דו ביסט איצטנס בײַ דעם גרעסטן ייִדיש לאַװקראַפֿט־אוצר אין דער גאָרער װעלט.🙂

האַװערד פֿיליפּס לאַװקראַפֿט האָט אָנגעשריבן שױדער־מעשׂיות פֿון פֿאַנטאַזיע־פֿאַקטאַזיע, װאָס שטעלן פֿאָר זײַן פֿילאָסאָפֿיע „קאָזמיציזם“: דער מענטש איז אַלײן און גאָרנישטיק אין אַ װעלטאַל לײדיק פֿון געטער און פֿון באַטײַט. די װיכטיקסטע עמאָציע אין דער מענטשן־נשמה איז אימה, און באַזונדערש אימה פֿון דעם מענטשנס אײגענער נישטיקײט.

מיר געפֿעלן ס׳מערסטן זײַנע חלום־געשיכטעס (פֿאַרבינדונגען אױבן). געפֿעלט מיר װײניקער „דער רוף פֿון כטולהון“ און אַנדערע פֿונעם באַקאַנטסטן סאָרט לאַװקראַפֿט־מעשׂה, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט זיך צעפֿאַלנדיקע נײַ־ענגלאַנדער משפּחות און פּײזאַזשן. אָבער ס׳האָבן גאָר משפּיע געװען אױף מיר זײַנע אידעעס און זײַן אױסגעמאָלטן װעלטאַל, װאָס איך האָב זיך לכתּחילה דערװוּסט װעגן אים דורכן בוך „אָפּגעטער און האַלבגעטער“ פֿון דער שפּיל „קאַרצערס און קאַרליקס“. דעם זעלבן װעג צו לאַװקראַפֿטן באַריכטעװע ן אַ סך אַנדערע ליבהאָבערס פֿון זײַנע װערק.

לאַװקראַפֿטס ביאָגראַפֿיע פּאַסט גוט פֿאַר אײנער פֿון די פּאַרשױנען אין זײַנע מעשׂיות. געבױרן 1890 אין פּראָװידענס, ראָד־אײַלענד, צו אַן אַלטער נײַ־ענגלאַנדער משפּחה , האָט ער זי קינדװײַז געזען אַראָפּקומען פֿון איר גדולה. דער פֿאָטער איז אַרײַנגעזעצט געװאָרן אין אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל און דערנאָך אױך די מוטער; די בײדע זײַנען ניפֿטר געװאָרן יונג. האַװערדן האָבן זײַנע צװײ מומעס אױפֿגעהאָדעװעט. זײַן זײדע אױף דער מאַמעס צד, װאָס איז געװען עפּעס אַ רײכער, האָט געמאַכט פּליטה און באַלד דערנאָך געשטאָרבן. דערנאָכדעם האָט לאַװקראַפֿט געליטן פֿון דלות זײַן גאַנץ לעבן. צוריקגעהאַלטן פֿון שול אַ כערליאַק, האָט ער אַנטדעקט אַלײן די פּלאָים פֿון אַסטראָנאָמיע און אַנדערע װיסנשאַפֿטן און האָט אַ נישט־⁠דערװאַקסענער שױן אָנגעהױבן אָנשרײַבן פֿיקציע און װיסנשאַפֿט.

איך האַלט לאַװקראַפֿטן פֿאַר אַ פֿריִען אינטערנעץ־אײַנװױנער. רק אַ חלוש און אַ מרה־שחורהדיקער, פֿאַרבאָרגן אין זײַן בױדעם־צימער אין אַלץ  דלותדיקערע הײַזער, האָט ער זיך פֿונדעסטװעגן שטענדיק פֿאַרבונדן מיט פֿרײַנד און מיטאַרבעטערס דורכױס די פֿאַראײניקטע שטאַטן, דורכן פּאָסט און צומאָליקע נסיעות. זײ האָבן צוזאַמען אַרױסגעגעבן אַמאַטאָרן־זשורנאַלן, קאָמענטירט אױף שװאַרצשריפֿטן, און געדינט װי מורי־דרך פֿאַר נײַע שרײַבערס. לאַװקראַפֿט האָט געשריבן זײַנע חבֿרים צענדליקער טױזנטער בריװ, אַ סך פֿון זײ גאָר לאַנגע. פֿאַר זײַן פּרנסה, האָט לאַװקראַפֿט פּובליקירט מעשׂיות אין שמאַטע־זשורנאַלן פֿאַר אַ נישטיק געצאָלט.

אין אַדורכלײענען זײַנע װערק, זעט מען תּיכּף אַז זײ זײַנען אַדורכגעדרונגען מיט מיגל. מיט װידערגעפֿיל צום נישטיקן אָרט פֿונעם מענטשן אינעם װעלטאַל, אַװדאי, אָבער אױך צו שװאַרצע און צו אימיגראַנטן: ייִדן, איטאַליענער, אאַ״װ. ער האָט זײ באַנומען װי אַ האָרדע טונקעלע מישלינגען װאָס שװיבלט און גריבלט אין די גאַסן. ער איז נישט געװען קײן אידיאָלאָגישער ראַסיסט אָדער פּאַרטײ־מיטגליד, און זײַן פּאָליטיק האָט אַדורכגעגאַנגען די גאַמע נישט־עקסטע שטעלונגען—צום סוף פֿון זײַן קורץ לעבן, צו אונטערשטיצן דעם „ניו דיל“. זײַן ראַסיזם איז בלױז געװען דער ראַסיזם פֿון מיגל.

און אין מיטן אַלץ דעם, האָט ער חתונה געהאַט—מיט אַ ייִדענע! סאָניע גרין איז געבױרן געװאָרן אין אוקראַיִנע, און מע קען אָננעמען אַז זי האָט גערעדט מאַמע־לשון. װען זי האָט געטראָפֿן לאַװקראַפֿטן, איז זי שױן געװאָרן אַן אַלמנה (פֿון אַ ייִדן אַ װײַבשלעגער װאָס האָט זיך מאַבד־⁠עצמו־⁠לדעת געװען); און האָט פֿאַרדינט אױף אַ מיטלשטאַנדישן ניװאָ—זעלטן פֿאַר אַ פֿרױ אין יענע טעג—װי אַ קױפֿערין פֿאַר אַ כּל־⁠בו־⁠געשעפֿט. גרין האָט געזאָגט אַז לאַװקראַפֿט איז געװען אַ „פּאַסיק אױסגעצײכנט געליבטער“—אַחוץ זײער קורצער באַציִונג, האָט לאַװקראַפֿט קײן מאָל נישט געהאַט קײן אַנדערע מחזקות מיט פֿרױען.

אָבער װי אַזױ קען דאָס זײַן? װי האָט דער פֿאַר־דער־צײַטיקער אינטערנעץ־טראָל מיט אַ מיגל אױף אימיגראַנטן חתונה געהאַט מיט אַ פֿעיִקער, געניטער, האָפֿערדיקער ייִדענע? דער ענטפֿער איז פּשוט: זי איז געװען אַ ליבהאָבער פֿון שױדר־ליטעראַטור און פֿאַנטאַזיע, האָט אָנגעשריבן מעשׂיות, און איז געװען אַקטיװ אין דער ליבהאָבער־קהילה. זי האָט אַפּילו אונטערגעשטיצט אַמאַטאָר־מאַגאַזינען מיט איר אײגן געלט. און דורך דער אָ סבֿיבֿה און אַ לאַנגן בריװ־אױסטױש, האָבן זײ זיך פֿאַרליבט.

נאָך דער חתונה האָט זי (אַ גוט ייִדיש װײַב) אים צוגעשטאַנען צו געפֿינען אַרבעט און זיך מפֿרנס זײַן, אָבער, אַחוץ אַ קורצן פּרוּװ אין רעדאַקטערײַ, איז ער געבליבן אַ נעבעכדיקער אַ לא־יוצלח און אַרבעטסלאָז, און גרין איז אַװעקגעפֿאָרן אַרבעטן װי אַ װאָיאַזשאָר־קױפֿערין, אים שיקנדיק געלט יעדע װאָך. נאָך צװײ יאָר זײַנען זײ זיך צעגאַנגען.

אָבער גענוג װעגן לאַװקראַפֿטן. טאָ גײט לײענען די מעשׂיות געזונטערהײט. די פֿאַרבינדונגען באַװײַזן זיך אױבן. אָדער בעסער געזאָגט: טאָ גײט לײענען די מעשׂיות מיט שרעק און פּחד װעגן אײַער נישטיקן פֿאַרנעם אינעם װעלטאַל.

שטיקלעך אױף דער אָ װעבזײַט: