מ יטל־⁠עלטערישע ריטערס , מאָדערניזם, און כּלל־ייִדיש

אַ שײנע מתּנה האָט מיר דערגרײכט: „דער שװאַרצער ריטער“ אין ייִדיש. דאָס‏ איז דער באַקאַנטער (אָבער מער אין דעם נײַנצנטן יאָרהונדערט װי איצט) ראָמאַן ‏‎„אײַװאָנהאָ“ פֿון װאַלטער סקאָטן, צום ערשטן אַרױסגעגעבן 1819. ל. שאַפּיראָ (מער װעגן אים בײַם סוף) האָט 1911 אַרױסגעגעבן די ייִדישע איבערזעצונג. 2019, האָט מען אַרױסגעגעבן אַ שײן רעדאַקטירטע און אָפּגעדרוקטע נײַע אױסגאַבע אין ירושלים. כ׳בין אַ בעלן צו װיסן װיפֿיל האָבן עס געלײענט, אָבער, אַפֿילו אױב ס׳איז נאָר אַ פּאָר, איז די אױסגאַבע דאָך לױבװערדיק.

די קשיא איז: װאָס איז דער פּשט פֿון אַן עדיציע אין ייִדיש פֿון אַן ענגלישן ריטער־ראָמאַן, און טאַקע אַ קלאָר און גאָלע כּלל־ייִדיש?

דער אױפֿקום פֿונעם ייִדישע „ריטער“

„דער שװאַרצער ריטער“ איז די קלאַסישע מעשׂה פֿון ריטערישקײט און העלדישקײט. עס איז אָנגעשטאָפּט מיט טראַפֿאַרעטן אין דער אָ טעמע: צוליב דעם װאָס עס אַלײן האָט געשאַפֿן דעם זשאַנער, זײַנען די טראַפֿאַרעטן נישט קײן טראַפֿאַרעטן נאָר װאָס קינסטלערישע אינאָװאַציעס.

אַ פּנים האָט ל. שאַפּיראָ גומר געװען עס איבערצוזעצן כּדי צו ברענגן אַ מחיהדיקע מעשׂה צו דער ייִדישער יוגנט, און אױך װאָרעם דאָס בוך שטעלט פֿאָר אַ פּאָר ייִדישע פּערסאָנאַזשן, שײן און מיטפֿילנדיק אױסגעמאָלט.

דאָס איז אמת. אָבער כ׳נעם אױף דאָס ייִדישע „ריטער“ אין אַן אַנדער אופֿן: נישט פֿאַר אַ פֿאַרטרעטער פֿון ענגלישער קולטור, און נישט פֿון ייִדישער קולטור, נאָר װאָס פֿון מאָדערניסטישער קולטור.

כּלל־ייִדיש

דאָס בוך איז אַ פֿײַנער מוסטער פֿון כּלל־ייִדיש: די נײַע עדיציע איז אָפּגעדרוקט געװאָרן מיט אַ שלמותדיקן כּלל־ייִדיש דיקדוק און אױסלײג.

די כּלל־ייִדישע ליטעראַטור האָט זיך אָנגעהױבן אין זיך אַנטקעגנשטעלן קעגן דעם פֿריִערן שטײגער פֿון שלום עליכמס דור, אַ ייִדיש באַפּוצט מיט פּסוקים און טראַדיציאָנעלע נשמה. די ייִדישיסטן האָבן געװאָלט שאַפֿן אַ שפּראַך װאָס קען מיטשטײן לעבן דײַטש, ענגליש, און פֿראַנצײזיש בתּורת אַ חשובער, בכּבֿודיקער, װעלטלעכער קולטורשפּראַך. דאָס שפּריכװאָרט װעגן אַ דיאַלעקט און אַ שפֿראַך איז נישט געװען קײן תּרעומה קעגן דער לענג פֿון גלות, און נישט קײן פֿאַרלאַנג פֿאַר אַן אַרמײ און אַ פֿלאָט (נישט־⁠געקוקט אױף אַ ביסל טעריטאָריאַליזם), אלא װאָס דען אַ װעלעניש פאַר דעם חשיבֿות און דרך־ארץ װאָס אַ פֿאָלק־מלוכה שאַפֿט זיך אײַן.

זײ האָבן נישט פֿײַנט געהאַט די ייִדישע געשיכטע — דערנאָך דער אױסקלײַב פֿון אַ בוך מיט אַ פּראַכטיקער אָפּמשלונג פֿון ייִדישע פּארשױנען — אָבער זײ האָבן אַרױסגעדרײט זיך פֿון טראַדיציע.

בהסכּם מיטן ציל, איז „דער שװאַרצער ריטער“ נישט באַזירט אױף קײן טראַדיציאָנעלער ייִדישער שטימונג, נאָר אױף דעם אין גאַנצן נישט־ייִדישן קוקװינקל פֿון אַ גױיִשן מחבר, הגם ער באַװײַזט אַ פּאָזיטיװע באַציִונג צו ייִדן.

װאַלטער סקאָט האָט אָנגעשרײַבן דעם מקור אין אַן פֿאַלש־אַרכאַיִש ענגליש, און אָפּגעמשלט די שפּראַך, שטײגערס, און געשיכטע פֿון ענגלאַנד אין דעם דרײַצעטן יאָרהונדערט. די ייִדישע איבערזעצונג, אַנטקעגן זשע, פּרוּװט נישט בכלל צן שמעקן פֿון פֿאַרצײַטקע צײַטן: װי קען זי? אַלטייִדיש, און קל־וחומר אַ ייִדיש באַצירט מיט צופֿיל לשון־קודש, דעמראָנט דעם לײַענער אין דער געשיכטע פֿון ייִדן, און די פּאַרשױנען זײַנען (אַחוץ דרײַ) בכלל נישט ייִדן. איז, דאָס ייִדיש פֿונעם בוך איז גאָר דערפּשוטערט אַקעגן דעם באַבלומטע ענגליש. סײַ װי, דאָס אמתדיקע ייִדיש פֿון דעם דרײצטען יאָרהונדערט איז געװען אין גאַנצן אַנדערש, נישט צו פֿאַרשטאַנדן הײַנט. ל. שפּיראָ האָט נישט געפּרוּװט שאַפֿן אַ געקינצלטע פֿאַלש־אַרכאַיִשע שפּראַך , און די פּשוטע איבערזעצונג געפֿעלט מיר בעזסער פֿונעם מליצהדיקן אָריגינאַל.

מעריבֿ מיט אַ נוסח

לאָמיר געבן אַ קוק אַ שטיקל װאָס באַװײַזט די באַפּוצטקײט פֿונעם ענגליש, די פּשוטקײט פּונעם ייִדיש, און די אוממעגלעכקײט פֿון פֿאַרכאַפּן אַ רײַכע און געשיכטע־געלאַדענע קולטור, אין דעם פֿאַל אַן ענגלישע, אין אַן איבערזעצונג.

אַזױ טוט רבֿקה, די שׂכלדיקע און העלדישע ייִדישע טאָכטער װאָס איז דער װײַבלעכער הױפּטפּארשױן:

בלײַבנדיק אַלײן בײַ זיך אין צימער, האָט זי געשטעלט דאַװענען מעריֿב. זי האָט געדאַװענט אױפֿן קול, װאַרעם און מיט אַ ‏„נוסח“.

דער מקור איז דאָס:

It disturbed not the inmate, who was then engaged in the evening prayer recommended by her religion, and which concluded with a hymn we have ventured thus to translate into English.

When Israel, of the Lord beloved,

Out of the land of bondage came,

Her father’s God before her moved,

An awful guide, in smoke and flame.

By day, along the astonish’d lands

The cloudy pillar glided slow;

By night, Arabia’s crimson’d sands

Return’d the fiery column’s glow.

...

און נאָך אַ סך באַפּוצטע פֿערזן װאָס ס׳האָט זײ אין גאַנצן איבערגעזעצט דאָס אײנציקע װאָרט „נוסח“. דאָס ייִדיש פאַרבײַט דעם באַצירטן, קולטור־געלאַדענעם לשון — אין דעם אָ פֿאַל, מיט אַ ייִדישן תּוכן — מיט אַ פּאָר פּשוטע װערטער.

מאָדערניזם

„דער שװאַרצער ריטער“ איז אַ פּראַכטיקע דוגמא פֿון כּלל־ייִדיש, און כּלל־ייִדיש איז אַ פֿענאָמען פֿון מאָדערניזם.

מאָדערניזם, און הױך־מאָדערניזם בפֿרט, איז געװען אַ בונט קעגן טראַדיציע, געשיכטע, און נאַניאָנאַלע באַזונדערקײטן. ער איז געװען אַ קינסטלערישע און פּאָליטישטע באַװעגונג װאָס איז אױסן געװען צו בױען אַ נײַע קונסט און אַ נײַע געזעלשאַפֿט אױפֿן סמך פֿון װיסנשאַפֿט און ראַציאָנאַליזם. הױך־מאָדערניסטן האָבן געבױט אױספּלאַנירטע שטעט מיט גלײַכע גאַסן און גלײַכע, הױכע, װאָלקן־⁠קראַצערס, אַ סימן פֿונעם רצון צו פֿולשטענדיק פֿאַרשטײן די געזעלשאַפֿט און בײַ גלײַך, זי צו רעגולירן. אַזױ אױכעט מיט קונסט, ליטעראַטור, אאַז״װ. לױט די הױך־מאָדערניסטן, װאָלט אַלץ אין דער מענטשליכער געזעלשאַפֿט זײַן פּלאַנירט און דערנאָך פּערפֿעקט. אַנטקעגן זשע, האָט זײ נישט געפֿעלט די רױשיקע, קאָמפּליצירטע, פֿאַרשײדנדיקע, אומפֿאַרשטענדלעכע, אומראַציאָנעלע טבֿע פֿון דער ממשדיקער געזעלשאַפֿט.

כּלל־ייִדיש גײט לױט דעם אָ מוסטער. די ייִװאָיִסטן האָבן דעפֿינירט זײַן דיקדוק און אױסלײג לױט װיסנשאַפֿלטלעכע כּללים, אָנשטאָט דער פֿריִערדיקער סומאַטאָכע דיאַלעקטן און אידיאָסינקראַטישן אױסלײגן. האָט מען אַלץ אױסגעשטעלט קלאָר און אײנטײַטשיק.

דער אױספֿעל פֿון אַ מלוכה האָט געראַטעװעט די ייִװאָיִסטן פֿון די שלעכסטע עקסטקײטן פֿון הױך־מאָדעראניזם: די אידעע אַז בלױז די פּלאַנירערס װיסן װאָס איז גוט פֿאַר אַלע און דערנאָך דאַרפֿן צװינגען זײערע פּלאַנען אױף אַלע: די ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געװען די פֿאַרקערפּערונג פֿון דער דאָזיקער טענדעץ.

פֿאַר װאָס האָט די סאָװיעטע רעגירונג, דורך אַלע בלוטיקע רײניקונגען פֿון די דרײַסיקער יאָרן, פֿאַרטראָגט, און אפֿילו אױפֿגעמונטערט, די ייִדישע שפּראַך — נישט נאָר װי אַ פֿאָלקשפּראַך, נאָר װאָס דען טאַקע װי אַ קולטורשפּראַך? (נאָר אין 1952, מיט דער שחיטה פֿון די ייִדישע פּאָעטן, האָט די טאָלעראַנץ זיך אױסגעלאָשן.) עס איז נאָר װײַל דאָס ייִדיש דערלױבט װאָס די סאָװיעטן האָבן דערלױבט איז אין גאַנצן אָפּגעזונדערט און פֿאַרפּשוטערט געװאָרן פֿון דער קאָמפּליצירטקײט און רײַכקײט פֿון דער אמתער, אַלטצײַטיקער, ייִדישער קולטור. װי אַ ראיה, זעט דעם פֿאָנעטישן אױסלײג, װאָס האָט אױסגעבלײזט די באַציִונג צו ייִדישער טראַדיציע. און נאָך ערגער, דאָס קיצור־⁠ימימדיקע אָפּלאָזן פֿון די לאַנגע אותיות — נאָך אַ מאָל, דאָס אָנזעצעניש פֿון אָרדנונג בבֿחינת די העכסטער װערט.

אָבער צוריק גערעדט, איז די הײַנטיקער כּלל־ייִדישיסטישע שיטה געבענשטש געװאָרן דורכן אױספֿעל פֿון דעם אָ סאָרט מלוכה־שטיצונג. (סטאַנדאַרד־שפּראַכן אין דעמאָקראַטיעס זײַנען נישט אַזױ באַפֿעלעריש, אָבער ייִדיש האָט נאָר געקראָגן אַ מינערדיקע דערקענונג.)

כאָשט די כּלל־ייִדישיסטן האָבן געשטרעבט צו פּשוטקײט און קלאָר דעפֿיניציעס, זײ זײַנען נישט געװען בלינדע קנאָים און האָבן באַשירעמט זײער שפּירעװדיקײט און ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער געשיכטע. זײ זײַנען געװען װעלטלעך, אָבער נישט קײן שׂונאים פֿון טראַדיציע. זײ האָבן געװוּסט אַז דאָס פֿאָלק האָט נישט גערעדט נישט קײן אײַנרעגולירטע שפּראַך — דאָס כּלל־ייִדיש איז נאָר אַ כּלי.

„דער שװאַרצער ריטער“

צוריק צום בוך. די איבערזעצונג דרײט זיך אַרױס פֿונעם אוממעגלעכן געמאַכט־אַלט־ענגליש, דורכן מיטל פֿון כּלל־ייִדיש: אַ פאַרפּשוטערטע איבערזעצונג אין אַ סטאַנדאַרדיזירטער שפּראַך. מאָדערניזם ציִעט איבער דאָס שטריקל אין אַ סך פֿאַלן, אָבער דאָ, דינט די סטאַנדאַרדיזאַציע פּונקט איר ציל: כאָטש די פֿולע קולטורעלע רײַכקײט פֿון ‏‎„אײַװאָנהאָ“ פֿעלט זיך אָפּ אין דער איבערזעצונג, גיט „דער שװאַרצער ריטער“ קלאָר איבער דעם באַטײַט פֿון אַ פּרעכטיקן מוסטער פֿון װעלטקולטור.

הוספֿה

איך שעפּ נחת פֿון דעם אַז איך האָב דערקענט מאָדערניזם טיף טיף אין אַ בוך װעגן מיטל־עלטערישער ריטערישקײט.

נאָר נאָך דער אױסגאַבע פֿון דער אָ עסײ, האָב איך געפֿונען אינפֿאָרמאַציע װעגן ל. שאַפּיראָן. און װוּנדײרים, איז שאַפּיראָ באַקאַנט װי אַ מאָדערניסט פֿון מאָדערניזם־לאַנד. דני לוזאָנס אַרטיקל באַשרײַבט שאַפּיראָס טיפע אַרײַנגעצױגנקײט אין מאָדערניזם. לאה גאַרעט באַשרײַבט זײַן סטיל װי „‎“spare — דאָס הײסט „פּשוט, שיטער“, פּונקט װי אַ מאָדערניסט, און פּונקט װי מיר האָבן געזען אין „דעם שװאַרצן ריטער“. אַפֿילו זײַן „למד“ איז, לױט גאַרעטן, טאַקע אַ „מאָדערניסטער אױסשטעל“.z