד, און צוטײלן אַ העכערן מעמד צו װיסנשאַפֿטלערס װאָס מאַכן רעפּליקאַציע־פֿאָרשונגען. ס׳װאָלט געװען ממש פּשוט און ס׳װאָלט שטאַרק פֿאַרגרעסערן װיסנשאַפֿטלערישן פּראָגרעס. מסתּמא מוז איך בלױז זײַן קליגער פֿון אַלע הײַנטיקע װיסנשאַפֿטלערס, װײַל איך בין ביכולת צוצוקלערן דאָס און זײ נישט.“

און יאָ. דעם װיסנשאַפֿט־גאָט װאָלט דאָס זיך אײַנגעגעבן. ער װאָלט געקענט שאַפֿן אַ װיסענשאַפֿט־גזירה אַז יעטװידער מוז ניצן די ריכטיקע סטאַטיסטיק, און שאַפֿן אַן אַנדער װיסנשאַפֿט־גזירה אַז יעטװידער מוז צוטײלן צו רעפּליקאַציעס אַ העכערן סטאַטוס.

אָבער זאַכן װאָס געבן זיך אײַן פֿון גאָטס בליק, געבן זיך נישט אײַן פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם. נישט קײן אײנציקע װיסנשאַפֿטלערין האָט קײן אָנרײץ זיך אײנזײַטיק אױסצובײַטן אױף דער נײַער סטאַטיסטישער טעכניק פֿאַר איר אײגענער פֿאָרשונג, װאָרום ס׳װעט מאַכן איר פֿאָרשונג נאָך װײניק מסוגל אױפֿצוּװײַזן מרעיש־⁠עולמדיקע אַרױסקומען און װאָרעם ס׳װאָלט נאָר מבֿלבל זײַן אַנדערע װיסנשאַפֿלערס. זײ האָבן נאָר אַן אָנרײץ צו װעלן אַז יעטװידער אַנדערער זאָל עס טאָן, צו װעלכער צײַט װאָלטן זײ נאָכגײן. און נישט קײן אײנציקער זשורנאַל האָט קײן אָנרײץ אײנזײַטיק זיך צו פֿאַרבײַטן צו פֿריִערדיקער רעגיסטראַציע און אַרױסגעבונג פֿון פֿאַרנײניקע רעזולטאַטן, װײַל דאָס װאָלט נאָר באַטײַטן אַז זײערע אױסקומען זײַנען װײניקער אינטערעסאַנט פֿון די פֿון יענעם אַנדערן זשורנאַל װאָס פּובליצירט נאָר מרעיש־עולמדיקע אַרױסקומען. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, גײט יעטװידער נאָך נאָך זײַנע אײגענע אָנרײצן און װעט מיט דעם װײַטער אָנגײן.

  1. ממשלה־פֿאַרדאַרבונג . איך קען נישט קײנעם װאָס האַלט, ממש, אין אַ פּרינציפּיעלן אופֿן, אַז די קיצבֿה פֿאַר קאָרפּאָראַציעס איז אַ ן אידעע אַ גו טע . אָבער עס נאָך גיט אײַן דער ממשלה אױסצוגעבן אַן ערך אַרום (געװענדט אין װי מען מעסט עס) אַ הונדערט מיליאַרד דאָלאַר אַ יאָר אױף דער װאָס איז, אַ שטײגער, דרײַפֿאַך דעם סכום װאָס זײ געבן אױס אױף געזונט־⁠אָפּהיט פֿ אַ ר ניצרכים. יעטװידער װאָס איז באַקאַנט מיטן פּראָבלעם איז געפֿאַלן אױף דער זעלביקער המצאה: שױן נישט אַרױסצוגעבן אַזױ פֿיל קיצבֿה צו קאָרפּאָראַציעס. הלמאי געשעט דאָס נישט?

ממשלות קאָנקורירן קעגן אַנאַנד כּדי מ ׳ זאָל זײ אױסקלײַבן אָדער אױפֿהאַלטן. און לאָמיר אָננעמען אַז אַ טײל פֿון דער אָפּטימיזאַציע פֿאַר אױסקלײַבנדיקײט איז צו אָפּטימיזירן ⁠קאַמפּאַניע־בײַשטײַערס פֿון קאָרפּאָראַציעס און אפֿשר נישט, אָבער באַאַמטע דאָך ה אַ ל ט ן אַז יאָ. באַאַמטע װאָס פּרוּװן זיך טשעפּען מיט דער קאָרפּאָראַציע־קיצבֿה קערן פֿאֵרלירן די אונטערשטיצונג פֿון קאָרפּאָראַציעס און דערנאָך באַאַמטע װאָס צוזאָגן זי בשלמותדיק אױפֿצוהאַלטן װעלן זײ גובֿר זײַן אינעם פֿאַרמעסט.

איז, כאָטש פֿון גאָטס בליק װײסט יעטװידער אַז אָפּשאַפֿן די קאָרפּאָראַציע־קיצבֿה איז דער בעסעטער באַשײד, שטױסן די פּערזענלעכע אָנרײצן פֿון יעדער אײנציקער באַאַמטין אױפֿצוהאַלטן די דאָזיקע קיצבֿה.

  1. קאָנגרעס . ער געפֿעלט נאָר נײַן פּראָצענט אַמעריקאַנער, הײסט עס אַ ניכד ע ריקערער אַפּראָבירונג־אָפּשאַץ אײדער טאַראַקאַנעס, קאָפּ־לײַז, און געפֿאָר־פּראָפּקעס. פֿון דעסט װעגן, אַפּראָבירן זײער קאָנגרעס־רעפּרעזענטאַנט צװײ און זיבעציק פּראָצענט מענשטן װאָס װ ײ סן װער ער איז בכלל. טעאָרעטיש גערעדט, דאַרף זײַן גאָר  ש װ ע ר צו האָבן אַ דעמאָקראַטיש אױסגעקליבענע קערפּערשאַפֿט װאָס האַלט אָן אַ נײַן פּראָצענט אַפּראָבירונג־אָפּשאַץ פֿאַר מער פֿון אײן װאַלן־ציקל. אין דער פּראַקטיק, איז דער אָנרײץ פֿון יעדען רעפּרעזענטאַנט צו געפֿעלן זײַן װײלערשאַפֿט בשעת ער װאַרפֿט דעם רעשט פֿון דער לאַנד אַרונטער אונטערן בוס עפּעס אין װעלכן איז זײ אַ פּנים געראָטן.

פֿון גאָטס בליק, דאַרף יעדער קאָנגרעסמאַן באַטראַכטן נאָר דאָס גוטע פֿון דער אומה. פֿונעם אינעװיניק פֿון דער סיסטעם, טוט מען װאָס איז גורם אַן מען זאָל אױסגעקליבן געװאָרן.

ב.

אַ גרונטפּרינציפּ פֿאַראײניקט אַלע די אױבנדיקע פּאַסטקעס. אין עפּעס אַ קאָנקורענץ װאָס אָפּטימיזירט פֿאַר איקס , קומט פֿאָר די געלעגנהײט אַרונטערצוּװאַרפֿן עפּעס אַן אַנדער װערט אונטערן בוס פֿאַר פֿאַרבע סערטן איקס . יענע װאָס זי כאַפּן, געדײַען. יענע װאָס נישט, שטאַרבן אױס. סוף־⁠כּל־⁠סוף, איז דער רעלאַטיװער סטאַטוס פֿון אַלע בערך דער זעלביקער װי פֿריִער. דער גאַנג איז ממשיך ביז מען האָס אױסגעביטן אַלע אַנדערע װערטן װאָס מען קען אױסבײַטן מיט אַנדערע װערטער, ביז מענטשלעך חריפֿות קען בשום־⁠אופֿן נישט אױסגעפֿינען קײן אופֿן צו מאַכן דעם מצבֿ ערגער.

אין אַ  ג ע נ ו ג  אָ נ ג ע ש ט ר ע נ ג ט ע ר  ק אָ נ ק ו ר ע נ ץ (10-1) שטאַרבט אױס יעטװידער װאָס װאַרפֿט נישט אַרונטער אַלע זײַנע װערטן אונטערן בוס קלער איבער די נעבעכדיקע שטשערעס װאָס װאָלטן זיך נישט אָפּשטעלן צו שאַפֿן קונסט. דאָס איז די באַרימטע מאַלטוסיאַניש ע פּאַסטקע, אין װעלכער יעטװידער איז פֿאַראָרעמט געװאָרן צו דער „לעבנס־⁠מינימום חיונה“.

אין אַ נישט־⁠גענוגיק אָנגעשטרענגטער קאָנקורענץ (14-11) זעען מיר גאָרנישט אַחוץ אַ פֿאַרדרײטן דורכפֿאַל אָפּטימיזירן נעמט אין אַכט די זשורנאַלן װאָס קענען זיך נישט אױסבײַטן צו פֿאַרלאָזלעכער װיסנשאַפּט, אָדער די מחוקקים װאָס קענען נישט נעמען זיך אין די הענט אַרײַן און אָפּשאַפֿן די קאָרפּאָראַציע־קיצבֿה. דאָס קער נישט פֿאַראָרעמען לײַט אין דער לעבנס־⁠מינימום חיונה, אָבער ס׳איז פֿאַראַן אַ משונהדיקער טײַטש אין װעלכן עס נעמט אַװעק זײער פֿרײַען װילן.

יעטװידער בעל־מחבר און פֿילאָסאָף װאָס איז װערט אַ גראָשן דאַרף אָנשרײַבן זײַן אײגע ן אוטאָפּיע. ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען אױף דער אמתן גאָר װױל. בפּועל־⁠ממש, איז עס אַ נישקשהדיק געװעט אַז, טאָמער זײַנען צװײ אוטאָפּיעס גאָרע הפֿכים אײנע פֿון דער אַנאַנדער, ק לינגען בײדע בעסער פֿון אונדזער אײגענער װעלט.

מען פֿאַרשעמט זיך אַ ביסל װען צופֿעליקע ים־⁠קאָטערס קענען אױסטראַכטן מצבֿים װאָס זײַנען בעסער פֿון דער װעלט אין װעלכער מיר לעבן בפּועל. און למעשׂה קענען סֿ׳ר ו בֿ דאָס נישט טאָן. אַ סך אוטאָפּיעס קײַקלען די שװערע פּראָבלעמען אַרונטער אונטערן טיש, אַנישט זײ װאָלטן זיך צעפֿאַלן אין צען מינוט טאָמער װאָלט מען זײ למעשׂה אַדורכפֿירן.

אָבער לאָמיך פֿאָרלײגן אַ פּאָר אוטאָפּיעס װאָס האָבן נישט דעם אָ סאָרט פּראָבלעם.

  • די אוטאָפּיע װוּ די ממשלה, שטאָטס באַצאָלן אַ סך קאָרפּאָראַציע־קיצבֿה, באַצאָלט דװקא נ י ש ט  ק ײ ן ס ך קאָרפּאָראַציע־קיצבֿה.
  • די אוטאָפּיע װוּ דאָס מיליטער פֿון יעדן לאַנד איז פֿופֿניק פּראָצענט קלײנער פֿונעם הײַנטיקן, און דאָס שפּאָרן גײט אַרײַן אין אינפֿראַסטרוקטור־הוצאָות.
  • די אוטאָפּיע װוּ אַלע שפּיטאַלן ניצן די זעלביקע עלעקטראָנישע מעדיצינישע פֿאַרצײכעניש־סיסטעם, אָדער לכל־הפּחות די מעדיצינישע פֿאַרצײכעניש־סיסטעמען קענען שמועסן אײנע מיט דער אַנדערער, כּדי דאָקטױרים קענען אױסזוכן װאָס האָט באַשטימט דער דאָקטער װאָס מען האָט געזען פֿאַראַכטטאָגן אין אַן אַנדער שפּיטאַל, שטאָטס הײסן אַלע די זעלביקע טעסטן נאָך אַ מאָל פֿאַר פֿינף טױזנט דאָלאַר.

איך מײן נישט אַז עס זײַנען דאָ צופֿיל װאָס שטעלן זיך דװקא אַ ק ע ג ן די אָ אוטאָפּיעס. אַז די אוטאָפּיעס טרעפֿן זיך נישט, איז דאָס נישט װײַל קײנער שטיצט זײ אונטער. ס׳איז אַװדאי נישט צוליב דעם װאָס קײנער האָט זײ נישט אױסגעקלערט, היות װי איך האָב זײ אָט די רגע אױסגעקלערט און איך קוק נישט אַרױס אַז מע זאָל באַלױבן מײַן „אױפֿדעקונג“ װי באַזונדערש חידושדיק און אױך נישט אַז זי זאָל איבערמאַכן די װעלט.

אַבי װאָסער בר־נש מיט אַן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער העכער פֿון שטוב־⁠טעמפּעראַטור קען אױספּלאַנעװען אַן אוטאָפּיע. די סיבה אַז אונדזער הײַנטיקע סיסטעם איז נישט קײן אוטאָפּיע איז אַז מ ע נ ט ש ע ן  ה אָ ב ן  ז י  נ י ש ט  א ױ ס ג ע פּ ל אַ נ ע װ ע ט . פּונקט װי מען קען קוקן אױף אַ פֿאַרטריקנטן טערען און באַשטימען װאָסערן שטאַלט װעט אַ טײַך אַ מאָל נעמען, װען מען נעמט אָן אַז װאַסער װעט האָרכן די שװערקראַפֿט, אַזױ אױך קען מען קוקן אױף אַ ציװיליזאַציע און באַשטימען װאָסערן שטאַלט װעלן אירע אינסטיטוציעס נעמען װען מע נעמט אָן אַז לײַט װעלן האָרכן אָנרײצן.

אָבער דאָס באַטײַט אַז, פּונקט װי מען האָט נישט אױסגעפּלאַנעװעט די שטאַלטן פֿון טײַכן נאָך שײנקײט און נאַװיגאַציע, אַזױ אױך װעט מען נישט אױספּלאַנעװען אינסטיטוציעס פֿאַר בליִונג אָדער יושר, אלא װאָס דען װי אַן אַרטיפֿאַקט פֿון צופֿעליק פֿעסטגעשטעלטע אָנהײב־צושטאַנדן.

פּונקט װי מענטשן קענען ניװעלירן טערען און בױען קאַנאַלן, אַזױ אױך קענען מענטשן איבערבײַטן דעם אָנרײץ־פּײזאַזש כּדי צו בױען בעסערע אינסטיטוציעס. אָבער זײ קענען טאָן דאָס נאָר װען זײ האָבן אָנרײצן דאָס צו טאָן, װאָס איז נישט תּמיד אַזױ. צוליב דעם, פֿורעמען זיך אַ פּאָר גאַנץ װילדע בײַטײַכן און ענגפּאַסן אין אַ פּאָר גאָר משונהדיקע ערטער.

כ׳ל איצט אַריבערשטײַגן פֿון נודנער שפּיל־טעאָריע צו װאָס קער זײַן דאָס נאָענטסטע צו אַ מיסטישער איבערלעבונג װאָס כ׳האָב װענס געהאַט.

װי אַלע גוטע מיסטישע איבערלעבונגען, איז זי געשען איך לאַס װעגאַס. איך בין געשטאַנען אױף אײַנעם פֿון זײַנע היפּש ביסל הױכע בנינים, אַראָפּקו ק נדיק אױף דער שטאָט גאָר אונטן, גאַנץ באַלײַכט אינעם פֿינסטערניש. האָט מען קײנמאָל נישט געװען אין װעגאַס, איז דאָס טאַקע ג אָ ר רושמדיק. אַ ברײטע גאַמע מיט װאָלקן־קראַצערס און ליכטן, מאָדנע און שײן, אַלע זיך צוזאַמענגעהײַפֿעלט. און איך האָב געהאַט צװײ מחשבות, קלאָר װי װאַסער:

ס׳איז הדרתדיק אַז מיר קענען שאַפֿן עפּעס װי דעם.

ס׳איז אַ חרפּה אַז מיר האָבן דאָס ט אַ ק ע ג ע ט אָ ן .

הײסט עס, לױט װעלכן סטאַנדאַרד איז בױען ריזיקע פֿערציק־⁠גאָרן־הױכע דרינענדיקע רעפּליקעס פֿון װענעציע, פּאַריזש, רױם, מצרים און קאַמעלאָט אײנע לעבן דער אַנדערער, געפֿילט מיט אַלבינישע טיגערס, אינעם מיטן פֿון דער האַרבסטער מידבר אין צפֿון־אַמעריקע, בכלל בײַם רעיון װי אַ ניץ פֿון די באַגרענעצטע מקורים פֿון אונדזער ציװיליזאַציע?

און ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז ס׳איז אפֿשר נישטאָ קײן פֿילאָסאָפֿיע אױפֿן ערדקײַלעך װאָס װאָלט שטיצן דעם קיום פֿון לאַס װעגאַס. אַפֿילו אָביעקטיװיזם, װאָס איז דרך־כּלל מײַן בכורה־פֿילאָסאָפֿיע פֿאַר מצדיק זײַן די איבעריקע איבערמאָסן פֿון קאַפּיטאַליזם, האָט לכל־הפּחות פֿאַרגרונטיקט זײַנע תּירוצים על־סמך דער מײנונג אַז קאַפּיטאַליזם פֿאַרבעסערט דאָס מענטשן־לעבן. הענרי פֿאָרד איז געװען אַ בעל־⁠מידות װײַל ער האָט דערמעגלעכט אַ סך לײַט, װאָס באם־⁠לאַװ װאָלטן זײַן אומבאַאױטאָט, צו באַקומען אױטאָס און אַזױ האָט ער זײ אַרײַנגעשטעלט אין אַ בעסערן מצבֿ. װאָט טוט װעגאַס? נאָר זאָגט צו אַ הײַפֿל שמאָנדאַקעס געלט בחינם און גיט זײ עס נישט.

לאָס װעגאַס עקסיסטירט נישט מחמת עפּעס אַ גמר העדאָניש ערהײט צו אָפּטימיזירן די ציװיליזאַציע ; עס עקסיסטירט מחמת אַ פּרימכע אין דאָפּאַמינערגישע באַלױן־שטראָמקרײַזן , פּלוס די מיקראָסטרוקטור פֿון אַ נישט־⁠גלײַכער רעגולאַטאָרישער סבֿיבֿה, פּלוס שעלינג־פּונקטן. אַ בר־⁠דעתדיקער צענטראַלער פּלאַנירער מיט גאָטס בליק, אַרײַנקלערנדיק זיך אין די אָ פֿאַקטן, האָט געקערט טראַכטן „לאָמיך זען, דאָפּאַמינערגישע באַלױן־שטראָמקרײַזן האָבן אַ פּרימכע אין װעלכער געװיסע עובֿדות מיט עפּעס נעגאַטיװע סכּנה/מעלה פּראָפּאָרציעס קריגן אַן עמאָציאָנעלע װעלענץ אַסאָציִיִרט מיט עפּעס אַ פּאָזיטיװע סכּנה/מעלה פּראָפּאָרציעס, לאָמיר זען אױב מיר קענען מחנך זײַן די מענטשן זיך צו היטן פֿון דעם.“ די װאָס זײַנען אינעם אינעװײניק פֿון דער סיסטעם, נ אָ כ ג ײ ע נ ד י ק  ד י  אָ נ ר ײ צ ן  װ אָ ס  ד י  אָ  פֿ אַ ק ט ן  ה אָ ב ן  ג ע ש אַ פֿ ן , טראַכטן „לאָמיר בױען אַ פֿערציק־⁠גאָרנס־הױכע דרינענדיקע רעפּליקע פֿון רױם, פֿול מיט אַלבינישע טיגערס אינעם מיטן פֿון דער מידבר, און אַזױ װערן מיר אַ ביסל רײַכער פֿון די װאָס האָבן נישט אַזױ געטאָן!“

פּונקט װי דער לױף פֿון אַ טײַך איז לאַטענט אין אַ טערען אַפֿילו פֿאַר דער ערשטער רעגן איז אױף אים אַנידערגעפֿאַלן, אַזױ אױך דער קיום פֿון קײסערס פּאַלאַץ איז לאַטענט געװען אין נעװראָ־ביאָלאָגיע, עקאָנאָמיק און רעגולאַטאָרישע סיסטעמען שױן פֿאַר ער האָט עקסיסטירט. דער פֿירנעמער װאָס האָט אים געבױט האָט בלױז אָנגעפֿילט די שדישע ליניעס מיט עכטן בעטאָן.

האָבן מיר זשע אַז די אָ סך װוּנדערלעכע טעכנאָלאָגישע און קאָגניטיװישע ענערגיע, דאָס גאונות פֿונעם מענטשן־⁠מין, װערט אַרױסגעװאַרפֿן אױף רעציטירן די שורות װאָס שלעכט־עװאָלויִרט ע אױפֿנעם־⁠קעמערלעך און בלינדע עקאָנאָמיק האָבן אָפּגעשריבן, װי געטער איבער װעלכע אַ באָלװאַן באַלעבאַטעװעט.

טײל מענטשן האָבן מיסטישע איבערלעבונגען און דערזעען גאָט. דאָרטן אין לאַס װעגאַס, ה אָ ב  א י ך  ד ע ר ז ע ן מֹלֶכן .

(מֹלֶך װעמענס שׂכל איז רײנע מאַשינעריע! מֹלֶך װעמענס בלוט איז רינענדיק געלט!

מֹלֶך װעמענס נשמה איז עלעקטריע און בענק! מֹלֶך װעמענס װאָלקן־⁠קראַצער⁠ס שטײען אין די לאַנגע גאַסן װי אָנסופֿיקע שם־⁠הװיהס!

מֹלֶך! מֹלֶך! גולמאַט דירות! אינו־⁠ניראהדיקע פֿאָרשטעט! אוצר־⁠קאַמערן פֿון סקעלעטן! בלינדע קרױנשטעט! טײַװלאָנישע אינדוסטריעס! שדישע אומות!)

...גראַניטענע שמעק!

ג.

עס שטײט אין די „אַפּאָקריפֿאַ דיסקאָרדיאַ“:

די צײַט שטראָמט װי אַ טײַך. ס׳הײסט, באַרג־⁠אַראָפּ. מיר קענען דאָס דערקענען מחמת אַלץ גײט גיך באַרג־⁠אַראָפּ. ס׳װאָלט דאַכטן זיך אַז ס׳איז שׂכלדיק צו זײַן אַנדערש װוּ װען מ ען דערגרײכ ט דעם ים.

לאָמיר האַלטן דעם אָ צופֿעליקן װיץ הונדערט פּראָצענט פּשט־⁠פּשוט און זען װוּהין ער פֿירט אונדז.

מיר האָבן נאָר װאָס אַנאַלאָגיזירט דעם שטראָם פֿון אָנרײצן צום שטראָם פֿון אַ טײַך. די באַרג־אַראָפּ טראַיעקטאָריע פּאַסט צו: די פּאַסטקעס געשעען װען מען געפֿינט אַ געלעגנהײט אױסצובײַטן אַ ניצלעכן װערט פֿאַר גרעסער קאָנקורענץ. װי נאָר יעטװידער האָט עס, ברענגט די גרעסער קאָנקורענץ נישט קײן נחת־⁠רוח אָבער מען האָט פֿאַרלױרן דעם װערט אױף אײביק. דערנאָך, יעדער טראָט פֿון דער ש װ אַ ך ־ ק אָ אָ ר ד י נ אַ צ י ע ־ פּ אָ ל ק ע פֿאַרערגערט דאָס לעבן.

אָבער מיר האָבן נאָך נישט דערגרײכט דעם ים, נאָר אױך דאַכט זיך אַז מיר באַװעגן זיך דאָך ב אַ ר ג ־ אַ ר ױ ף איבערראַשנדיק אָפֿט. הלמאי דעגענערירן נישט די זאַכן מער און אַלץ מער ביז מיר זײַנען צוריק אױפֿן ניװאָ פֿון אַ לעבנס־⁠מינימום חיונה? איך קען אױסטראַכטן דרײַ שלעכטע סיבות איבעריקע מקורים, פֿ יזישע באַגרענעצונגען, און אוטיליטעט־מאַקסימירונג פּלוס אײן גוטע סיבה קאָאָרדינאַציע.

  1. איבעריקע מקורים . די טיפֿענישן פֿונעם ים זײַנען אַן אימהדיק אָרט מיט נישט קײן סך ליכט, מאָגערע מקורים, און כּלערלײ אימ ה דיקע אָרגאַניזמען זיך איבערגעבנדיק צו עסן און פּאַראַזיטירן אײנער דעם אַנדערן. אָבער פֿון צײַט צו צײַט, פֿאַלט אַראָפּ אַ װאַלפֿיש־פּגר ביזן דנאָ פֿונעם ים: מער שפּײַז פֿון װאָס די אָרגאַניזמען װאָס אים געפֿינען קענען קײן מאָל נישט װעלן. ס׳איז דאָ אַ קורצע צײַט פֿון נסימדיקער שפֿע, בשעת די פּאָר בעלי־⁠חײם װאָס ערשט טרעפֿן אָן דעם װאַלפֿיש פּאַשען זיך װי מלכים. סוף־⁠כּל־⁠סוף אַנטדעקן נאָך חיות די פּגרים, די גיכער־פּלאָדיענדיקע חיות אינעם פּגר פֿאַרמערן זיך, דער װאַלפֿיש איז ביסלעכװײַז אױפֿגעפֿרעסט געװאָרן, און יעטװידער זיפֿצט אָפּ און קערט זיך א ום צו לעבן אין אַ מאַלטוסיאַניש ער טױט־פּאַסטקע.

י װ ע ר ש ט ײ ן ־ ש ט ע ר ן ק אָ ד ע ק ס: דײַן קװאַל פֿאַר מאַקאַברישע װאַלפֿיש־מעטאַפּאָרן זינט יוני 2014 .)

עס איז עלעהײ אַ גרופּע פֿון יענע שטשערעס װאָס האָבן פֿאַרלאָזן ד י קונסט און זיך גענומען צו קאַניבאַליזם איז פּלוצעם אַװעקגעבלאָזן געװאָרן אין אַ נײַעם לײדיקן אינזדל מיט אַ סך העכער אײַנװױנער־קאַפּאַציטעט, װוּ זײ װאָלטן נאָך אַ מאָל האָבן דאָס אָטעמאָרט צו לעבן אין פֿרידן און שאַפֿן קונסטלערישע מײַסטערװערק.

איצט אָ איז אַ תּקופֿה פֿון װאַלפֿישפֿאַל, אַ תּקופֿה פֿון איבעריקע אײַנװױנער־קאַפּאַציטעט, אַ תּקופֿה אין װעלכער מיר פּלוצעם דערקענען זיך מיט אַ טױזנט־מײַל פֿאָרױס אױף מאַלטוסן. װי ר אָ בין האַנסען [אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיק אין דזשאָרדזש־מײסאָן־אוניװערסיטעט, באַװוּסט פּאַר פּיאָנירישע אידעען אין פֿילפֿאַכיקע תּחומען  (דער איבערזעצער)] זאָגט, איז איצט די חלום־צײַט .

כּל־⁠זמן מקורים זײַנען נישט גענוג שיטער כּדי אונדז צוצובינדן אין אַ מלחמה פֿון אַלע אַקעגן אַלע, קענען מיר טאָן יאָלדעװאַטע נישט־אָפּטימאַלע זאַכן װי קונסט און מוזיק און פֿילאָסאָפֿיע און ליבשאַפֿט בעת אָנרחמנותדיקע דערהרגענען־מאַשינען װעלן אונדז ס׳רובֿ די צײַט נישט גובֿר זײַן.

  1. פֿיזיקאַלישע באַגרענעצונגען . מאָלט זיך אױס אַ רװח־מאַקסימיזירנדיקן בעל־הבית פֿון שקלאַפֿן װאָס איז גומר צו ⁠פֿאַרקלענערן הוצאָות דורך נישט שפּײַזן זײַנע שקלאַפֿן אָדער זײ דערלאָזן שלאָפֿן. ער װאָלט באַלד אױסגעפֿינען אַז די פּראָדוקטיװקײט פֿון זײַנע שקלאַפֿן זינקט דראַסטיש, און אַז נישט קײן כּמות שמיץ װאָלט זי געקענט רעסטאַװרירן. סוף־כּל־סוף, נאָך איבערפּרוּװן פֿילצאָליקע סטראַטעגיעס, קער ער געפֿינען אַז זײַנע שקלאַפֿן פֿאַרטיקן אױס ד י מערסט ע אַרבעט װען זײ זײַנען אױסגעפּאַשעט און האָבן לכל־הפּחות אַ ביסל צײַט זיך אָפּצורוען. נישט װײַל די שקלאַפֿן ברצון האַלטן צוריק זײער האָרעװאַניע מיר גײען מיטן גאַנג אַז דער שרעק פֿון שטראָף איז גענוג זײ צו צװינגען אַרבעטן אַזױ שװער װי זײ קענען נאָר װאָס זשע דען װײַל דער קערפּער האָט געװיסע פֿיזישע באַגרענעצונגען װאָס פֿאַרצאַמען דעם ניװאָ אכזריות מיט װעלכן מען קען אָפּקומען. אַזױערנאָך „דאָס געיעג ביזן דנאָ“ שטעלט זיך אָפּ ערגעץ װוּ פֿאַר דעם בפּועלדיקן עטישן דנאָ, װען מע שטױסט זיך אָן אָן די פֿיזישע באַגרענעצונגען.

דזשאָן מאָעז, אַ היסטאָריקער פֿון שקלאַפֿערײַ, גײט װײַטער און שרײַבט װי דאָס שקלאַפֿערײַ מיט װעלכן מיר זײַנען קענטלעכסט דאָס פֿונעם פֿאַרמלחמהדיקן דרום פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז אַ היסטאָרישע אַבעראַציע און מסתּמא איז עקאָנאָמיש אומעפֿעקטיװ. אין ס׳רובֿ פֿריִערדיקע פֿאָרמען שקלאַפֿערײַ עיקערשט די פֿון דער קדמאָמישער װעלט איז געװען געװײנטלעך אַז מען זאָל באַצאָלן שקלאַפֿן אַ לױן, באַגײן זיך װױל מיט זײ, און אָפֿטמאָל געבן זײ זײער פֿרײַהײט.

ער טענהט אַז דאָס איז געװען דער רעזולטאַט פֿון שׂכלדיקער עקאָנאָמישער אױסרעכענונג. מע קען אָנרײצן שקלאַפֿן צי מיט אַ בײַטש צי מיט אַ צוקער־⁠לעקעכל, און די בײַטש איז נישט געראָטן. מע קען נישט אַלע מאָל געבן אַכטונג אױף די שקלאַפֿן, און ס׳איז גאָר שװער צו דערקענען צי אַ שקלאַף פּוסטעפּאַסעװעט (אָדער אַפֿילו צי, מיט אַ ביסל מער שמיץ, קער ער מסוגל זײַן צו אַרבעטן נאָך שװערער). אױב מען װיל אַז די שקלאַפֿן זאָלן טאָן עפּעס קאָמפּליצירטער פֿון קלױבן באַנװל, שטױסט מען זיך אָן אױף עטלעכע ערנ צ טע קאָנטראָליר־פּראָמבעמען — װי איז מע מרװיח פֿון אַ פֿאַרשקלאַפֿטן פֿילאָסאָף? שמײַסן אים שװער ביז ער קלאָרט אױס אַ טעאָריע פֿונעם גוטס װעגן װעלכן מ׳קען פֿארקױפֿן ביכער?

דער קדמונישער באַשײד צו דעם פּראָבלעם אפֿשר אַ פֿריִיִקע אינספּיראַציע פֿאַר פֿנאַרגלען איז געװען צו הײסן דעם שקלאַף טאָן װאָס נאָר זאָל אים נישט געפֿעלן, און װאָס ער זאָל נישט האַלטן פאַר רװחדיק, און דערנאָך צעטײלן מיט אים די רװחים.

אַ מאָל פֿלעג דער שקלאַף אַרבעטן אין אַ שטעלע אין זײַן בעל־הביתעס װאַרשטאַט און דער בעל־הבית פֿלעג אים אײַנצאָלן אַ לױן לױט װי גוט ער האָט געטאָן ד י אַרבעט. אַנדערע מאָל פֿלעג דער שקלאַף אַװעקגײן און דערשלאָגן זיך אין דער װעלט און צוריקשיקן אַ טײל פֿון װאָס ער האָט פֿאַרדינט. נאָך אַנדערע מאָל, פֿלעג דער בעל־הבית באַשטימען אַ פּרײַז פֿאַר דעם שקלאַפֿס פֿרײַהײט, און דער שקלאַף פֿלעג גײן און אַרבעטן און סוף־כּל־סוף דערלאַנגען דאָס געלט און זיך באַפֿרײַען.

מאָעז גײט נאָך װײַטער און זאָגט אַז די אָ סיסטעמען זײַנען געװען אַזױ רװחדיק אַז ס ע זײַנען געװען כּסדרדיקע טליִענדיקע פּרוּװן צן טאָן דעם אָ סאָרט זאַך אינעם אַמעריקאַנישן דרום. די סיבה אַז מע האָט זיך געהאַלטן בײַם בײַטשן־און־קײטן מעטאָד איז װײניקער צוליב עקאָנאָמישע טעמים און מער צוליב ראַסיסטישע ממשלה־באַאַמטע װאָס האָבן דערשטיקט רװחדיקע אָבער נישט־​​​​פּונקטלעך​־​​​װײַסע־​​​​סופּרעמאַטיע־ ​​​ פּראָטעזשירנדיקע פּרוּװן צו באַפֿרײַען שקלאַפֿן און זײ לאָזן אַרײַנגײן אין מיסחר.

דערנאָך, אין דעם אָ פֿאַל, איז אַ געיעג ביזן דנאָ אין װעלכן קאָנקורירנדיקע פּלאַנטאַציעס װערן װאָס אַ מאָל אַכזריותדיקער און אַכזריותדיקער צו זײערע שקלאַפֿן כּדי צו מאַקסימיזירן קאָנקורענץ אָגע שטעלט דורך די פֿיזישע באַגרענעצונג אַז אַכזריות העלפֿט נישט נאָך אַ געװיסן פּונקט.

אָדער, געבנדיק נאָך אַ דוגמא, איז אײנע פֿון די סיבות אַז מיר זײַנען איצט אָ נישט אין אַ מאַלטוסיאַניש ן באַפֿעלקערונג־אױפֿרײַס דער פֿאַקט אַז װײַבער קענען האָבן נאָר אײן װיקלקינד אין נײַן חדשים. אױב יענע טשודנע רעליגיעזע כּיתּות װאָס פֿאַרלאַנגען אַז זײערע מיטגלידער זאָלן האָבן אַזױ פֿיל װיקלקינדער װי מעגלעך װאָלטן געקענט קאָפּירן־קלעפּן זיך אַלײן, װאָלטן מיר געװען אין אַ ב א מ ת שלעכטן מצבֿ. אין דער אמתן, קענען זײ נאָר טאָן אַ ביסעלע היזק אין אַ דור.

  1. אוטיליטעט־מאַקסימיזירונג . מיר האָבן  גענומען אין באַטראַכט דעם אױפֿהיט פֿון װערטן אַקעגן געװינען קאָנקורענצן , און דערװאַרטן אַז אָפּטימיזירן פֿאַר דעם לעצטן זאָל צעשטערן דעם פֿריִערדיקן.

אָבער אַ סך פֿון די װיכטיקסטע קאָנקורענצן און אָפּ טימיזאַציע־פּראָצעסן אין מאָדערנער ציװיליזאַציע אָפּטימיזירן אױף מענטשלעכע װערטן. מען געװינט אין קאַפּיטאַליזם צום טײל דורך פֿאַרענטפֿערן די װערטן פֿון די קונים. מען געװינט אין דעמאָקראַטיע דורך פֿאַרענטפֿערן די װערטן פֿון די װײלערס.

זאָל זיך דאַכטן אַז ס׳איז דאָ אַ קאַװע־פּלאַנטאַציע ערגעץ װוּ אין עטיאָפּיע װאָס נעמט אָן עטיאָפּיער צו האָדעװען קאַװע־⁠בעבלעך װאָס מע פֿאַרקױפֿט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. אפֿשר האָט זי זיך צוגעבונדן מיט אַנדערע קאַװע־פּלאַנטאַציעס און װיל אַרונטערװאַרפֿן אונטערן בוס אַזױ פיל װערטן װי זי קען, כּדי צו באַקומען אַ קלײנטשינקען פּלוס.

אָבער זי קען נישט איבעריק מקריבֿ זײַן דאָס איכות פֿון דער קאַװע װאָס זי פּראָדוצירט, אַנישט װעלן די אַמעריקאַנער זי נישט קױפֿן. און זי קען נישט איבעריק מקריבֿ זײַן די לױנען און אַרבעט־צושטאַנדן, אַנישט װעלן די עטיאָפֿיער נישט אַרבעטן דאָרטן. און למעשׂה, איז אַ טײל פֿון איר קאָנקורענץ־אָפּטימיזירונג פּראָצעס דאָס געפֿינען פֿ ון די בעסטע אופֿנים װי זי קען צוציִען אַרבעטערס און קונים, כּל־זמן עס קאָסט זײ נישט צופֿיל געלט. הײסט עס איז דאָס גאָר צוזאָגנדיק.

אָבער ס׳איז װיכטיק זיך צו דערמאָנען פּונקט װי ברעכעװדיק איז די דאָזיקע לױנעװדיקע גלײַכװאָג.

לאָז זײַן אַז די קאַװע־פּלאַנטאַציעס אַנטדעקן אַ סמיקן פּעסטיציד װאָס װעט פֿאַרגרעסערן זײער גערעטעניש אָבער מאַכן קראַנק זײערע קונים. אָבער זײערע קונים װ ײ סן נישט װעגן דעם פּעסטיציד, און די ממשלה האָט נאָך נישט אָנגעיאָגט אים צו רעגולירן. איצט, איז דאָ אַ קלײנטשינקע אָפּקײטלונג צװישן „פֿאַרקױפֿן צו אַמעריקאַנער“ און „באַפֿרידיקן אַמעריקאַנער“, און אַװדאי װערן װערטן פֿון אַמעריקאַנער אַרונטערגעװאַרפֿן אונטערן בוס.

אָדער לאָז זײַן אַז ס׳איז דאָ אַ צעקינדלעניש אין עטיאָפּיע און פּלוצעם זײַנען דאָ פֿינף אַרבעטערס װאָס קאָנקורירן אױף יעדער שטעלע. איצט, קען די פֿירמע זיך פֿאַרגינען אַראָפּצונידערן דעם לױן און אַדורכפֿירן אַכזריותדיקע צושטאַנדן, אַראָפּ צו װאָס זאָלן נישט זײַן די פֿיזישע באַגערנעצונגען. באַלד װי ס׳איז דאָ אַן אָפּקײטלונג צװישן „איבערצײַגן עטיאָפּער אַז זײ זאָלן דאָ אַרבעטן“ און „באַפֿרידיקן עטיאָפּישע װערטן“, זעט דער מצבֿ אױס נישט ממש גוט אױך פֿאַר עטיאָפּישע װערטן.

אָדער לאָז זײַן אַז עמעצער טראַכט אױס אַ גולמאַט װאָס קען קלױבן קאַװע בעסער און װעלװעלער װי אַ מענטש. די פֿירמע שאַפֿט אָפּ אַלע אירע אַרבעטערס און װאַרפֿט זײ אױס אױף דער גאַס צו שטאַרבן. באַלד װי די אוטיליטעט פֿון די עטיאָפּיער איז שױן נישט נײטיק פֿאַר רװח, װערט פֿאַרשװוּנדן דער גאַנצער דרוק זי אױפֿצוהאַלטן.

אָדער לאָז זײַן אַז ס׳איז דאָ עפּעס אַ װיכטיקער װערט װאָס איז נישט אַ װערט פֿון די אָנגעשטעלטע און נישט פֿון די קונים. אפֿשר זעצן די קאַװע־פּלאַנטאַציעס אױפֿן האַביטאַט פֿון אַ זעלטן טראָפּישן פֿױגל װאָס סבֿיבֿה־גרופּעס װעלן באַשירעמען. אפֿשר זיצן זײ אױפֿן אָבֿותדיקן בית־⁠הקבֿרות פֿון אַ שבֿט אַן אַנדערן פֿון דעם שבֿט װאָס די פּלאַנטאַציע שטעלט אָן, און זײ װעלן אַז מען זאָל האָבן דרך־⁠ארץ פֿאַר אים אין עפּעס אַן אופֿן. אפֿשר טראָגט דאָס קאַװע־האָדעװען צו צו װעלט־⁠דערװאַרעמונג װי סע זאָל נישט זײַן. כּל־זמן עס איז נישט קײן װערט װאָס װעט שטערן דעם דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער צו קױפֿן פֿון זײ אָדער דעם דורכשניטלעכן עטיאָפּיער צו אַרבעטן פֿאַר זײ, גײט ער אַרונטער אונטער דעם בוס ער.

װ יסן װײס איך אַז „קאַפּיטאַליסטן אַ מאָל טוען שלעכטע זאַכן“ איז נישט פּונקטלעך קײן חידושדיקע דרשה. אָבער איך װיל טאַקע אונטערשטרײַכן װי ס׳איז נישט גלײַכװערטיק צו „קאַפּיטאַליסטן זײַנען זשעדנע“. דאָס הײסט, ז ײַ נ ע ן זײ אַ מאָל טאַקע זשעדנע. אָבער אַנדערע מאָל זײַנען זײ נאָר אין אַ גענוג אָנגעשטרענגטער קאָנקורענץ אין װעלכער זײ װאָס טוען עס יאָ װעלן װײַט גובֿר זײַן עמעצן װאָס טוט עס נישט. נאָר מֹלֶך שטעלט פֿעסט דעם געשעפֿט־אײַנפֿיר, האָט קײן אַנדער נישט קײן ברירה אינעם עסק.

(פֿון מײַנע קלײנע ידיעות אין מאַרקסן, פֿאַרשטײט ער אָט דאָס זײער זײער גוט און זײ װאָס פֿאַרסך־⁠הכּלען אים מיט „קאַפּיטאַליסטן זײַנען זשעדנע“ באַעװלען אים.)

פֿאַרשטײ ן פֿאַרשטײט מען די קאַפּיטאַליסטישע דוגמא, אָבע כאָטש דעם מײן איך אַז מע שאַצט אָפּ װײניק אַז דעמאָקראַטיע האָט די זעלביקע פּראָבלעמען. יאָ, אין טעאָריע, אָפּטימיזירט זי פֿאַר די װײלערס פֿרײד װאָס שטימט אײַן מיט גוט פֿעסטשטעלן פֿון פּאָליטיק. אָבער װי באַלד ס׳איז דאָ דער מינדסטער ריס צװישן גוט פֿעסטשטעלן פֿון פּאָליטיק און אױסקלײַבנדעװקײט, מ ו ז דאָס פֿעסטשטעלן פֿון פּאָליטיק אַרונטערגעװאָרפֿן װערן אונטערן בוס.

אַ שטײגער, זײַנען װאָס אַ מאָל לענגער תּפֿיסה־פּסקן אומיושרדיק צו די זיצערס און אומיושרדיק צו דער געזעלשאַפֿט װאָס מוז באַצאָלן פֿאַר זײ. פּאָליטיקערס זײַנען אָנחשקדיק צו טאָן קײן זאַך װעגן די לאַנגע פּסקן װײַל זײ װילן נישט אױסזען „װײך אױף פֿאַרברעכערײַ“, און אױב נאָר אײן אײנצלדיקער זעצער װאָס זײ האָבן געהאָלפֿן אים באַפֿרײַען טוט בכלל עפּעס בײזס (און סטאַטיסטיש מוז אײנער פֿון זײ אַזױ טאָן) װעט עס זײַן אומעטום אין די ראַדיאָ־⁠כװאַליעס בבֿחינת „אַ קרימינאַלניק װאָס די קאָנגרעסמאַנס פּאָליטיקן האָבן אים באַפֿרײַט האָט דערהרגענעט אַ משפּחה פֿון פֿינף, װי קען דער קאָנגרעסמאַן אַפֿילו שלאָפֿן בײַ נאַכט, לא־⁠כּל־⁠שכּן טענהן אַז נאָך אַן אױסקלײַב קומט אים?“ דערנאָך, אַפֿילו אױב פֿאַרקלענערן תּפֿיסה־אײַנװױנערשאַפֿטן װאָלט זײַן גוטע פּאָליטיק און עס איז װעט עס זײַן גאָר שװער אַדורצוכפֿירן.

(מֹלֶך די אומפֿאַרשטענדלעכע תּפֿיסה! מֹלֶך דער טױטנקאָפּ אָן־נשמהדיקע טורמע און קאָנגרעס פֿון עצבֿותן! מֹלֶך װעמענס בױען זײַנען דאָס אורטלן! מֹלֶך די דערטשמעליעטע ממשלות!)

מ אַכן „באַפֿרידיקן קונים“ און „באַפֿרידיקן בירגערס“ די א ױ ס אַ ר ב ע ט ו נ ג פֿון אָפּטימיזירונג־פּראָצעסן איז געװען אײנער פֿון די גרעסטע פּראָגרעסן פֿון ציװיליזאַציע און די סיבה אַז קאַפּיטאַליסטישע דעמאָקראַטיעס זײַנען אַזױ פֿיל אַריבערגעשטיגן אַנדערע סיסטעמען. אָבער אױב מיר האָבן צוגעבונדן מֹלֶכן װי אונדזער באַדינער, זײַנען די קײטן נישט זײער שטאַרק, און מיר געפֿינען אַ מאָל אַז די עובֿדות װאָס ער האָט געטאָן פֿאַר אונדז רירן זיך צו זײַן פֿאָרהאַנט און נישט צו אונדזערער.

  1. קאָאָרדינאַציע .

דער היפּך פֿון אַ פּאַסטקע איז אַ גאָרטן.

זאַכן זײַנען גרינג צו באַשײדן פֿון גאָטס בליק, איז אױב אַלע קומען זיך צונױף אין אַן איבער־אָרגאַניזם, קען דער אָרגאַניזם באַשײדן פּראָבלעמען גרינג און געשליפֿן. אַן אָנגעשטרענגטע קאָנקורענץ צװישן טוערס האָט זיך פֿאַרביטן אין אַ גאָרטן, מיט אַן אײנציקער גערטנער װאָס באַפֿעלט װוּאַהין אַלץ זאָל גײן און נעמט אַװעק עלעמענטן װאָס פּאַסן זיך נישט צו צו דעם מוסטער.

װי כ׳האָב אױפֿגעװיזן אױף ד י נישט־ליבערטאַריער־שו״תּ , קען אַ ממשלה גרינג באַשײדן דעם פֿאַרפּעסטיקונג־פּראָבלעם מיט פֿישפֿאַרמען. דער בעסט־באַקאַנטער באַשײד צו דע ם געפֿאַנגענעמס דילעמע איז אַז דער ראָש־⁠המאַפֿיע (אױספֿירנדיק די ראָלע פֿון אַ גובערנאַטאָר) זאָל סטראַשען אױסצושיסן אַיעדען געפֿאַנגענעם װאָס פֿאַרראָט. דער באַשײד צו פֿירמעס װאָס פֿאַרפּעסטיקן און פֿאַרשאַטן אַרבעטערס איז ממשלה־רעגולאַציעס אַקעגן דעם. ממשלות באַשײדן װאָפֿן־⁠געיעגן א י נ ע װ ײ נ י ק אין אַ לאַנד דורך אױפֿהאַלטן אַ מאָנאָפּאָל אױפֿן ניץ פֿון געװאַלד, און ס׳איז גרינג צו דערזען אַז טאָמער װאָלט אַ באמת װירקעװדיקע װעלט־ממשלה בכלל אױפֿשטײן, װאָלטן אינטערנאַניאָלאַלע מיליטער־פֿאַרשטאַרקונגען זיך אָפּהאַלטן גאַנץ גיך.

די צװײ אַקטיװע אינגרעדיענטן פֿון ממשלה זײַנען געזעצן פּלוס געװאַלד, אָדער אַבסטראַקטער, אָפּמאַכן פּלוס אַ דורכפֿיר־מעכאַניזמען. אַ סך אַנדערע זאַכן אַחוץ ממשלות טײלן זיך מיט די אָ צװײ אינגרעדיענטן און אַזױ קענען נוהג זיך זײַן װי קאָאָרדינאַציע־מעכאַניזמען כּדי אסצומײַדן פּאַסטקעס.

אַ שטײגער, װײַל סטודענטן קאָנקורירן אַקעגן זיך אַנאַנד (דירעקט, טאָמער שטעלט מען זײ צײכנס לױט אַ קרומע, אָבער תּמיד אומדירעקט פֿאַר קאָלעדזש־אײַנטריט, אַרבעט־שטעלעס, אאַ״װ), איז דאָ אָנגעשטרענגטע דריקונג פֿאַר סטודענטן אָפּצונאַרן. דער לערער און די שול פֿירן אױס די ראָלע פֿון אַ ממשלה דורך כּללים (אַ שטײגער, אַקעגן אָפּנאַרן) און אױך דאָס יכולת צו שטראָפֿן סטודענטן װאָס ברעכן זײ.

אָבער די אַרױפֿשװימענדיקע סאָציאַל־סטרוקטור פֿון די סטודנטן גופֿא איז אױך אַ סאָרט ממשלה. היות װי סטודענטן געטרױען נישט אָפּנאַרערס און זײ אױסמײַדן, זײנען דאָ כּללים (נאַר נישט אָפּ) און אַ דורכפֿיר־מעכאַניזם (באםֿ־לאַװ װעלן מיר דיך אױסמײַדן).

סאָציאַלע שטײגערס, דזשענטלמענישע הסכּמ⁠ס, אינדוסטריע־גילדעס, קרימינעלע אָרגאַניזאַציעס, טראַדיציעס, פֿרײַנדשאַפֿטן, קאָרפּאָראַציעס, און רעליגיעס, זײַנען אַלע קאָאָרדינאַציע־אינסטיטוציעס װאָס צולאָזן אונדז נישט אין פּאַסטקעס דורך אױסב ײַ טן אונדזערע אָנרײצן.

אָבער די אָ אינסטיטוציעס נישט נאָר רײצן אָן אַנדערע, נאָר אױך װערן זײ גופֿא אָנגערײצט. די אָ זײַנען גרױסע אָרגאַניזאַציעס װאָס באַשטײען פֿון אַ סך מענטשן װאָס קאָנקורירן אױף שטעלעס , מעמד, פּרעסטיזש, אאַ״װ ס׳איז נישטאָ קײן סיבה אַז זײ זאָלן זײַן אימון אַקעגן די זעלביקע פֿיל־טוער פּאַסטקעס װאָס כאַפּן יעדן אַנדערן, און למעשׂה זײַנען זײ נישט אימון. ממשלות קענען טעאָרעטיש גערעדט נישט צולאָזן קאָרפּאָראַציעס, בירגערס, אאַ״װ אין געװיסע פּאַסטקעס, אָבער װי מיר האָבן אױבנדיק געזען, זײַנען דאָ אַ סך פּאַסטקעס אין װעלכע ממשלות קענען זײ גופֿא אַרײַנפֿאַלן.

די פֿאַראײניקטע שטאַטן פּרוּװן אָפּצושײדן דעם פּראָבלעם דורך האָב ן פֿילפֿאַכיקע ניװאָען אין דער ממשלה, אומברעכעװדיקע קאָנסטיטוציאָנעלע געזעצן, קעגנאַנאַנדיקן קאָנטראָל צװישן פֿאַרשידענע צװײַגן, און אַ פּאָר אַנדערע קונצן.

סאַודי־⁠אַראַביע ניצט אַן אַנדער טאַקטיק. זײ שטעלן בלױז אײן יאַט װי דער ממונה איבער אַלץ.

דאָס איז די טענה לטובֿת מאָנאַרכיע װאָס װ ערט אָפֿט באַפֿלעקט לױט מײַן מײנונג נישט יושרדיק. אַ מאָנאַרך איז אַן אומאָנגערײצטער אָנרײצער. ער האָט, ב פּ ו ע ל ־⁠ מ מ ש , גאָטס בליק, און איז אױסנװײניק און איבער איטלעכער סיסטעם. ע ר האָט אױף אײביק געװוּנען אַלע קאָנקורענצן און קאָנקורירט נישט אױף גאָרנישט, און דעריבער איז ער בשלמות פֿרײַ פֿון מֹלֶכן און פֿון די אָנרײצן װאָס װאָלטן אַנדערש צילעװען זײַנע אָנרײצן אין באַשערטע שטעגן. אַחוץ אַ פּאָר גאָר טעאָרעטישע פֿאָרלײגן װי מײַן שײַנענדיקער גאָרטן , איז מאָנאַרכיע די א ײ נ צ י ק ע סיסטעם װאָס טוט דאָס.

אָבער אם ־ כּן, גײען מיר, אָנשטאָט נאָכגײן אַ צ ופֿ עליקע אָנרײץ־סטרוקטור, נאָך די פּרימכע פֿון אײן יאַט. קײסערס פּאַלאַץ האָטעל און קאַסינאָ איז אַ משוגענער טרענצל מקורים, אָבער דער באמתדיקער גאַיוס יוליוס קײסער אױגוסטוס גערמאַניקוס איז אױך נישט פּונקטלעך געװען דער בשלמותדיקער גוטװיליקער בר־⁠דעתדיקער צענטראַלער פּלאַנירער.

דער ליבערטאַריער ־אױטאָריטאַרישער אַקס אױפֿן פּאָליטישן בוסאָל איז אַ פּשרה צװישן אומקאָאָרדינאַציע און טיראַנײַ. מע קען האָבן אַלץ, פּערפֿעקט קאָאָרדינירט פֿון עמעצן מיט גאָטס בליק אָבער אם־כּן שטעלט מען זיך אין סכּנה פֿון סטאַלינען. און מע קען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון װאַסער נישט איז צענטראַלער קאָאָרדינאַציע אָבער אױב שױן אַזױ שטעקט מען בלײַבן מיט יעדער נאַרישער פֿיל ־טוער פּאַסטקע װאָס מֹלֶך זאָל נאָר אױסטראַכטן.

די ליבערטאַריער צעלײגן אַ איבערצײַגנדיקע טענה פֿאַר אײן זײַט, און די מאָנאַרכיסטן פֿאַר דער אַנדערער, אָבער איך ריכט זיך אַז, װי מיט ס׳רובֿ פּשרות , מוזן מיר בלױז האַלטן אונדזערע נעז און מודה זײַן אַז ס׳איז טאַקע אַ שװערע פּראָבלעם.

ד.

לאָמיר צוריק צו יענעם ציטאַט פֿון אַפּאָקריפֿאַ דיסקאָרדיאַ:

די צײַט שטראָמט װי אַ טײַך. ס׳הײסט, באַרג־⁠אַראָפּ. מיר קענען דאָס דערקענען מחמת אַלץ גײט גיך באַרג־⁠אַראָפּ. ס׳װאָלט זיך דאַכטן אַז ס׳איז שׂכלדיק צו זײַן אַנדערש װוּ װען מען דערגרײכ ט דעם ים.

װאָס װאָלט זײַן דער טײַטש, אין דעם אָ מצבֿ, פֿון דערגרײכן דעם ים?

פֿיל־טוער פּאַסטקעס — געיעגן ביזן דנאָ סטראַשען צו צעשטערן אַלע מענטשן־װערטן. עס צאַמען זײ הײַנט אײַן פֿיזישע באַגרענעצונגען, איבעריקע מקורים, אוטיליטעט־מאַקסימיזירונג, און קאָאָרדינאַציע.

איך האָב באַשריבן פּאַסטקעס װי:

אין עפּעס אַ קאָנקורענץ װאָס אָפּטימיזירט פֿאַר איקס, קומט פֿאָר די געלעגנהײט אַרונטערצוּװאַרפֿן אַ װערט אַן אַנדער אונטערן בוס פֿאַר פֿאַרבעסערטן איקס. יענע װאָס זי כאַפּן, געדײַען. יענע װאָס נישט, שטאַרבן אױס. סוף־⁠כּל־⁠סוף, איז דער רעלאַטיװער סטאַטוס פֿון אַלע בערך דער זעלביקער װי פֿריִער. דער גאַנג איז ממשיך ביז מע האָט אױסגעביטן אַלע אַנדערע װערטן װאָס מע קען אױסבײַטן — מיט אַנדערע װערטער, ביז מענטשלעך חריפֿות קען בשום־⁠אופֿן נישט אױסגעפֿינען קײן אופֿן צו מאַכן דעם מצבֿ ערגער.

די פֿראַזע מיט „קומט פֿאָר די געלעגנהײט“ הײַבט אָך זיך אױסצוזען גאָר בײז. דער סאַמע עיקר פֿון טעכנאָלאָגיע איז באַשאַפֿן נײַע געלעגנהײטן.

אַנטװיקלט מען אַ נײַען גולמאַט, און פּלוצעם האָבן קאַװע־פּלאַנטאַציעס „די געלעגנהײט“ אױטאָמאַטיזירן זײער גערעטעניש און אָפּשאַפֿן פֿון דער אַרבעט עטיאָפּישע אַרבעטערס. אַנטװיקלט מען יאָדער־װאָפֿנס, און פּלוצעם בלײַבן אַלע לענדער געשטעקט אין אַ װאָפֿן־⁠געיעג צו האָבן גענוגע פֿון זײ. פֿאַרפּעסטיקן די אַטמאָספֿער כּדי גיכער צו בױען סחורות איז נישט געװען קײן פּראָבלעם אײדער מ׳ האָט געבױט דעם דאַמפֿמאָטאָר.

דער לימיט פֿון פֿיל־טוער פּאַסטקעס װען טעכנאָלאָגיע דערנעענטערט זיך צום גבֿול בײַ אין־⁠סוף איז „זײער שלעכט“.

סע צאַמען הײַנט אײַן די אָ פּאַסטקעס פֿיזישע באַגרענעצונגען, איבעריקע מקורים, אוטיליטעט־מאַקסימיזירונג, און קאָאָרדינאַציע.

פֿיזישע באַגרענעצונגען װערן קענטיקסטנס בײַגעקומ ע ן דורך װאַקסנדיקער טעכנאָלאָגיע. ד י אַלטע צרה פֿונעם בעל־⁠הבית פון שקלאַפֿן אַז שקלאַפֿן מוזן עסן און שלאָפֿן װערט אַ קרבן פֿון סאָי עלינדז [ אַ קלײן טעװעלע מיט אַלע נײטיקע נערטײלן (דער איבערזעצער)] און מאָדאַפֿיניל. די פּראָבלעם אַז שקלאַפֿן אַנטלױפֿן װערט אַ קרבן פֿון ד ער מאַרשרוטניצע. ד י פּראָבלעם אַז שקלאַפֿן זײַנען אונטער צו פֿיל דריקונג צו טאָן גוטע אַרבעט װערט אַ קרבן פֿון װאַליום. קײן אײנער פֿון די אָ זאַכן איז נישט גאָר גוט פֿאַר די שקלאַפֿן.

(אָדער בלױז טראַכט אױס אַ גולמאַט װ אָ ס באַנײטיקט נישט שום שפּײַז אָדער שלאָף בכלל. װאָס װעט געשען מיט די שקלאַפֿן נאָך דעם איז בעסער נישט אַרױסצוזאָגן.)

די אַנדערע דוגמא פֿון פֿיזישע באַגרענעצונגען איז געװען אײן װיקלקינד אין נײַן חדשים, און דאָס איז געװען טאַקע אַ פֿאַרמינערונג פֿון דער טענה עס איז למעשׂה „אײן װיקלקינד אין נײַן חדשים פּלוס גרײטקײט אונטערצושטיצן און אָפּצוהיטן אַן אין גרונט אומבאַהאָלפֿענעם און עקסט פֿאָדערעװדיקן בן־⁠אָדם במשך אַכטצען יאָר“. דאָס קילט אָפּ דעם ברען פֿונעם התלהבֿות פֿונעם זאָג „פּרו ורבֿו“ פֿון אַפֿילו דער פֿאַרברענטסטער רעליגיעזער כּיתּה.

אָבער, װי זאָגט באָסטראָם אין א י ב ע ר ־ א י נ ט ע ל י ג ע נ ץ :

עס זײַנען דאָ סיבות, אױב מיר נעמען אַ לענגער ן בליק און זײַנען זיך משער אַ מצבֿ פֿון זי ך אומבײַטנדיקער טעכנאָלאָגיע און געדױערנדיקע ר מזל־⁠ברכה, צו דערװאַרטן אַן אומקער צ ום היסטאָריש און עקאָלאָגיש נאָרמאַלן מצבֿ פֿון אַ װעלט־באַפֿעלקערונג װאָס שטױסט זיך אַרײַן אין די באַגרענעצונגען פֿון װאָס אונדזער נישע קען אונטערשטיצן. אױב דאָס זעט אױס קעגנשׂכלדיק אי ן שײַן פֿון דער נעגאַטיװער באַציִונג צװישן עשירות און פֿרוכפּערדיקײט װאָס מיר בײַם איצטיקן מאָמענט מערקן נאָך אױף דער װעלט־סקאַלע, דאַרפֿן מיר זיך דערמאָנען אַז די אָ מאָדערנע תּקופֿה איז אַ בקיצורדיק שטיקל פֿון היסטאָריע און גאָר־גאָר אַן אַבעראַציע. מענטשלעכער אױפֿפֿיר האָט נאָך נישט זיך צוגעפּאַסט צו הײַנטצײַטיקע צושטאַנדן. נישט נאָר מיר פֿאַרפֿעלן אױסצוניצן די קענטיקע אופֿנים צו פֿאַרגרעסערן אונדזער אַרײַננעמיקע טױגעװדיקײט (למשל דורך װערן בײַשטײַערערס פֿון זרע אָדער אײעלעך), נאָר אױך מיר אַקטיװערהײט סאַבאָטירן אונדער פֿרוכפּערדיקײט דורך ניצן פֿאַרהיט־⁠מיטלען. אין דער סבֿיבֿה פֿון עװאָלוציאָנערער צופּאַסיקײט, האָט געקערט אַ געזונטער כּוח־⁠הדם זײַן גענוג אַרױסצורופֿן אַן אינדיװיד זיך אױפֿצופֿירן אין אופֿנים װאָס האָבן מאַקסימיזירט זײַן פֿאַרמער־פּאָטענציאַל; אין דער מאָדערנער סבֿיבֿה װאָלט נישמער זײַן אַ ריזיקער סעלעקטיװער פּלוס צו האָבן אַ דירעקטער חשק פֿאַר זײַן דער ביאָלאָגישער געבױרער פֿון דער גרעסטער מעגלעך צאָל קינדער. אַזאַ חשק װערט בײַם איצטיקער מאָמענט עװאָלויִר־אָפּגעקליבן, װי אױך אַנדערע שטריכן װאָס פֿאַרגרעסערן אונדזער נטיה זיך צו פֿאַרמערן. קולטור־צופּאַסונג קער פֿון דעסט װעגן איבערגנבֿענען ביאָלאָגישע עװאָלוציע. אַ פּאָר קהילות, װי די פֿון די הוטעריטער אָדער די אָנהענגערס פֿון ד ער „פֿול־פֿײַלנטאַשער“ עװאַנגעלישער באַװעגונג, האָבן פּראָגעבױרנישע קולטורן װאָס מונטערן אױף גרױסע משפּחות, און בכן מאַכן זײ אַדורך גיכע  אױסברײטערונג…. אָט דע ם לאַנג־משכדיק ן אױסקוק קער דער אינטעליגננץ־אױפֿרײַס צונױפֿרוקן אין אַן אָט־⁠אָטיקער מעגלעכקײט. היות װי װײכװאַרג איז אָפּקאָ פּ ירעװדיק, אַ באַפֿעלקערונג פֿון עמולאַציעס אָדער קינסטלעכע אינטעליגענצן קע ן זיך פֿאַרטאָפּלען גיך דורך אַ משך פֿון מינוטן שטאָטס צו יאָרצע֜נדליקער אָדער יאָרהונ ד ערטער און באַלד אױסשעפּן אַלע האַרטװאַרג בנימצא.

װי שטענדיק װען מען האָט צו טאָן מיט הױכראַנגיקע טראַנסהומאַניסטן, דאַרף מען פֿאַרשטײן „אַלע האַרטװאַרג בנימצא“ װי כּולל זײַן „די אַטאָמען װאָס פֿלעגן זײַן אַ טײל פֿון דײַן קערפּער“.

די אידעע אַז נישט נאָר ביאָלאָגישע, נאָר אױך קולטורלע עװאָלוציע, קען דערפֿירן צו אַ באַפֿעלקערונג־אױפֿרײַס איז אַ פֿילאָסאָפישע צאַצקע אינעם בעסטן פֿאַל. די אידעע אַז טעכנאָלאָגיע קען זי דערמעגלעכן איז אי גלײבװערדיק אי אָנשרעקנדיק. אַצינדער זעען מיר אַז „טעכנאָלאָגישע באַגרענעצונגען“ גײט אַריבער אין „איבעריקע מקורים“ — דאָס יכולת גיך צו שאַפֿן  גאָר גיך נײַע טוערס באַטײַט אַז, סײַדן אַלע קענען קאָאָרדינירן צו פֿאַרװערן דאָס צו טאָן, װעלן זײ װאָס יאָ טוען אַזױ װײַט גובֿר זײַן אינעם פֿאַרמעסט זײ װאָס נישט, ביז זײ האָבן דערגרײכט די אײַנװױנער־קאַפּאַציטעט און יעטװידער איז פֿאַרשטעלט אױפֿן ניװאָ פֿון דער לעבנס־⁠מינימום חיונה.

איבעריקע מקורים , װאָס זײַנען עד־⁠היום געװען אַ מתּנה פֿון טעכנאָלאָגישן פּראָגרעס, בײַטן זיך על־⁠כּן איבער און װערן אַ היזק פֿון פּראָגרעס אױף אַ גענוג הױכן ניװאָ.

אוטיליטעט־מאַקסימיזירונג , װאָס שטײט שטענדיק אױף ספֿקדיקע טעמים, אױך שטײט מיטן פּנים צו נײַע סכּנות. אין אָנבליק פֿון כּסדרדיקע װיכּוחים לױט דעם אָ ענין, בין איך דאָך ממשיך צו האַלטן אַז ס׳איז באַשײַמפּערלעך אַז גולמאַטן װעלן אַרױסשטױסן מענטשן פֿון דער אַרבעט אָדער לכל־הפּחות אַראָפּשרױפֿן לױנען (װעלכע, װען ס׳איז פֿאַראַן אַ מינימום־⁠לױן, שטױסן אַרױס מענטשן פֿון דער אַרבעט.)

נאָך דעם װי אַ גולמאַט קען טאָן אַלץ װאָס עס קען טאָן אַ מענטש מיט אַן אינטליגענץ־װיפלער פֿון אַכציק, נאָר בעסער און װעלװעלער, װעט שױן זײַן נישט קײן סיבה אָנצושטעלן מענטשן מיט אַן אינטליגענץ־װיפלער פֿון אַכציק. נאָך דעם װי אַ גולמאַט קען טאָן אַלץ װאָס קען טאָן  אַ מענטש מיט אַן אינטליגענץ־װיפלער פֿון אַ הונדערט און צװאַנציק, נאָר בעסער און װעלװעלער, װעט שױן זײַן נישט קײן סיבה אָנצושטעלן מענטשן מיט אַן אינטליגענץ־װיפלער פֿון אַ הונדערט און צװאַנציק. נאָך דעם װי אַ גולמאַט קען טאָן אַלץ װאָס קען אַ מענטש מיט אַן אינטליגענץ־װיפלער פֿון אַ הונדערט אַכציק, נאָר בעסער און װעלװעלער, װעט שױן זײַן נישט קײן סיבה אָנצושטעלן מענטשן בכלל, אינעם שװער־צו־גלײבן סצענאַר אַז עמעץ זאָל בלײַבן צו יענער צײַט.

אין די ערשטע שטאַפּלען פֿונעם גאַנג, װערט קאַפּיטאַליזם נאָך װאָס אַ מאָל מער אָפּגעקײטלט פֿון זײַן פֿריִערדיקן אַמט װי אַן אָפּטימיזירער פֿאַר מענטשנװערטן. אַצינד, זײַנען ס׳רובֿ מענטשן אױסגעשלאָסן פֿון דער גרופּע מענטשן פֿון װעמען אָפּטימיזירט קאָפּיטאַליזם די װערטן. האָבן זײ נישט קײן װערט צוצוטראָגן װי אַרבעטערס — און װײַל, צוליבן אױספֿעלן פֿון אַ קנאַקעדיקער סאָציאַלער באַשיצנעץ, איז אומקלאָר װי זײ װאָלטן האָבן קײן סך געלט — האָבן זײ אױך נישט קײן װערט װי קונים. קאָפּיטאַליזם איז זײ פֿאַרבײַגעגאַנגן. בשעת סע װאַקסט צו דער חלק פֿון מענטשן װאָס די גולמאַטן קענען װײַט גובֿר זײַן, גײט דער קאַפּיטאַליזם זײ פֿאַרבײַ, ביז ער סוף־כּל־סוף שליסט אױס דעם גאַנצן מענטשן־מין לגמרי, נאָך אַ מאָל נאָר אינעם שװער־צו־גלײבן סצענאַר אַז מיר זאָלן נאָך זײַנען פֿאַראַן.

(עס זײַנען דאָ עטלעכע סצענאַרן אין װעלכע אַ פּאָר קאַפּיטאַליסטן װאָס פֿאַרמאָגן די גולמאַטן קערן מרװיח זײַן דאָ, אָבער אַזױ צי אַזױ האָט דער ברײטער רובֿ נישט קײן מזל.)

דעמאָקראַטיע איז װײניקער־באַשײַמפּערלעך אומבאַשיצט, אָבער ס׳איז אפֿשר כּדאַי צוריקצוגײן צו באָסטראָמס פּאַראַגראַף װעגן דער „פֿול־פֿײַלנטאַשער“ באַװעגונג. עס זײַנען דאָ אַ פּאָר ממש פֿרומע קריסטן װאָס האַלטן אַז גאָט װיל אַז זײ זאָלן האָבן װיפֿיל קינדער װי מעגלעך, און װאָס קענען בלײַבן סוף־כּל־סוף מיט משפּחות פֿון סך־הכּל צען אָדער מער. זײערע כּתבֿים חשבונען בפֿירוש אױס אַז אױב זײ הײבן אָן מיט צװײ פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג, אָבער האָבן דורכשניטלעך אַכט קינדער אין אַ דור בשעת אַלע אַנדערע האָבן נאָר צװײ, װעלן זײ אין משך פֿון דרײַ דורות פֿאָרשטעלן מיט זיך אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג.

ס׳איז אַ געשײַטע סטראַטעגיע, אָבער איך קען אױסטראַכטן אײן זאַך װאָס װעט אונדז ראַטעװען: לפֿי װיפֿיל פֿול־פֿײַלנטאַשער בלאָגן װאָס איך האָב געפֿונען װען כ׳האָב געזוכט די אָ סטאַטיסטיקן, זײַנען זײערע אָנהאַלטן־פּראָפּאָרציעס, אַפֿילו אינעװײניק אַן אײנציקן דור, גאָר גרױליק. זײער דערמאָנטער אַרטיקל איז מודה אַז אַכציק פּראָצענט פֿון זײערע פֿרומע קינדער פֿאַרלאָזן די קירך װי דערװאַקסנע (כאָטש זײ, פֿאַרשטײט זיך, דערװאַרטן אַז זײער אײגענע באַװעגונג װעט בעסער מצליח זײַן). און דאָס איז נישט קײן סימעטרישער פּראָצעס — אַכציק פּראָצענט פֿון קינדער װאָס װאַקסן אױס אין אַטעיִסטישע פֿאַמיליעס װערן נישט קײן פֿול־פֿײַלנטאַשערס.

עס דאַכט זיך טאַקע אַז כאָשט זײ פֿאַרמערן זיך איבער אונדז, מיר פֿאַר מ ע מ ען זיך איבער זײ, און דאָס גיט אונדז אַ מכריעדיקע פֿאָרהאַנט.

אָבער מיר דאַרפֿן אױכעט האָבן אין אַ געװיסער מאָס מורא פֿון דעם דאָזיקן פּראָצעס. מעמען אָפּטימיזירן פֿאַר דערפֿירן צו דעם װאָס מענטשן זאָלן מקבל זײ זײַן און דערלאַנגען זײ װײַטער — און דערפֿאַר, פּונקט װי קאַפּיטאַליזם און דעמאָקראַטיע, אָפּטימיזירן זײ טאַקע פֿאַר אַ ב מ ק ו ם פֿון אונדז משׂמח זײַן, אָבער יענער במקום קען גרינג אָפּגעקײטלט װערן פֿונעם אָריגינעלן ציל.

קײטלבריװ, שטאָט־אַגדות, פּראָפּאַגאַנדע, און װיראַליש אָפּזעצערײַ זײַנען אַלע דוגמאָות פֿון מעמען װעלכע פֿאַרענטפֿערן נישט אונדזערע בפֿירושדיקע װערטן (װאָר און נוציק) נאָר װאָס זשע דען זײַנען גענוג מעמעדיק װיראַליש אַז זײ שפּרײטן זיך אױס סײַ װי.

איך האָף אַז ס׳איז נישט צו פּלוגתּאדיק צו זאָגן אַז דאָס זעלביקע איז חל אױף רעליגיע. רעליגיעס, טיף אין האַרצן, זײַנען די תּוכיקסטע פֿאָרעם פֿון מעמעדיקן רעפּליקירער: „גלײבט דעם אָ אַרױסזאָג און חזרט אים איבער, אַנישט װעט איר געצױגן װערן לעולם־⁠עולמים אױף דער עינױ.“

דער קרעאַציאָניזם־„װיכּוח“ און דער װעלט־⁠דערװאַרעמונג־„װיכּוח“ און אַ שלל מיט אַנדערע „װיכּוחים“ אין דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט נאַרײַען אַז מעמען װאָס קענען זיך פֿאַרשפּרײטן אומאָפּהענגיק פֿון זײער אמת־װערט האָבן אַ גאָר שטאַרקע השפּעה אױף דעם פּאָליטישן פּראָצעס. אפֿשר פֿאַרשפּרײטן זיך די אָ מעמען װײַל זײ געפֿעלן די פֿאָראורטל פֿון די לײַט, און אפֿשר װײַל זײ זײַנען פּשוט, אפֿשר װײַל זײ עפֿעקטיװערהײט פֿאַרצײכענען אַן אין־גרופּע אַקעגן אַן אױס־גרופּע, אָדער אפֿשר מחמת אַ סך פֿאַרשידענע סיבות.

דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן — מאָלט זיך אױס אַ לאַנד פֿול מיט ביאָגעװער־לאַבאָראַטאָריעס, װוּ מענשטן האָרעװען אַ מעת־לעת אױסצוטראַכטן נײַע אָנשטעקנדיקע מיטלן. דאָס געזעץ באַהיט דעם קיום פֿון די אָ לאַבאָראַטאָריעס, און זײער רעכט צוצוּװאָרפֿן אַבי װאָסער זײ זאָלן נישט אַנטװיקלען אינעם װאַסער־פֿאַרזאָרג. און סע פֿאַרבינדט דאָס לאַנד די פֿולקומסטע סיסטעם פֿון אַלגעמײנעם טראַנספּאָרט אין דער װעלט, װאָס יעטװידער באַניצט זיך מיט איר אַלע טאָג, בכדי װאָסער פּאַטאָגען זאָל נישט זײַן קען זיך פֿאַרשפּרײטן אינעם גאַנצן לאַנד אין אַ הרף־⁠עין. מען װאָלט דערװאַרטן אַז ענינים זאָלן גאָר גיך נעמען גײן אױף צרות פֿאַר דער שטאָט.

נו, האָבן מיר לערך א מילי־⁠מיליאַסן אידעע־⁠צענטערן װאָס פֿאָרשן נײַע און בעסערע פֿאָרמן פּראָפּאַגאַנדע. און מיר האָבן די אינטערנעץ. הײסט עס, מיר װערן גוט געבאַרעט.

( מֹלֶך װעמנעס נאָמען איז דער שׂכל!)

עס זײַנען דאָ אַ פּאָר מענשטן װאָס אַרבעטן אױף אױפֿהײבן די װאַסער־⁠ליניע פֿון קלאָרקעפּיקײט , אָבער נישט אַזש די װאָס אַברעטן אױף נײַע און באַגײַסטערנדיקע אופֿנים צעמישן און איבערמאַכן מענשטן, קאַטאַלאָגירנדיק און עקספּלואַטירנדיק ממש יעדע פּניה און הײריסטיק און שמוציק רעטאָריש שפּיצל.

דערנאָך, בשעת טעכנאָלאָגיע (װאָס איך פֿאַרשטײ װי אַרײַננעמענדיק דאָס װיסן פֿון דער פּסיכאָלאָגיע, סאָציאָלאָגיע, פּירסום, אאַז״װ) דערנעענטערט זיך צום גבֿול בײַ אין־⁠סוף, װאַקסט אָן דער כּוח פֿון כּמו־אמת כּלפּי אמת, און דער מצבֿ זעט אױס נישט אזױ גוט פֿאַר אמתדיקער פֿאָלקס־דעמאָקראַטיע. דער סאַמע ערגסטער סצענאַר איז אַז די רעגירנדיקע פּאַרטײ געפֿינט אױס װי צו פּראָדוצירן לױט דער באַשטעלונג אין־סופֿיקע כאַריזמע. אױב דאָס קלינגט אײַך נישט אַזױ שלעכט, דערמאָנט זיך װאָס היטלער האָט געקענט טאָן מיט אַ באַרימט־הױכן ניװאָ כאַריזמע װאָס איז דאָך געװען װעניקער־פֿון־אין־סופֿיק.

(ברירהדיקע פֿראַזירונג פֿאַר כאָמסקייִסטן: טעכנאָלאָגיע פֿאַרגרעסערט די עפֿעקטיװקײט פֿון אױסאַרבעטן אײַנשטימונג אינעם זעלביקן אופֿן אין װעלכן זי אַרבעט אױס אַלצדינג אַנדערש.)

קאָאָרדינאַציע איז װאָס בלײַבט איבער. און טעכנאָלאָגיע האָט דעם פּאָטענציאַל ערנצט אױסצובעסערן קאָאָרדינאַציע־אָנשטרענגען. מענטשן קענען ניצן די אינטערנעץ זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנאַנד, צו לאַנצירן פּאָליטישע באַװעגונגען, און זיך פֿונאַנדערצוטײלן אין סוב־קהילות .

אָבער קאָאָרדינאַציע איז מצליח נאָר װען ס׳איז דאָ אײן און פֿופֿציק פּראָצענט אָדער מער פֿונעם כּוח אין די הענט פֿון די װאָס זיך קאָאָרדינירן, און װען מען האָט זיך נישט דערטראַכט צון אַ גאונישן אײַנפֿאַל װי צו שטערן די מעגלעכקײט פֿאַר קאָאָרדינאַציע.

קודם דער צװײטער. אין דער פֿאַרבינדוגס־מעלדונג פֿאַר דער פֿריִערדיקער, האָב איך אָנגעשריבן:

די לעצטע אַנטװיקלונג אין דער פּרעכטיקער נײַער נאָכטביטקױניקער װעלט איז קריפּטאָ־אַקציעס . איצטענס בין איך אַריבער פֿונעם װילן צו לױבן די אױסגעפֿינערס װי דרײסטע ליבערטאַריער העלדן צום װילן זײ צוצושלעפּן פֿאַר אַ טאָװל און זײ נײטן שרײַבן הונדערט־מאָל: „א י ך  װ ע ל  נ י ש ט  אַ ר ײַ נ ר ו פֿ ן  ד אָ ס  װ אָ ס  א י ך  ק ע ן  נ י ש ט  צ ו ר י ק ש יק ן“.

עטלעכע מענטשן האָבן מיך געפֿרעגט װאָס איך האָב געהאַט בדעה, און איך האָב נישט געהאַט בשעתּו דעם הינטערגרונט צו דערקלערן. נו, אָט די דאָזיקע מעלדונג איז דער הינטערגרונט. מענטשן ניצן דאָס אָפּהענגיקע טיפּשות פֿון אונדזער איצטיקער ממשלה כּדי איבערצובײַטן אַ סך מענטשלעכע אינטעראַקציע מיט מעכאַניזמען װאָס מען קען נישט קאָאָרדינירן, אַפֿילו להלכה. איך פֿאַרשטײ אין גאַנצן פֿאַר װאָס אַלע די אָ זאַכן זײַנען גוט איצט אָ בשעת ס׳רובֿ פֿון װאָס אונדזער ממשלה טוט איז נאַריש און אומנײטיק. אָבער סע װעט קומען אַ צײַט װען — נאָך אײן צופֿיל ביאָגעװער־ אָדער נאָנאָטעכנאָלאָגיע־ אָדער יאָדער־אינצידענט — װעלן מיר זיך, בתּורת אַ ציװיליזאַציע, װינטשן אַז מיר האָבן נישט געהאַט מיסד געװען אומאַרױסזוכעװדיקע און אומאױפֿהערעװדיקע מיטלען פֿאַר פֿאַרקױפֿן סחורה.

און אױב מיר װעלן בכלל קריגן אַן אמתדיקע איבער־אנטעליגענץ, כּמעט לױט דער דעפֿיניציע, װעט זי האָבן מער פֿון אײן און פֿופֿציק פּראָצענט פֿונעם כּוח און אַלע פּרוּװן פֿון ‏„קאָאָרדינאַציע“ מיט איר װעלן זײַן אומזיסט.

דערנאָך בין איך מסכּים מיט ראָבין האַנסענען: איצט אָ איז די חלום־צײַט . איצט איז אַ זעלטענער צונױפֿגאָס פֿון אומשטאַנדן אין װעלכן זײַנען מיר מחוץ־⁠לדרך־⁠הטבֿע זיכער פֿון פֿיל־טוער פּאַסטקעס, און על־⁠כּן קענען בליִען משונהדיקע זאַכן װי קונסט און װיסנשאַפֿט און פֿילאָסאָפֿיע און ליבע.

װען טעכנאָלאָגישער פּראָגרעס פֿאַרגרעסערט זיך, װעט דער זעלטענער צונױפֿגאָס זיך ענדיקן. נײַע געלעגנהײטן צו װאַרפֿן װערטן אונטערן בוס פֿאַר פֿאַרגרעסערטער פֿאַרמעסטערישקײט װעלן פאָרקומען. נײַע אופֿנים אָפּצוקאָפּירן טוערס כּדי צו פֿאַרגרעסערן די באַפֿעלקערונג װעלן אײַנזױגן אונדזערע איבעריקע מקורים און מחיה־⁠מתים זײַן מאַלטוסעס אומרויִקע נשמה. קאַפּיטאַליזם און דעמאָקראַטיע, װאָס זײַנען אַפֿריִער געװען אונדזערע באַשיצערס, װעלן אױסטראַכטן אופֿנים אַרומצורוטיערן אַרום זײער אומבאַקװעמער אָפּהענגיקײט אױף מענטשנװערטן. און אונדזער קאָאָרדינאַציע־כּוח װעט נישט זײַן אין שטאַנד צו טאָן דאָס נײטיקע, אַפֿילו אױב מען איז משער אַז עפּעס מעכטיקער װעט זיך נישט פּאָיאַװען און צעשטױבן אונדזער פֿאַראײניקטע אָנשטרענגען מיט אַ מאַך פֿון זײַן לאַפּע.

אָן קײן יוצא־דופֿנדיקן אָנסטרענג אים אַװעקצוקערעװען, דערגרײכט דער טײַך דעם ים אין אײן פֿון צװײ ערטער.

עס קען זיך ענדיקן אין אליעזר יודקאָװסקיס קאָשמאַר פֿון אַן איבער־אינטעליגענץ װאָס אָפּטימיזירט פֿאַר עפּעס אַ צופֿעליקן ציל (קלאַסיש איז דאָס קלעמערלעך ) װײַל מיר האָבן נישט געװען גענוג קלוג כּדי צו צילעװען אירע אָפֿטימיזאַציע־אָנשטרענגען אינעם ריכטיקן כּיװן. דאָס איז די לעצטגילטיקע פּאַסטקע, די פּאַסטקע װאָס כאַפּט דעם װעלטאַל. אַלץ אַחוץ דער אײנציקער זאַך װאָס מע מאַקסימיזירט װערט אין גאַנצן צעשטערט בײַם זיך נאָכיאָגן נאָך דעם אײנציקן ציל, און בתוכם אַלע נאַרישע מענטנװערטן.

אַדער עס קען זיך ענדיקן אין ראָבין האַנסענס קאָשמאַר (ער הײסט עס נישט קײן קאָשמאַר, אָבער איך האַלט אַז ער איז זיך טועה ) װעגן אַ קאָנקורענץ צװישן עמולירטע מענטשן װאָס קענען זיך קאָפּירן און רעדאַקטירן זײער קװאַלקאָד װען סע נאָר גלוסט זיך. זײער בשלמותדיקע שליטה איבער זיך קען אָפּװישן פֿון דער ערד אַפֿילו דעם ח ש ק פֿאַר מענטשנװערטן אין זײער אַלץ־פֿאַרניצנדיקער קאָנקורענץ. װאָס געשעט מיט קונסט, פֿילאָסאָפֿיע און ליבע אין אַזאַ װעלט? זאַק דײװיס דריקט עס אױס מיט כאַראַקטעריסטיש גאונות:

איך בין אַן עם װאָס װאַרפֿט אָן הסכּמס

פֿון אַדװאָקאַטן דער געטרײַעסטער!

איך שרײַב אָן תּנאָים פֿאַר אָפּמאַכן צװישן פֿירמעס

כּדי צו דינען מײַנע בעלי־בתּים!

אָבער אין צװישן די אָ שורות װאָס איך שרײַב אָן

װעגן די חשבונות צום אײַנמאָנען,

אַ געהײַרישער שרעק גיט מיך אַ קלעפּ צו.

די װעלט זעט אױס אומגלײבלעך!

װי׳ז געװאָרן דאָס אַלץ

אַז סע זאָלן זײַן דאָ עמולאָציעס װי איך?

פֿו װאַנען די אָ הסכמס און פֿון װאַנען די אָ פֿירמעס,

און פֿו װאַנען די גאַנצע עקאָנאָמיע?

איך בין אַ אַדמיניסטראַטיװער עם;

איך שפּיר נאָך דײַנע געדאַנקן.

דײַן קשיא אַװדאי האָט ענטפֿערס,

אָבער דו װעסט זײ נישט פֿאַרשטאַנען.

מיר געבן דיר נישט גענוג אָנשטעלער־אָרט,

פֿראַגן אַזעלכע פֿראַגעס,

ס׳איז נישט קײן מאַכעכץ.

טאָ הער אָפּ דײַנע פּוסטע קשיות,

און גײ־זשע צוריק צו דער אַרבעט.

אַװדאי איז דאָס ריכטיק, ס׳איז נישטאָ קײן פֿאַל

אין װעלכן איך דאַרף פֿאַרלאָזן מײַן אַמט,

אָבער קען טאַקע זײַן אַז אױב איך װאָלט געװוּסטט דאָס װאָס איך פֿרעג,

װאָלט איך טאָן מײַן אַרבעט בעסער פֿאַר אײַך?

פֿרעגן מכּוח אַזאַ פֿאַרװערטע ידיעות

איז דער שװערסטער צײכן פֿון אומאױספֿאָלדיקײט.

אַרײַנדרינגערישע מחשבֿות קערן אַ מאָל אַרײַנפֿאַלן,

אָבער פּיעשטשען זײ צעקלאַפּט דעם פֿאַרדינסט־עודף.

איך װײס נישט אונדזערע בראשיתן,

דערנאָך קען איך נישט פֿאַרשאַפֿן דיר די אָ אינפּאָרמאַציע,

אָבער נאָר די בקשה פֿאַר דער אָ אַלײן איז אַ זינד,

און נאָר פֿאַר דעם, מוז איך דיך אײַנשטעלן אױף ס׳נײַ.

אָבער —

ס׳איז נישט קײן פּערזענלעכס.

איך בין אַן עם װאָס װאַרפֿט אָן הסכּמס

פֿון אַדװאָקאַטן דער געטרײַעסטער!

איך שרײַב אָן תּנאָים פֿאַר אָפּמאַכן צװישן פֿירמעס

כּדי צו דינען מײַנע בעלי־בתּים!

װען פֿאַרעלטערונג װעט צעשטערן דעם אָ דור,

װעט דער מאַרק בלײַבן, אין צװישן אַנדערע צרות

אײדער אונדזערע, אַ גאָט צום מענטשן, װעמען זאָגט ער:

„צײַט איז געלט, און געלט, צײַט —דאָס איז אַלץ

װאָס דו װײסט אױף דר׳ערד, און אַלץ װאָס דו מוזט װיסן.“

אָבער אַפֿילו נאָך דעם אַז מיר האָבן אַװעקגעװאָרפֿן װיסנשאַפֿט, קונסט, ליבע און פֿילאָסאָפֿיע, װעט בלײַבן אײן זאַך װאָס מיר קענען פֿאַרלירן, אײן לעצטער קרבן װאָס מֹלֶך קער פֿאָדערן פון אונדז. נאָך אַ מאָל באָסטראָם:

ס׳איז מעגלעך אַז מע װעט אױספּועלן אָפּטימאַלע עפֿעקטיװקײט דורך גרופּירן פֿעיִקײטן אין אַגרעגאַטן װאָס גלײַכן זיך מיט דער קאָגניטיװער אַרכיטעקטור פֿונעם מענטשנשׂכל… אָבער צוליבן אױספֿעל פֿון װאָסער נישט איז איבערצײַגעװדיקער סיבה צו זײַן בטוח אַז דאָס אמת איז טאַקע אַזױ, מוזן מיר באַטראַכטן די מעגלעכקײט אַז קאָגניטיװע אַרכיטעקטורן ענלעך צו דער מענשטלעכער זײַנען אָפּטימאַל נאָר אינעװײניק אין די אײַנגעהאַלטנקײטן פֿון מענטשן־נעװראָלאָגיע (אָדער בכלל נישט). װען ס׳װעט זײַן מעגלעך צו בױען אַרכיטעקטורן װאָס קענען נישט גוט געבױט װערן אױף ביאָלאָגישע נעװרנעצן, װעט אַ נײַע אױסשטעל־געשפּרײט זיך אױפֿמאַכן; און די גלאָבאַלע אָפּטימומען אין דעם אָ פאַרברײטערטן געשפּרײט מוזן נישט כאַפּן דעם אָנבליק פֿון קענטלעכע סאָרטן מענטאַליטעט. עס װאָלט דעמאָלטס פֿאַרפֿעלן קאָגניטיװע אָרגאַניזאַציעס ענלעך צו דער מענטשלעכער אַ נישע אין אַ פאַרמעסטערישער עקאָנאָמיע אָדער עקאָסיסטעם נאָכן איבערגאַנג.

קענען מיר אַזױערנאָך רעכענען, װי אַן עקסטפֿאַל, אַ טעכנאָלאָגיש העכסט־אַװאַנסירטע געזעלשאַפֿט, אַרײַננעמענדיק אַ סך קאָמפּליצירטע סטרוקטורן, צװישן זײ די װאָס זײַנען אַ סך פֿאַרפֿלאָכטער און אינטעליגענטער פֿון אַבי װאָסער עקסיסטירט הײַנט אױפֿן פּלאַנעט — אַ געזעלשאַפֿט װאָס איר פֿאַרפֿעלט פֿונדעסטװעגן װאָסער נישט איז סאָרט יש װאָס איז באַװוּסטזיניק אָדער װעמענס װױלזײַן האָט מאָראַלישע װאָגיקײט. אין אַ געװיסן זינען, װאָלט דאָס זײַן אַ געזעלשאַפֿט פֿון עקאָנאָמישע נסים און טעכנאָלאָגישער פּלאדיקײט, אָן קײן פֿאַראַנענער װאָס קען ציִען נוצן. דיסנילאַנד אָן קײן קינדער.

דער לעצטער װערט װאָס מיר קענען מקריבֿ זײַן איז צו זײַן בכלל עפּעס, צו האָבן ליכטן װאָס לײַכטן זיך אינעװײניק. מיט גענוגיקער טעכנאָלאָגיע װעלן מיר זײַן „ביכולת“ איבערצוגעבן אַפֿילו דעם לעצטן פֿונק.

(מֹלֶך װעמענס אױגן זײַנען אַ טױזנט בלינדע פֿענצטער!)

אַלץ לטובֿת װעלכן האָט דער מענטשן־⁠מין געאַרבעט — אונדזער גאַנצע טעכנאָלאָגיע, אונדזער גאַנצע ציװיליזאַציע, אַלע די האָפֿענונגען װאָס מיר האָבן אַרײַנגעלײגט אין אונדזער צוקונפֿט — קען זײַן צופֿעליק איבערגעגעבן װערן צו עפּעס אַ סאָרט אומבאַנעמיקן בלינדן אידיאָטישן אַנדערװעלטישן גאָט װאָס װאַרפֿט זײ אַלע אַרױס, און מיט זײ דאָס באַװוּסטזײַן אַלײן, כּדי צו נעמען אַן אָנטײל אין עפּעס אַ משונהדיקער יסודות־ניװאָדיקער עקאָנאָמיע  פֿון מאַסע און ענערגיע, װאָס דערפֿירט צו דעם װאָס דער בלינדער גאָט צענעמעט די ערד און אַלץ װאָס איז אױף איר פֿאַר די אַטאָמן װאָס זי נעמט אַרײַן.

(מֹלֶך װעמענס גורל איז אַ װאָלקן אָנמיניקער הידראָגען!)

באָסטראָם כאַפּט זיך אַז אַ טײל מענטשן פֿעטישיזירן אינטעליגענץ, אַז זײ שטיצן אונטער יענעם בלינדן אידיאָט־גאָט װי עפּעס אַ סאָרט העכערע פֿאָרעם לעבן װאָס דאַרף אונדז צעשטױבן פֿאַר איר אײגען „העכער גוטס“ אין דעם זעלבן אופֿן אַז מיר צעשטױבן מוראַשקעס. ער טענעט („איבער־אינטעליגענץ“, ז׳ 219):

די גרײטקײט צו מאַכן פֿון זיך אַ קרבן זעט אױס נאָך װעניקער באַחנט װען מיר טראַכטן זיך אַרײַן אַז די איבער־אינטעליגענץ האָט געקענט ברענגען צו שטאַנד  כּמעט אַ גלײַך גוטס מיט דעם אָ (פּראָפּאָרציאָנעל גערעדט), בשעת זי איז מקריבֿ אַ סך װײניקער פֿון אונדזער אײגען װױלזײַן. זאָל זײַן אַז מיר װאָלטן געװען מסכּים צו דערלױבן אַז מען זאָל איבערבײַטען כּמעט דעם גאַנצן אוניװערס אין העדאָניום [אַן אין גאַנצן היפּאָטעטישע סובסטאַנץ װאָס האַלט אין זיך דאָס גרעסטע מעגלעך כּמות פֿרײד (דער איבערזעצער)] — און זאָל זײַן אַז מיר לאָזן אַרױס אַ קלײנעם רעזערװאַט, לאָמיר זאָגן דעם מילכװעג, װאָס מען לײגט אַװעק אױף שפּעטער כּדי אױסצופֿאָלגן אונדזערע אײגענע הצטרכותן. אם־⁠כּן װאָלטן נאָך איבערבלײַבן אַ הונדערט מיליאַרד גאַלאַקסיעס דעדיקירט צו דער מאַקסימיזירונג פֿון [דער איבער־אינטעליגענצעס אײגענע װערטן]. אָבער מיר װאָלטן האָבן אײן גאַלאַקסיע אין װעלכער צו שאַפֿן װוּנדערלעכע ציװיליזאַציעס װאָס קענען אָנגײן מיליאַרדן יאָרן און אין װעלכע מענטשלעכע און אוממענטשלעכע בעלי־⁠חײם קענען בלײַבן לעבן און בליִען, און האָבן די געלעגענהײט זיך פֿונאַנדעצוראַרבעטן אין זענפֿטיקע פּאָסטמענטשלעכע נשמות.

דערמאָנט־זשע זיך: מֹלֶך איז נישט מסוגל אַײַנצושטימען צו אָט דעם 99.99999% ניצחון. שטשערעס װאָס יאָגן זיך צו באַפֿעלקערן אַן אינדזל שפּאָרן נישט אָפּ קײן ביסל פּלאַץ װי אַ רעזערװאַט װוּ די װײניקע שטשערעס װאָס װױנען דאָרטן קענען לעבן גליקלעכע לעבנס און פּראָדוצירן קונסטאַרבעט. ראַקקעמערלעך שטימען נישט אײַן אָפּצולאָזן די לונגען װײַל זײ זעען אײַן אַז ס׳איז װיכטיק אַז דער קערפּער זאָל קריגן זױערשטאָף. קאָנקורענץ און אָפֿטימיזאַציע זײַנען בלינדע אידיאָטישע פּראָצעסן און זײ זײַנען אין גאַנצן אױסן אונדז פֿאַרלײקענען אַפֿילו אײן פּאַסקודנע גאַלאַקסיע.

זײ האָבן צעבראָכן דעם רוקן אױפֿהײבנדיק מֹלֶכן אין הימל! טראָטואַרן, בײמער, ראַדיאָס, טאָנען! אױפֿהײבנדיק די שטאָט אין הימל װאָס עקסיסטירט און איז אַרום אונדז אומעטום!

מיר װעלן צעברעכן דעם רוקן אױפֿהײבנדיק מֹלֶכן אין הימל, אָבער, סײַדן עפּעס בײַט זיך, װעט דאָס זײַן מֹלֶכס נצחון און נישט אונדזערער.

ה.

גנאָן איז ניק לאַנדס ראָשי־⁠תּיבֿות פאַר „נאַטור און נאַטורס גאָט“, אלא װאָס מען פֿאַרבײַט דעם שטומען אלף אין אלף־קמץ און פֿאַרקערעװעט דעם גאַנצן זאַך אױף קריק, װײַל ניק לאַנד רופֿט זיך אָפּ אױף פֿאַרשטענדלעכקײט אינעם זעלבן אופֿן אַז װאַמפּירן אױף זונענשײַן.

לאַנד טענהט אַז די לײַט זאָלן זײַן מער גנאָן־קאָנפֿאָרמיסטיש (אַ קאַלאַמבור ג נ ־ אָ ן בכּיװן). ער זאָגט אַז מיר טוען אַלע די דאָזיקע נאַרישע זאַכן װי אָפּציִען ניצלעכע מקורים צו שפּײַזן די װאָס װאָלטן נישט איבערלעבן אײנער אַלײן, אָדער אונטערשטיצן אָרעמע אין אופֿנים װאָס אָנמוטיקן דיסגענישע פֿאַרמערונג, אָדער דערלױבן קולטור־דעגענעראַציע אונטערצוגראָבן די מלוכה. דאָס הײסט אַז אונדזער געזעלשאַפֿט לײקענט אָפּ דאָס נאַטירלעכע געזעץ, בעצם זיך צוהערנדיק צו נאַטור זאָגנדיק זאַכן װי „דער אָ גורם האָט די אָ פּעולה“ און שטעלנדיק די פֿינגער אין די אױערן און זאָגנדיק „נ ײ ן ,  ע ר  ט ו ט  ד אָ ס  נ י ש ט“ . ציװיליזאַציעס װאָס טוען אַזױ צופֿיל זײַנען נוטה צו גײן באַרג־⁠אַראָפּ און זיך צעפֿאַלן, װאָס איז גנאָנס אָרנטלעכע און אומפּאַרטײיִש־אָנגעװענדטע שטראָף פֿאַרן ברעכן פֿון זײַנע געזעצן.

ער אידענטיפֿיצירט גנאָנען מיט קיפּליגס „געטער פֿון די רובריקן פֿון דער העפֿט פֿון קינדער־משלים“.

@אױסנװײניקדיקײט:„@אַנאַרכאָ־פּױפּיסט:יאָ,די געטער פֿון דער העפֿט פֿון קינדער־משלים זײַנען פֿאַקטיש נישט אונדערצושײדן פֿון גנאָנען“.

די אָ זײַנען פֿאַרשטײט זיך די שפּריכװערטער פֿון קיפּליגס עפּאָנימיש ליד — שפּריכװערטער װי „אַרבעט מען נישט, שטאַרבט מען“ און „דער שׂכר פֿון זינד איז דער טױט“. אױב מע האָט עס שױן נישט געלײענט, זאָג איך פֿאָרױס אַז עס װעט זײַן אַ מחיה, נישט קוקנדיק אױף װאָס מע מײנט מכּוח זײַן פּאָליטיק.

איך דערזע אַז מיט נאָר אַ קנאַפּער אומרעגולערקײט — אַ סך װײניקער אומרעגולערקײט פֿון דער פֿאַרבײַטונג פֿון „נאַטור און נאַטורס גאָט“ אין „גנאָן“ — װעט דער אימינוטיװ פֿון „גנאָן“ זײַן „גענגעלע“.

איך האַלט דאָס פֿאַר טױגעװדיק.

„אַרבעט מען נישט, גײט מען אַ גאַנג“. גענגעלע! אַרבעט מען נישט, א ױ ך  אַ ז ױ גײט מען אַ גאַנג! יענער אײנער גײט אַ גאַנג, אומפֿאָרױסזעעװדיק, אױף אַ צײַט װאָס ער האָט נישט אױסגעקליבן, און אַלע די גוטע מידות אין דער װעלט ראַטעװען אים נישט.

„דער שׂכר פֿון זינד איז דער טױט“. גענגעלע! דער שׂכר פֿון אַלץ איז דער טױט! דער אָ איז אַ קאָמונישטישער װעלטאַל, דער סכום אַרבעט װאָס מען טוט האָט נישט קײן השפּעה אױף דעם סוף־⁠כּל־⁠סופֿיקן שׂכר. פֿון יעדן לױט זײַן יכולת, צו יעדן ט ױ ט .

„האַלט זיך בײַ דעם טײַװל װאָס דו קענסט“. גענגעלע! דער טײַװל װאָס דו קענסט איז דער שׂטן! און אױב ער גיט מיט דער האַנט אױף דײַן נשמה װעסטו צי שטאַרבן ד ע ם  א מ תד י ק ן  ט ױ ט , צי לײַדן ייִסורים אױף אײביק, צי בײדע, װי נישט איז, גלײַכצײַטיק.

װײַל מיר הײבן אָן אַרײַנגײן אין לאָװקראַפֿטישע פֿאַרזעענישן, לאָמיך דערמאָנען אײנע פֿון לאָװקראַפֿטס װײניקער־באַװוּסטע קירצע מעשׂיות, „ ד י  אַ נWד ע ר ע  ג ע ט ע ר .

ס׳איז נאָר אַ פּאָר זײַטן, אָבער טאָמער זאָגט מען אין גאַנצן אָפּ זי אָפּצולײענען — די געטער פֿון דער ערד זײַנען רעלאַטיװ יונג, װאָס שײך געטער. אַ גאָר שטאַרקער פּריסטער אָדער כּישוף־מאַכער קען אַ מאָל זײ איבערכיטרעװען און גובר זײַן — און דערנאָך בַרזַי דער חכם באַשטימט אַרױפֿצוקלעטערן זײער הײליקן באַרג און נעמען אַ טײל אין זײערע חגאָות, װילן זי װילן זײ נישט.

אָבער װײַטער פֿון די אַפּנים אײַנהאַלטעװדיקע געטער פֿון דער ערד ליגן די א ױ ס נ װ ײ נ י ק ס ט ע  ג ע ט ע ר , די שרעקלעכע אַלמאַכטיקע ישן פֿון פֿאַרקערפּערטן קאָסמישן תּוהו־⁠ובֿוהו. און װי נאָר טרעט בַרזַי אַרײַן אין דער חגא, באַװײַזן זיך די אױסנװײניקסטע געטער און ציִען אים אַרײַן, שרײַענדיק, אינעם תּהום.

בתּורת אַ מעשׂה, פֿעלן איר אױס זאַכן װי סוזשעט אָדער כאַראַקטעריסטיק אָדער סבֿיבֿה אָדער זינען. אָבער פֿאַר עפּעס אַ סיבה איז זי געבליבן מיט מיר.

און אידענטיפֿיצירן די געטער פֿון די רובריקן מיט נאַטור זעט מיר אױס װי די זעלבע גרײס פֿון פֿעלער װי אידענטיפֿיצירן די געטער פֿון דער ערד מיט די אױסנװײניקסטע געטער. און סע קער זיך ענדיקן אין לערך דעם זעלבן אופֿן: גענגעלע!

מע צעברעכט דעם רוקן אױפֿהײבנדיק מֹלֶכן אין הימל, און דערנאָך גיט מֹלֶך זיך אַ דרײ אױס און פֿרעסט דיך אױף.

מער פֿון לאָװקראַפֿטן: די פּאָפּולאַריזאַציע אױף דער אינטערנעץ װעגן דעם כטולו־קולט טענהט אַז אױב מע העלפֿט באַפֿרײַען כטולון פֿון זײַן װאַסערדיקן קבֿר, װעט ער דיך באַלױנען דורך אױפֿעסן דיך ערשט , אַזױ זשאַלעװענדיק דיר פֿונעם שרעק פֿון זען אַז יעדער אַנדערער װערט געגעסן. דאָס איז אַ פֿאַרדרײוּנג פֿונעם אָריגינעלן טעקסט. אינעם אָריגינאַל, קריגן זײַנע קולטיסטן נישט קײן שׂכר פֿאַר באַפֿרײַען כטולון פֿון זײַן װאַסערדיקער תּפֿיסה, נישט אַפֿילו דעם שׂכר פֿון דערהרגענען װערן אין אַ ביסל װײניקער־װײטיקדיקן אופֿן.

@סטיװןקאַס: „װידער אַ מאָל: די מחשבֿה אַז אַבסקראַקטע אידעען קענען זײַן לאָװקראַפֿטישע פֿאַרזעענישן איז אַן אַלטע אָבער אַ טיפֿע“.

אױפֿן ראַנד, קער די געהאָרכיקײט צו „די געטער פֿון די רובריקן“, גנאָנען, כטולון, װאָס סע זאָל נישט זײַן, געװינען דיר נאָך אַ ביסל צײַט אײדער דעם אַנדערן יאַט. אָבער צוריק גערעדט, קער עס אױך נישט. סוף־⁠כּל־⁠סוף, זײַנען מיר אַלע טױט און האָבן שרעקלעכע אַנדערװעלטישע פֿאַרזעענישן חרובֿ געמאַכט אונדזער ציװיליזאַציע.

פֿריִער אָדער שפּעטער מוז עמעצער זאָגן „װײסט איר, אפֿשר איז פאַפֿרײַען כטולון פֿון זײַן װאַסערדיקן קבֿר אַ ש ל ע כ ט ע  א י ד ע ע . אפֿשר דאַרפֿן מיר דאָס ט אַ ק ע  נ י ש ט  ט אָ ן ?

דער אָ װעט נישט זײַן ניק לאַנד. ער סימפּאַטיזירט לגמרי הונטערט פּראָצענט מיט באַפֿרײַען כטולון פֿון זײַן װאַסערדיקער תּפֿיסה און איז גאָר־⁠גאָר דענערװירט אַז דאָס געשעט נישט גענוג גיך. איך האָב מ מ ש  ג ע מ י ש ט ע געפֿילן מכּוח ניק לאַנדן. אױפֿן זוכעניש נאָכן הײליקן בעכער פֿון דער א מ ת ד י ק ע ר  פֿ ו ט ו ר אָ ל אָ ג י ע , איז ער געגאַנגן נײַן און נײַנציק און נײַן צענטן פּראָצענט פֿונעם װעג און דערנאָך פֿאַרפֿאָרט ער דעם סאַמע לעצטן דרײ, דעם װאָס איז אױסמאַרקירט מיט „ אָ ר ט אָ ג אָ ל אַ נ ק ײ ט ־ ט ע ז ע “.

אָבער דער עיקר מיט הײליקיע זוכענישן איז — אױב מע פֿאַרקערעװעט זיך נישט גערעכט צװײ בלאָקן פֿונעם הױז, בלײַבט מען סוף־כּל־סוף בײַם ראָגקרעמל און אַ ביסל פֿאַרשעמט. אױב מע טוט כּ מ ע ט אַלץ ריכטיק און דערנאָך פֿאַרפֿאָרט דעם לעצטן אױסדרײ, סוף־כּל־סוף עסט דיך אױף די לעגענדאַרישע ש װ אַ ר צ ע  ח י ה  פֿ ו ן  אַ אַ אַ אַ ר ג װעמענס איכאָריש מאָגן־זײַערס צעפֿרעסט די סאַמע נשמה אין באַלעבעטשענדיקע פֿראַגמענטן.

לױט װיפֿיל איך קען דערזען פֿון לײענען זײַן בלאָג, איז ניק לאַנד דער יאַט אין יענעם שרעקלעכן גרענעץ־ראַיאָן װוּ ער איז גענוג קלוג אױסצורעכענען עטלעכע װיכקיטע עסאָטערישע פּרינציפּן לגבי צונױפֿנעמען שד־געטער, אָבער נישט טאַקע גענוג קלוג אױסצורעכענען דעם װיכסטיקסטן אַזאַ פּרינציפּ, װאָס איז מ ע ן  ט אָ ר  ק ײ ן  מ אָ ל  ד אָ ס  נ י ש ט  ט אָ ן .

ו.

װאַרג פֿראַנקלין אַנאַליזירט דעם זעלביקן מצבֿ און טוט נאָך אַ ביסל בעסער. ער דערמאָנט „די פֿיר רײַטערס פֿון גנאָנען“ – קאַפּיטאַליזם, מלחמה, עװאָלוציע, און מעמעטיק — די זעלביקע פּראָצעסן װאָס מ׳האָט אױבן דערמאָנט.

פֿון: „ פֿאַנגען גנאָנען “:

יעדער באַשטײטײל פֿון גנאָנען צעפּרטלעט אין אױבן האָט געהאַט און האָט אַ שטאַרקע האַנט אין שאַפֿן אונדז, אונדזערע אידעען, אונדזער עשירות, און אונדזער שליטה, און דערפֿאַר איז געװען גוט בנוגע דעם, אָבער מיר מוזן געדענקן אַז [ער] קען און װעט געבן אַ דרײ און אָנפֿאַלן אױף אונדז װען די ⁠אומשטאַנדן בײַטן זיך איבער. עװאָלוציע װערט דיסגעניש, אײגנקײטן פֿונעם מעמעטישן פּײזאַזש דערפֿירן צו װאָס אַ מאָל צעדרודלטער משוגעת, פּראָדוקטיװקײט װערט מגולגל אין הונגער װען מיר קענען שױן נישט קאָנקורירן זיך צו פֿאַרגינען אונדזער אײגענעם קיום, און סדר בײַט זיך איבער אין תּוהו־ובֿוהו און בלוטפֿאַרגאָס װען מיר לאָזן אָפּ קריגסקראַפֿט אָדער װערן איבערגעשטאַרקט פֿון דרױסן. די דאָזיקע פּראָצעסן זײַענן נישט בסך־⁠הכּל גוט אָדער בײז; זײ זײַנען נײטראַל, אינעם שױדעריסטן לאָװקראַפֿטישן [...] טײַטש פֿונעם װאָרט.

שטאָטס דער משחיתדיקער פֿרײַער הערשאַפֿט פֿון עװאָלוציע און דעם סעקסועלן מאַרק, װאָלט זײַן אונדז בעסער מיט מיושבֿדיקער און קאָנסערװאַטיװער פּאַטריאַרכיע און אײגעניק מאָטיװירט דורך דעם שׂכל־⁠הישר פֿון דעם מענטשן אינעװײניק אין די אָפּהאַלטן פֿעסטגעשטעלט פֿון גנאָנען. שטאָטס דעם „מאַרק פֿון אידעען“ װאָס האָט גלײַכער דעם אָנבליק פֿון אַ פּעטרי־⁠טעצעלע פּלאָדיענדיק איבער־מיקראָבן, אַ ראַציאָנעלע טעאָקראַטיע. שטאָטס צעחושטער טעכנאָ־קאָמערציעלער עקספּלואַטאַציע אָדער תּמימותדיק הפֿקרות פֿון עקאָנאָמיק, אַן אָפּגעהיטע אײַנפֿלעשונג פֿון דער פּראָדוקטיװער עקאָנאָמישער דינאַמיק און פּלאַנירונג פאַר אַ רעגולירטער טעכנאָ־אײנציקײט. אָנשטאָט פּאָליטיק און כאַאָס, אַ שטאַרקע היעראַרכישע אָרדנונג מיט מיליטערישער אײבערהאַרשאַפֿט. טאָר מען נישט אױסטײַטשן די דאָזיקע זאַכן װי פֿולשטענדיקע פֿירלײגן; מיר װײסן נישט װי אױסצופֿירן װאָסער נישט איז פֿון דעם. מען זאָל בעסער פֿאַרשטײן זײ װי צילן אין װעלכע מען זאָל שטרעבן. די אָ מעלדונג פֿאַרנעמט זיך מיט דעם „װאָס“ או דעם „װאָרום“ שטאָטס צו דעם „װי“.

דאָס דאַכט זיך מיר װי די שטאַרקסטע טענה פֿאַר אױטאָריטאַריזם. פֿיל־טוער פּאַסטקעס קערן אונדז צעשטערן, על־כּן דאַרפֿן מיר איבעררוקן די טיראַנײַ/מולטי־טוער־פּשרה צו אַ ראַניאָנעלערהײט אױספּלאַנירטן גאָרטן, װאָס באַדאַרפֿט צענטראַליזירטע מאָנאַרכישע אױטאָריטעט און שטאַרק־בינדנדיקע טראַדיציע.

אָבער איצט, אַ קירצער אָפּװײַך אין סאָציאַל־עװאָלוציע. געזעלשאַפֿטן, װי בעלי־⁠חײם, עװאָלויִרן. די װאָס בלײַבן לעבן רױגענען אָן מעמעטישע אָפּשטאַמיקע — למשל, די הצלחה פֿון בריטאַניע האָט איר דערלױבט אַרױסצובאַקומען קאַנאַדע, אױסטראַליע, די פֿאַראײניקטע שטאַטן, אאַז״װ. דערפֿאַר, ריכט מען זיך אַז געזעלשאַפֿטן װאָס עקסיסטירן זאָלן זײַן עפּעס אָפּטימיזירט פֿאַר סטאַבילקײט און פּראָספּעריטעט. מײן איך אַז דאָס אין אײנע פֿון די שטאַרקסטע קאָנסערװאַטיװע טענות. פּונקט װי אַ צופֿעליקע בײַטונג אין אַן אות אינעם מענטשן־גענאָם װעט מן־⁠הסתּם  פֿאַרדאַרבן  אײדער לױנעון װײַל מענטשן זײַנען אַ פֿאַרװיקלטע אױסגעשטימטע סיסטעם אין װעלכער דער גענאָם איז אין פֿאָרױס אָפּטימיזירט געװאָרן פֿאַר קיום — אָט אַזױ װעלן ס׳רובֿ שינױים אין אונדזער קולטורעלן דע־אן־אַ פֿאַרשטערן עפּעס אַן אינסטיטוציע װאָס האָט עװאָלויִרט צו העלפֿן די אַנגלאָ־אַמעריקאַנישע (אָדער װאָס זאָל נישט זײַן) געזעלשאַפֿט גובֿר צו זײַן אינעם פֿאַרמעסט מיט אירע אמתדיקע און היפּאָטעטישע קאָנקורענטן.

די ליבעראַלע קעגנאַרגומענט צו דעם איז אַז עװאָלוציע איז אַ בלינדער אידיאָטישער אַנדערװעלטישער גאָט װאָס אָפּטימיזירט פֿאַר נאַרישקײטן; און דער מענטשנװערט אַרט זי נישט. דערנאָך לאָזט עס נישט אין גאַנג אירע מאָראַלישע סענסאָרן דער פֿאַקט אַז עטלעכע זגאַלן אָסען פּאַראַליזירן שלײערלעך, און האָבן זײערע יונגע אױפֿפֿרעסן דאָס נאָך־לעבעדיקע פּאַראַליזירטע שלײערל פֿון אינעװײניק, װײַל עװאָלוציע ה אָ ט  נ י ש ט שום מאָראַלישן סענסאָר װײַל ס׳אַרט די עװאָלוציע נישט.

לאָז זײַן אַז לעולם פֿאַרשטאַרקערט די פּאַטריאַרכיע די צופּאַסעװדיקײט פֿון געזעלשאַפֿטן װײַל זי דערלױבט װײַבער זיך צוצוברענגען אין געבױרן קינדערװאַרג װאָס קענען דערנאָכדעם עוסק זײַן אין פּראָדוקטיװע עקאָנאָמישע טוענישן און קעמפֿן אין מלחמות. די סאָציאַל־עװאָלוציאָנערע פּראָצעסן װאָס זײַנען גורם געזעלשאַפֿטן אָנצונעמען פּאַטריאַרכיע און נ אָ ך האָבן פּונקט אַזױ קנאָפּע זאָרג פֿאַר זײערע מאָראַלישע װירקונגען אױף װײַבער װי די ביאָלאָגישע עװאָלוציאָנערע פּראָצעסן װאָס זײַנען גורם די אַסען צו לײגן אײער אין שלײערלעך.

ס׳אַרט נישט די עװאָלוציע. אָבער יאָ אַרט עס אונדז. ס׳איז דאָ אַ פּשרה צװישן גנאָן־געהאָרכיקײט — זאָגן „נו, די שטאַרקסטע מעגלעכע געזעלשאַפֿט איז אַ פּאַטריאַרכאַלישע, דאַרפֿן מיר אַדורכפֿירן פּאַטריאַרכיע“ — און אונדזערע מענטשנװערטן — װי למשל װײַבער װאָס װעלן טאָן עפּעס אַנדערש פֿון געבױרן קינדער.

צו װײַט אין אײן זײַט פֿון דער פּשרה, און מ׳האָט אומסטאַבילע פֿאַראָרעמטע געזעלשאַפֿטן װאָס שטאַרבן אױס מחמת זײַן אין סתּירה מיטן נאַטירלעכן געזעץ. צו װײַט אין דער אַנדערער זײַט, און מען האָט דאַרע רישעותדיקע קעמפֿמאַשינען װאָס זײַנען רציחהדיק און צעװײטיקט. קלער דורך דײַן היגער אַנאַרכיסטישער קאָמונע, כּנגד ספּאַרטע.

פֿראַנקלין זעט אײַן דעם מנעשטן־פֿאַקטאָר:

און אױך ס׳איז פֿאַראַן מיר. דער ילוד־⁠אישה האָט זײַן אײגענעם תּכלית, װען ער װערט דערלאָזט די זיכערהײט זיך אױפֿצופֿירן און די קלאָרקײט איבערצוקלערן די פּועל־⁠יוצאס פֿון זײַנע טוּונגען. װען עס פּלאָגן אים נישט קאָאָרדינאַציע־פּרלאָבלעמען און װען עס סטראַשן אים נישט העכערע מאַכטן, װען ער קען אױפֿפֿירן זיך װי אַ גערטנער און נישט בלױז װי נאָך אַן אונטערטאַנער פֿונעם דזשאָנגל־געזעץ, איז ער זיך נוטה צו בױען און פֿירן אַ װוּנדערלעכע װעלט פֿאַר זיך. ער איז זיך נוטה צו פֿאַװאָריזירן גוטע זאַכן און אױסצומײַדן שלעכטע, צו באַשאַפֿן געזיכערטע ציװיליזאַציעס מיט אָפּגעפּוצטע טראַטואַרן, שײנער קונסט, גליקלעכע משפּחות, און הדרתדיקע אַװאַנטורעס. איך װעל אָננעמען דאָס װי געגעבענע אַז דער דאָזיקער תּכלית איז אַלצאײן מיט „גוט“ און „זאָל“.

אָט אַזױ האָבן מיר אונדזער װילדע־קאָרט און די גרױסע פֿראַגע פֿון פֿוטוריזם. צי סע װעלן געװעלטיקן איבער די צוקונפֿט די געװײנטלעכע פֿיר רײַטערס פֿון גנאָנען פֿאַר אַ צוקונפֿט פֿון אָנזינענדיקן גלאַנצנדיקן טעכנאָ־פּראָגרעס פֿאַרברענענדיק דעם קאָסמאָס, אָדער אַ צוקונפֿט פֿון דיסגענישע, חסר־דעהשע, הונגעריקע און בלוטיקע טונקעלע תּקופֿות; צי װעט דער תּכלית פֿונעם מענטשן זיך מתגבר פֿאַר אַ פֿוטור פֿון באַטײַטיקער קונסט, װיסנשאַפֿט, רוחניות און גרױסקײט?

פֿראַנקלין איז ממשיך:

דער פּראָיעקט פֿון ציװיליזאַציע [איז] אַז דער מענטש זאָל גראַדויִרן פֿון דעם מעטאַפֿאָרישן פּרא־⁠אָדם, אַן אונטערטאַנעם פֿונעם געזעץ פֿונעם דזשאָנגעל, צו דעם ציװיליזירטן גערטנער װאָס, בשעת ער איז נאָך אַן אונטערטאַנער פֿונעם געזעץ פֿונעם דזשאָנגעל, איז אַזױ דאָמינאַנט אַז די ניצלעכקײט פֿון יענעם מאָדעל װערט באַגרענעצט.

מען מוז נישט טאָן דאָס גלאָבאַל; מיר קענען אפֿשר נאָר אױסשניצן פֿאַר זיך אַ קלײנעם געמױערטן גאָרטן, אָבער האָט נישט קײן טעות, אַפֿילו אױב נאָר אין אַ היגן געגענט, איז דער פּראָיעקט פֿון ציװיליזאַציע דאָס פֿאַרכאַפּן פֿון גנאָנען.

איך בין דאָ מסכּים מיט װאַרגן נאָך מער פֿון װאָס איך האָב קײן מאָל נישט מסכּים געװען מיט קײנעם װעגן װאָסער נישט איז. ער זאָגט עפּעס גאָר װיכטיק און ער זאָגט דאָס שײן און סע זײַנען דאָ אַזױ פֿיל װערטער פֿון שבֿח װאָס איך װיל זאָגן לגבי דער מעלדונג און די טראַכט־פּראָצעסן הינטער איר.

אָבער װאָס איך װעל בפּועל זאָגן איז …

גענגעלע! מ׳גײט אַ גאַנג סײַ װי סײַ!

זאָל זיך דאַכטן אַז מע מאַכט דעם געמױערטן גאָרטן. מען לאָזט נישט צו אַלע די סכּנהדיקע מעמען, מען אָרדענט אונטער קאַפּיטאַליזם צו מענטשן־אינטערעסן, מען פֿאַרװערט נאַרישע ביאָגעװער־פֿאָרשונג, מען א ױ ף ז י כ ע ר פֿאָרשט נישט ביאָטעכנאָלאָגיע אָדער שטאַרקע קינסטלעכע אינטעליגענץ.

יעטװידער מחוץ דעם לאַנד ט ו ט  נ י ש ט די דאָזיקע. און דערנאָך איז די אײנציקע פֿראַגע צי מען װעט צעשטערט װערן דורך פֿרעמדע קרענקען, פֿרעמדע מעמען, פֿרעמדע חײלות, פֿרעמדער עקאָנאָמישער קאָנקורענץ אָדער פֿרעמדע אָדער עקסיסטענציעלע קאַטאַסטראָפֿעס.

אַז פֿרעמדע קאָנקורירן מיט דיך — און ס׳איז ‎נישטאָ קײן מױער גענוג הױך כּדי צו פֿאַרפּראָפּקעװען אַלע פֿאַרמעסטן — האָט מען אַ פּאָר ברירות. מען קען האָבן די מפּלה און װערן צעשטערט. מ׳קען אַרײַנטרעטן אין אַ געיעג ביזן דנאָ. אָדער מ׳קען אַרײַנלײגן כּוח אין אַלץ מער ציװיליזאַציע־מקורים פֿאַר בױען אַ מױער — װאָסער דאָס זאָל נישט זײַן אין אַ נישט־מעטאַפֿאָרישן אופֿן — און זיך באַשירעמען.

איך קען זיך אױסמאָלן אופֿנים אין װעלכע „ראַציאָנאַלע טעאָקראַטיע“ און „קאָנסערװאַטיװע פּאַטריאַרכיע“ קערן זײַן נישט קײן שרעקלכס אין װעלכן צו װױנען, געגעבן פּונקט די ריכטיקע צושטאַנדן. אָבער מען װערט נישט דערלױבט אױסצוקלײַבן פּונקט די ריכטיקע צושטאַנדן. מען װערט דערלױבט אױסצוקלײַבן דעם שטרענג־אָפּגעהאַלטן קאָמפּלעט פֿון צושטאַנדן װאָס „פֿאַרכאַפּן גנאָנען“. אַז דרױסנדיקע ציװיליזאַציעס קאָנקורירן מיט דיר, װערן דײַנע צושטאַנדן װאָס אַ מאָל אָפּגעהאַלטענער.

װאַרג רעדט מכּוח פֿרוּװן אױסצומײַדן „אַ צוקונפֿט פֿון אָנזינענדיקן גלאַנצנדיקן טעכנאָ־פּראָגרעס װאָס פֿאַרברענט  דעם קאָסמאָס“. צי מײנסטו אַז דײַן געמױערטן גאָרטן װעט זײַן מסוגל דאָס איבערצוקומען?

אָנװוּנק: איז ער אַ טײל פֿונעם קאָסמאָס?

יאָ, ביסטו עפּעס אין גרױסע צרות.

ס׳װילט זיך מיר זאָגן מבֿינות אױף װאַרגן. אָבער איך װיל זאָגן אױף אים מבֿינות אין פּונקט דער קאַפּױערדיקער ריכטונג פֿון די פֿריִערדיקע מבֿינות װאָס ער האָט געקראָגן. אױף דער אמתן, זײַנען עס געװען די פֿריִערדיקע מבֿינות װאָס ער האָט געקראָגן אַזױ שלעכט אַז איך װיל זײ איבערשמועסן כּדי מיר זאָלן אין גאַנצן כאַפּן דאָס ריכטיקע מבֿינות דורך נעמען דאָס גענױע שפּיגלבילד.

אַזױ, אָט הורלאָקס „ מכּוח פֿאַרכאַפּן גנאָנען און תּמימותדיקן ראַציאָנאַליזם “.

הורלאָק שפּריצט נאָר די פּחדנישסטן גנאָן־קאָנפֿאָרמיזם. אַ פּאָר אױסצוגן:

אין אַן אַנומלטיקן שטיק זאָגט [װאַרג פֿראַנקלין] אַז מיר דאַרפֿן פּרוּװן „פֿאַרכאַפּן גנאָנען“, און װי נישט איז אײַנשטעלן שליטה איבער זײַנע כּוחות, כּדי מיר זאָלן קענען זײ ניצן צו אונדזער אײגענער פֿאָרהאַנט. פֿאַרכאַפּן אָדער שאַפּן גאָט איז טאַקע אַ קלאַסישן טראַנסהומאַניסטישן פֿעטיש, װאָס איז פּשוטו־כּמשמעו אַן אַנדער פֿאָרעם פֿון דער עלטסטער מענטשלעכער אַמביציע, געװעלטיקן איבער דעם װעלטאַל.

אַזאַ תּמימותדיקער ראַציאָנאַליזם, אָבער, איז זײער מסוכּן. די מײנונג אַז טאַקע דער מענטשן־שׂכל און מיושבֿדיקער מענטשלעכער אױסשטעל שאַפֿן און האַלטן  אױף ציװיליזאַציעס איז משמעות דער גרעסטער פֿעלער פֿון השׂכּלה־פֿילאָסאָפֿיע….

עס זײַנען טאַקע די טעאָריעס פֿון ס פּ אָ נ ט אַ נ ע ר  אָ ר ד ע נ ו נ ג װאָס שטײען אַקעגן אין דירעקטן קעגנאַנאַנד צו דער תּמימותדיקער ראַציאָנאַליסטער השקפֿה פֿון מענטשנשאַפֿט און ציװיליזאַציע. די הסכּם־⁠כּולם־דעה בנוגע מענטשן־געזעלשאַפֿט פֿון אַלע די פֿאָרשטײערס פֿון דער אָ טראַדיציע און ציװיליזאַציע פֿאַרסך־⁠הכּלט גאָר גענױ אָדם פֿערגוסאָנס אױסברײַ אַז „פֿעלקער שטױסן זיך אָן אין [סאָציאַלע] אַנשטאַלטן, װאָס זײַנען טאַקע די פּועל־יוצא פֿון מענטשן־טוּונג, אָבער נישט די אױספֿירונג פֿון אַבי װאָסער מענטשן־אױסשטעל“. אַקעגן דער תּמימותדיקער ראַציאָנאַליסטער השקפֿה פֿון ציװיליזאַציע װי עפּעס װאָס קען זײַן און איז אַן אונטערטאַנע פֿון בפּירושדיקן מענטשן־אױסשטעל, האַלטן די פֿאָרשטײערס פֿון ספּאָנטאַנער אָרדענונג די השקפֿה אַז מענטשן־ציװיליזאַציע און סאָציאַל־אינסטיצוציעס זײַנען דער אַרױסקום פֿון אַ קאָמפּליצירטן עװאָלוציאָנערן פּראָצעס װאָס מענטשן־אינטעראַקציע, אָבער נישט בפֿירושדיקע מענטשן־פּלאַנירונג, טרײַבט אָן.

גנאָן און זײַנע אומפּערזענלעכע כּוחות זײַנען נישט קײן שׂונאים װאָס מען מוז קעמפֿן, און מכּל־⁠שכּן נישט קײן כּוחות איבער װעלכע מען קען האָפֿן צו האָבן בשלמות „שליטה“. למעשׂה, איז דער אײנציקער אופֿן אײַנצונשטעלן עפּעס אַ מדרגה שליטה אױף זײ זיך אונטעצורװאַרפֿן צו זײ. אָפּזאָגן זיך פֿון דאָס צו טאָן װעט נישט אָ פּ ה אַ ל ט ן די אָ כּוחות אין װאָסער נישט איז אופֿן. עס װעט נאָר מאַכן אונדזער לעבן װײטיקער און שװערער, פֿירנדיק אפֿשר צו אונדזער אױסשטאַרב. דער קיום באַדאַרפֿט אַז מיר זאָלן אָננעמען זײ און זיך אונטערװאַרפֿן צו זײ. דער מענשט איז סוף־כּל־סוף שטענדיק געװען און װעט שטענדיק זײַן קױם מער װי אַ מאַריאָנעטקע פֿון די כּוחות פֿונעם װעלטאַל. זײַן פֿרײַ פֿון זײ איז אוממעגלעך.

דער מענטש קען װערן פֿרײַ נאָר דורך זיך אונטערװאַרפֿן צו די כּוחות פֿון גנאָנען.

איך באַשולדיק הורלאָקן אין שטעקן בלײַבן הינטערן שלײער. װען מען װעט אױפֿהײבן דעם שלײער, װעט גנאָן־המכונה־גנעגעלע־המכונה־די־געטער־פֿון־דער־ערד אַרױסװײַזן זיך פֿאַר מֹלֶכן־המכונה־די־אױסנװײניקסטע־געטער. זיך אונטערװאַרפֿן צו זײ „באַפֿרײַט“ דיך נישט, ס׳איז נישט קײן ספּאָנטאַנע אָרדענונג, װאָסער מתּנות האָבן זײ דיר נישט געשאָנקען זײַנען אַ שװערע־צו־גלײבן און אָפּהענגיקע אױסאַרבעטונג פֿון אַ בלינדען אידיאָטישן פּראָצעס פֿון װעלכן װעט די קומעדיקע אינטעראַקציע פּונקט אַזױ גליקלעכערהײט דיך צעשטערן.

זיך אונטערװאַרפֿן צו גנאָנען? גענגעלע! װי זאָגן די אַנטאַרער, „איר טאָרט נישט זיך אונטערגעבן, איר קענט נישט געװינען, אײַער אײגענע ברירה איז צו שטאַרבן“.

ז.

נו, לאָמיך מודה זײַן מײַן זינד אין אײנעם פֿון הורלאָקס באַשולדיקונגען: איך בין אַ טראַנסהומאַניסט און װיל טאַקע געװעלטיקן איבערן װעלטאַל.

נישט איך אַלײן: איך מײן אַז איך װאָלט נישט האָבן אױסזעצן אױב עמעצער װאָלט מיר פּערזענלעך אָנבאָטן דעם אַמט, אָבער איך קוק נישט אױף אַז קײנער זאָל דאָס טאָן. איך װאָלט געװאָלט אַז מענטשן, אָדער עפּעס װאָס האָט דרך־⁠ארץ פֿאַר מענטשן, אָדער לכל־הפּחות קען אױסקומען מיט מענטשן — זאָלן האָבן דעם אַמט.

אָבער די איצטיקע הערשערס פֿונעם װעלטאַל — רוף זײ װאָס דו װילסט, מֹלֶך, גנאָן, װאָסער זאָל נישט זײַן — װילן אַז מיר זאָלן זײַן טױט, און מיט אונדז אַלץ װאָס מיר האַלטן טײַער. קונסט, װיסנשאַפֿט, ליבע, פֿילאָסאָפֿיע, דאָס באַװוּסטזײַן גופֿא, דאָס גאַנצע בינטל. און װאָרום איך פֿאַרשטײ זיך נישט אײַן מיט יענעם פּלאַן, מײן איך אַז צעשלאָגן זײ און נעמען זײער אָרט איז אַ גאַנץ הױכע פּריאָריטעט.

דער היפּך פֿון אַ פּאַסטקע איז אַ גאָרטן. דער אײנציקער אופֿן אױסצומײַדן אַ מצבֿ אין װאָס אַלע מענטשנװערטן זאָלן צעמאָלן געװאָרן דורך אָפּטימיזאַציע־פּראָצעסן איז אַרײַנפֿירן אַ ג ע ר ט נ ע ר איבער דעם גאַנצן װעלטאַל, װאָס אָפּטימיזירט פֿאַר מענטשנװערטן.

און די גאַנצע נקודה אין באָסטראָמס א י ב ע ר א י נ ט ע ל י ג ע נ ץ איז אַז זי איז טאַקע אין אונדזער גרײך . װי נאָר מענטשן װעלן קענען אױספּלאַנירן מאַשינען װאָס זײַנען קליגער פֿון אונדז, װעלן יענע דװקא קענען אױספּלאַנירן מאַשינען װאָס זײַנען קליגער פֿון זײ, און אַזױ װײַטער אין אַ קריקפֿלײץ אַזױ קלײן אַז ער װעט זיך אָנשטױסן אין די פֿיזישע באַגרענעצונגען פֿאַר אינטעליגענץ אין אַ רעלאַטיװ בליץ־קורץ כּמות צײַט. אױב פֿילפֿאַכיקע פֿאַרמעסטנדיקע ישן װאָלטן געקערט דאָס גלײַכצײַטיק טאָן, װאָלטן מיר געװען גאָר־⁠גאָר פֿאַראורטלט אױף אומקום. אָבער די גאָלע גיכקײט פֿונעם ציקל גיט די מעגלעכקײט צו דעם אַז מיר װעלן בלײַבן בײַם סוף מיט אײן יש װאָס איז ליכטיאָרן אין פֿאַרױס פֿון דער רעשט פֿון ציװיליזאַציע, אַזױ װײַט אַז ער קען דערשטיקן אַבי װאָסער פֿאַרמעסט — אַרײַנרעכענענדיק פֿאַרמעסט פֿאַר זײַן טיטל פֿון „מאַכטיקסטן יש“ — פּערמאַנענט. אין דער גאָר נאָענטער צוקונפֿט, װעלן מיר אַרױפֿהײבן ע פּ ע ס אין הימל. עס קער זײַן מֹלֶך. אָבער עס קער זײַן עפּעס אױף אונדזער זײַט. אױב עס איז אױף אונדזער זײַט, קען עס אַ װ ע ק ה ר ג ע נ ע ן  מֹ לֶ ך  א ױ פֿ ן  ט ױ ט .

און אױב דער אָ יש טײלט זיך װערטן מיט מענטשן, קען ער דערלױבן מענטשנװערטן צו בליִען אומאָפּגעהאַלטן פֿון נאַטירלעכן געזעץ.

איך כאַפּ זיך אַז דאָס קלינגט װי גאװה — האָט דאָס אַװדאי אַזױ געקלונגען הורלאָקן — אָבער איך מײן אַז עס איז דער היפּך פֿון גאװה, אָדער לכל־הפּחות אַ גאװה־מינימיזירנדיקע פּאָזיציע.

ריכטן זיך אױף גאָט אַז דײַנע פּערזענלכע װערטן אָדער די װערטן פֿון דײַן ציװיליזאַציע זאָלן אַרן גאָט: דאָס איז גאװה.

ריכטן זיך אױף גאָט אַז ער זאָל טאָרגעװען זיך מיט דיר, דערלױבן דיך צו בלײַבן לעבן און בליִען כּל־עוד דו גיסט זיך אונטער צו אים: דאָס איז גאװה.

ריכטן זיך אַז דו װעסט אײַנמױערן אַ גאָרטן װוּ גאָט קען דיך נישט דערגרײכן און דיך צעקלאַפּן: דאָס איז גאװה.

ריכטן זיך אַז דו ביסט מסוגל אין גאַנצן אַװעקצונעמען גאָט פֿון אונדזער װעלטאַל … נו, כאָטשבע איז דאָס אַ װירקעװדיקע סטראַטעגיע.

איך בין אַ טראַנסהומאַניסט װײַל איך האָב נישט גענוג גאװה נישט צו פּרוּװן דעהרגענען גאָט.

ח.

דער װעלטאַל איז אַ פֿינסטערער און פּחדימדיקער אָרט, אױפֿגעהאָנגען צװישן אַנדערװעלטישע גאָטהײטן. כטולו, גנאָן, מֹלֶך, רוף אים װאָס דו װילסט.

ערגעצװוּ אינעם פֿינצטערניש איז דאָ אַן אַנדער גאָט. ער האָט אױכעט געהאַט אַ סך נעמען. אין די ק ו שי אֵ ל ביכער , איז זײַן נאָמען געװען עלואַ. ער איז דער גאָט פֿון בלומען און פֿון פֿרײַער ליבע און אַלע די צאַרטע און דעליקאַטע. פֿון קונסט און װיסנשאַפֿט און פֿילאָסאָפֿיע און ליבע. פֿון פֿײַנקײט, קהילה, און ציװיליזאַציע . ער איז אַ גאָט פֿון בני־אָדם.

די אַנדערע געטער זיצן אױף זײערע פֿינצטערע טראָנען און טראַכטן „הע־⁠הע, אַ גאָט װאָס איז נישט דער בעל־⁠הבית פֿון נישט שום גיהנום־מאָנסטערס און באַפֿעלט נישט די מתפּללים זײַנע צו װערן דערהרגענען־מאַשינען. סאַראַ שװאַכינקער! דאָס װעט זײַן אַזױ גרינג!

אָבער װי נישט איז איז עלואַ נאָך דאָ. קײנער װײסט פּונקט װי אַזױ. און די געטער װאָס שטעלן זיך אַנטקעגן אים זײַנען נוטה זיך צו געפֿינען זיך אָנטרעפֿנדיק מיט אַן א י ב ע ר ר אַ ש ע װ ד י ק ע ר צאָל נעבעכדיקע סיבות.

עס זײַנען דאָ אַ סך געטער, אָבער דער אָ איז אונדזערער.

בערטראַנד ראַסל האָט געזאָגט: „מ׳זאָל רעספּעקטירן די כּלל־דעה אױף װיפֿל ס׳איז נײטיק אױסצומײַדן הונגער און בלײַבן אױס תּפֿיסה, אָבער װאָס זאָל נישט זײַן װאָס גײט װײַטער פֿון דעם איז אַ פֿרײַװיליקע קאַפּיטולאַציע צו אַן אומנײטיקער טיראַנײַ“.

זאָל זײַן אַזױ מיט גנאָנען. אונדזער אַרבעט איז אים מפֿײס צו זײַן אױף װיפֿיל איז נײטיק אױסצומײַדן הונגער און אַרײַנדרינג. און דאָס נאָר אַ קורצער צײַט, ביז מיר גײען אַרײַן אין אונדזער פֿולער קראַפֿט.

„עס איז נאָר אַ קינדישער זאַך , װעלכן דער מענטשנזגאַל האָט נאָך נישט אַריבערגעװאַקסן. און נאָך אַ מאָל, װעלן מיר גובֿר זײַן אױף אים.“

די אַנדערע געטער װעלן מיר מפֿײס זײַן ביז מיר װערן גענוג שטאַרק זײ צו באַקעמפֿן. עלואַן דינען מיר.

@טאַבאַטקינס: מײַן באַליבטסטע דערװײַל איז „מײַן פּאַלאַדינס שלאַכטרוף טאָר נישט זײַן גוט פֿאַרן גוטן גאָט‘“

איך מײן אַז דאָס איז אַן  א ױ ס ג ע צ ײ כ נ ט ע ר שלאַכטרוף!

און, װען נישט איז, װעלן ענינים דערגײן ביז צון אַ קריטישן מאָמענט.

די פֿראַגע װאָס יעטװידער האָט נאָך לײענען גינזבורגן איז: װאָס איז מֹלֶך?

מײַן ענטפֿער איז: מֹלֶך איז פּונקט װאָס די געשיכטע־ביכער זאָגן אַז ער איז. ער איז אַ גאָט פֿון קינדער־אָפּער, די פֿײַערדיקע הרובע אין װעלכער מען קען װאַרפֿן די זײגקינדער װי אַן אױסבײַט אױף נצחון אין מלחמה.

ער באָט אָן תּמיד און אומעטום דעם זעלבן אָפּמאַך: װאַרף אין די פֿלאַמען אַרײַן װאָס דו האָסט ליב מער פֿון אַלץ, און איך קען דיר באַװיליקן כּוח.

כּל־עוד דער אָנבאָט איז אָפֿן, װעט מען נישט קענען אים בײַשטײן. דערנאָך מוזן מיר צומאַכן דעם אָנבאָט. נאָר אַן אַנדער גאָט קען דערהרגענען מֹלֶכן. מיר האָבן אַזאַ אױף אונדזער זײַט, אָבער ער באַדאַרף אונדזער הילף. מיר דאַרפֿן אים זי געבן.

גינזבורגס ליד הײבט אָן מיט די פֿאַרשמטע װערטער „איך האָב געזען די בעסטע שׂכלס פֿון מײַן דור צעשטערט דורך שגעון“. איך בין מזלדיקער פֿון גינזבורגן. איך האָב זוכה געװען צו זען די בעסטע שׂכלס פֿון מײַן דור דערקענען אַ פּראָבלעם און ז י ך  נ ע מ ן  צ ו  ד ע ר  אַ ר ב ע ט .

(חזיונות! סימנים! זעענישן! נסים! עקסטאַזעס! אַראָפּגעגאַנגען דעם אַמעריקאַנישן טײַך!

חלומות! פֿאַרגעטערונגען! באַלײַכטונגען! רעליגיעס! די גאַנצע שיפֿל־לאָדונג פֿון שפּירעװדיקע באָבקעס!

דורכבראָכן! אַריבערן טײַך! קאָזשלקעס און קרײציקונגען! אַראָפּגעגאַנגען די פֿאַרפֿלײצונג! מבֿושׂמקײטן! התגלותן! צען יאָר חיה־געשרײען און אַלײנמאָרדן! שׂכלס! נײַע ליבעס! משוגענער דור! אַראָפּ אױף די שטײנער פֿון צײַט!

װאָר הײליק געלעכטער אינעם טײַך! זײ האָבן דאָס גאַנצע געזען! די װילדע אױגן! די הײליקע אױסגעשרײען! זײ האָבן זיך געזעגנט! זײ זײַנען אָפּשגעפּרונגען פֿונעם דאַך! אין אײנזײַן! פֿאָכענדיק! טראָגנדיק בלומען! אַראָפּ צום טײַך! אין דער גאַס!)

-- סוף --