רעכטס, לינקס, רעכטס, ליקנס

רעװיזיאָניסטן, אירגון און לח״י

די ציוניסטישע באַװעגונג האָט געהאַט רעכטע: די װאָס שױן אין די דרײַסיקער און פֿערציקער יאָרן האָבן קאָנקורירט מיט די סאָציאַליסטן װאָס זײַנען געװען דער גרעסטער טײל פֿון דער ציוניסטישע באַװעגונג.

די רעװיזיאָניסטן זײַנען נאָכגעגאַנגען דעם װעג פֿונעם נאַציאָנאַליסטישן צד פֿון יענער תּקופֿה. מיר קוקן צוריק און געדענקן די נאַציס, אָבער אין די אָ יאָרן זײַנען אױכעט געװען באַװעגונגען פֿון די רעכטע אַרום דער װעלט װאָס זײַנען געװען אַ סך װעניקער האַרב, און לכל־הפּחות נישט אַכזריותדיקער פֿון די לינקע עקסטרימיסטן—אָבער פֿאָרט אין גאַנצן פֿון די נאַציאָנאַליסטישע רעכטע.

פּאַזע די רעכטע פּאַרטײען זײַנען געװען מיליטערישע אָרגאַניזאַציעס: ערשט, דער „אירגון“, אױך גערופֿן אצ״ל, פֿון די רעװיזיאָניסטן; צװײט, די פֿראַקציע לח״י, „די קעמפֿערס פֿאַר דער פֿרײַהײט פֿון ישׂראל“, די האַרבסטע פֿון די ציוניסטישע מיליטערישע אָרגאַניזאַציעס. בײדע האָבן אַדורכגעפֿירט אָנפֿאַלן אױף בריטישע זעלנערס און  אױך אױף ציװילע קרבנות װי לאָרד מױנען, דער בריטישער פּאָליטיקער, און גראַף בערנאַדאָט, דער שװעדישער דיפּלאָמאַט—און אױך אױף אַראַבישע ציװיליסטן.

זײ האָבן גוט פֿאַרדינט דעם עפּיטעט „טעראָריסטן“ װאָס די בריטישע און דער הױפּטשטראָם פֿון די ציוניסטן האָבן זײ גערופֿן. אַ מאָל האָבן די לח״יסטן אַפֿילו שטאָלצירט אין דעם.

קעגנערס פֿון אַ ייִדיש ישראל

און אױכעט זײַנען געװען די עקסט־לינקע: שױן אין די פֿערציקע און פֿופֿניקע יאָרן, האָבן ייִדישע אידיאָלאָגן װאָס געטענהט, פֿאַר אַ מדינת־ישׂראל װאָס איז דװקא נישט קײן ייִדישע מדינה און נישט קײן מדינה פֿון ייִדן, אלא װאָס דען פֿון אַ נײַ פֿאָלק געבױט פֿון ייִדן און אַראַבער.

די אָ אידיאָלאָגן האָבן זיך געטראָפֿן מיט שׂונאי־ישׂראל, און אַפֿילו מיט פּאַלעסטינישע טעראָריסטישע גרופּעס, זײער פֿרי אין דער היסטאָריע. זײ האָבן מיסד געװען די „שלום־מחנה“ אין ישׂראלישער פּאָליטיק, דעם צד שפּעטער געקענט אין אָרגאַניזאַציעס װי „גוש שלום“ און „שלום עכשיו“.

אָט די אָ אידיאָלאָגן זײַנען אױך געשטאַנען בראָש דעם קעמף קעגן דער מאַכט פֿון ייִדישער רעליגיע אין מדינת־ישׂראל.

נישט קײן חילוק

יאָ, דאָס איז דער סורפּריז: בײדע זײַנען געװען די זעלביקע מענטשן! מען קען זײ רופֿן „רעכטע“ אָדער „לינקע“, אָבער זײ האָבן אױסגעפּועלט כּמעט היפּוכדיקע פּאָליטישע ריכטונגען—װי מען געװײנטלעך פֿארשטײט די ריכטונגען. אפֿשר זײַנען די טערמינען „רעכטע“ און „לינקע“ גופֿא אַ שטות.

און, װאָס איז גאָר טשודנע , האָבן די אָ טשיקאַװע קנאים, װאָס האָבן אַ פּנים נישט קײן שײכֿות צו הײַנטיקע מאָסיקע דעות אין ישׂראל, טאַקע מצליח געװען: מדינת־ישׂראל האָט זיך געביטן אין דער ריכטונג װאָס זײ האָבן אױסגעמאָלט.

נו!?! װאָס הײסט!?!

בעלי־חלומות, ייִדן, משוגעים.

דער באָמבע־מאַכער פֿאַרן אירגון

עוזי אורנן (געבױרן עוזיאל האַלפּערין) האָט פֿאַבריקירט באָבמעס פֿאַרן אירגון. ער און זײַן ברודער זײַנען געװען אידיאָלאָגן פֿון די „כּנענער“, אַ קלײנטשיקע גרופּע װאָס האָט געטענעהט לטובֿת אַ נײַ פֿאָלק אין ארץ־ישׂראל, אין גאַנצן צעשײדט פֿון צװײ טױזנט יאָר גלות. דאָס נײַע פֿאָלק װאָלט זיך אױסגעבױט על־סמכן תּנכישן עם־ישׂראל, מיט אַ קולטור װאָס שטאַמט נישט פֿון גמרא און הלכה, אלא װאָס דען פֿון די געצן־⁠דינערישע טענדענטצן װאָס די נבֿיאים האָבן אַראָפּגעריסן. די ארץ־ישׂראלישע אַראַבער, לויט זײ, זײַנען די אָפּשטאַמלינגען פֿון ייִדן װאָס האָבן אָפּגעזאָגט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד.

נאָכן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, האָט אורנן אױפֿגעשטעלט די „ליגע קעגן רעליגיעזן צװאַנג אין ישׂראל“; און ער האָט אָנגעפֿירט אַ באַקאַנטן ענין, ביזן העכסטן געריכט, צו פֿאַרלאַנגען פֿאַר זיך אַ פֿאָרמעלע דערקענונג דװקא װי „ישׂראלדיקער“ און נישט „ייִד“.

די „כּנענער“ (אַ זידלװאָרט פֿון זײערע קעגנרס, נישט זײער אײגענער עפּיטעט) זײַנען געװען נישט מער פֿון אַ טוץ, און נישט קײן סך פּאָליטיקערס און אידיאָלאָגן זײַנען מודה זײער השפּעה, אָבער די מדינה איז נאָכגעגאַנגען זײַער װעג.

מײן פּערזעלנכע אָנטרעפֿונג מיט אורננען: 1993, בין איך בײַגעװען אין אַ רעפֿעראַט זײַנער מכּוח העברעיִשער לינעװיסטיק: אורנן איז געװען אַ פּראָפֿעסאָר. ער האָט געטענהט אַז דאָס קדמונישע העברעיִש איז פּונקט דאָס זעלבע װי מאָדערן העברעיִש. נישט נאָר ענלעך , נאָר װאָס זשע דען אידענטיש ביזן יסוד. לױט אורננען קען מען איבערשרײַבן, אַ שטײגער, כִּתֵּבֿ („ער האָט דיקטירט“), /kitteb/ ממש מיט טאָפּלן ת׳ און האַרטן ב׳, עלעהײ מאָדערנע ישׂראלדיקע לעבן אינעם זיבעטן יאָרהונדערט פֿאַר דער ספֿירת־⁠הנוצרים. (אין דער אמתן, איז דאָס טאַקע אורננס װעלטבאַנעם). ער גלײבט אױך אַז פֿיניקיש, אַ כּנענישער דיאַלעקט, איז פּונקטלעך העברעיִש, װײַל ער װיל אַז מיר זאָלן זײַן אױך כּנענער. דאָס איז אַ נאַרישקײט, װאָרום װער לײענט צװײ װערטער פֿיניקיש דערזעט אַז כאָטש ס׳איז ענעלעך צו לשון־קודש, איז עס נישט די זעלבע שפּראַך. כ׳האָב זיך געבײזערט אױף זײַן אומאָרנטלעכקײט, װײַל אַ געלערנטער טאָר נישט צונױפֿפּאַסן זײַן װיסנשאַפֿט צו זײַנע דעות. האָט ער באַװיזן מער ישרנות, װאָלט איך זיך אײַנגעהערט אַ ביסל ערנצטער צו זײַנע אידיאָלאָגישע דעות, װאָס זײַנען שײכדיקער צו מאָדערן ישׂראל װי זײ זעען תּחילת אױס.

אגבֿ, לעבט נאָך אורנן הײַנט, 2022. ער איז 98 יאָר אַלט.

הלל קוק, דער רעװיזיאָניסטישער פּאָסט־ציוניסט ייִדן־ראַטעװער

בשעתן חורבן, האָט נישט קײן גרופּע אַמעריקאַנישע ייִדן אַדורכגעפֿירט קײן שום פּראָטעסט לטובֿת זײערע ברידער, אַחוץ אײן: די בערגסאָן גרופּע. פּיטער בערגסאָן איז געװען דער פּסעװדאָנים פֿון הלל קוקן, אַ פֿאַרביסענער רעװיזיאָניסט און דער פּלימעניק פֿון הרבֿ קוקן—יאָ, דער זעלבער װאָס האָט אינספּירירט „גוש אמונים“, די גרופּע פֿון די פֿרומע רעכטע. (הלל קוק האָט אָנגענומען אױף זיך דעם פּסעװדאָנים כּדי אױפֿצוהיטן זײַן פֿעטער פֿון רדיפֿה פֿון די די בריטישע.) קוק/בערגסאָן איז געפֿאָרן אין אַמעריקע און געפֿירט אַ גרופּע רעװיזיאָניסטן אין קלײַבן װאָפֿנס פֿאַר אצ״ל. אָבער װען די הריגה פֿון די ייִדן האָט זיך אָנגעהױבן, האָט ער אָרגאַניזירט מאַניפֿעסטאַציעס כּדי צו פֿאַרלאַנגען אַז די אַמעריקאַנישע ממשלה זאָל טאָן עפּעס צו ראַטעװען די ייִדן.

דער זעלבער איז געװען דער פֿאַרטראַכטער פֿונעם טערמין „פּאָסט־ציוניסט“, שױן פֿאַרן אױפֿקום פֿון דער מדינה. לױט קוקן, װעמענס דעות זײַנען געװען נאָענט צו די „כּנענער“, אָבער מאָסיקער, דאַרף מדינת־ישׂראל זיך אָפּטײלן פֿון אַבי װאָסער נישט איז ייִדן װאָס באַשליסט נישט עולה צו זײַן—עיקרדיק די אַמעריקאַנער. ישׂראל מוז שאַפֿן אַ קאָנסטיטוציע װאָס באַשירעמט אַלע גלײַך—און טאַקע װי ישׂראלדיקע, נישט װי ייִדן און אַראַבער. די עטאַבלירונג פֿון דער מדינה איז געװען, לױט קוקן, דער סוף פֿון ציוניזם װי אַ באַװעגונג װאָס שטרעבט צו שאַפֿן אַ הײם פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.

די טעראָריסטן פֿון לח״י

נאָך האַרבער און נאָך רעכטער זײַנען געװען די מיטלגלידערס פֿון לח״י, װאָס די בריטישע און די ליקנע ציוניסטן האָבן גערודפֿט װי די שװערסטע פון טעראָריסטן. אײנער פֿון זײערע פֿירערס איז געװען יצחק שמיר (געבױרן יעזערניצקי), דער שפּעטערדיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿון די רעכטע.

די מענטשן פֿון לח״י זײַנען געװען אַזױ עקסטרעם אַז זײ האָבן געפּרוּװט זיך קאָמוניקירן מיט די נאַציס, כּדי צו קעמפֿן צוזאַמען אַקעגן די בריטישע.

און װאָס איז געשען מיט די לח״י־לײַט לאַחר־⁠המעשׂה? לאָמיר געבן אַ קוק אַ פּאָר צופֿעליק אָפּגעקליבן פֿון אַ רשימה פֿון די פֿירנדיקע אין אצ״ל. (ס׳איז קײנמאָל געװען נישט מער פֿון צװײ הונדערט מיטגלידרס אין דער גאַנצער אָרגאַניזאַציע.)

נתן יעלין־מור (געב׳ פֿרידמאַן), נאָך אַ פֿירער פֿון לח״י, האָט זיך שפּעטער גערירט צום לינקס, אַפֿילו צום שטיץ פֿונעם ראַט־פֿארבאַנד. שױן 1952, האָט ער מיסד געװען „סעמיטישע אַקציע“, אַ גרופּע װאָס האָט אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר אַ נײַער, ברײטער מדינה װאָס ציִעט זיך אױס אַריבער דעם גאַנצן מיטלען מיזרח, אַרײַננעמענדיק ייִדן און אַראַבער אין אַ נײַער סעמיטישער מלוכה. שפּעטער, האָט ער געעפֿנט אַ דיאַלאָג מיטן אָ־⁠בע־⁠פּע, בשעת זײ האָבן געפֿירט טעראָריסטישע אָנפֿאַלן אױף ייִדן.

יעלין־מור איז נישט געװען קײן אױסנעם, קײן בעל־תּשובֿה װאָס האָט קאַפּױער אױסגעביטן זײַנע דעות. די אַנדערע לחייִסטן זײַנען אױכעט געװען אַזױ. פֿאַר אַ דוגמא, גיט אַ קוק נאָך צװײ לח״י קעמפֿערס: יעקבֿ אַרנון איז געװען אַ מיסד פֿונעם „ישׂראלישן ראָט פֿאַר ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום“ (דער מקור פֿון „גוש שלום“), שױן אין די זיבעציקער יאָרן. מאַקסים גילאַן האָט מיסד געװען די „אינטערנאַציאָלענע ייִדישע פֿרידן־אָרגאַניזאַציע“ װאָס איז געװאָרן די ערשטע זיך צו באַגעגנען מיטן אָ־⁠בע־⁠פּע.

אָקסימאָראָן?

װי איז דאָס מעגלעך? הײַנט, דערװאַרט מען אַז די ציוניסטישע רעכטע שטיצן אונטער נאַציאָנאַליזם, און אַז זײ זײַנען מלחמה־⁠שפּאַרבערס װאָס שטעלן זיך אַנטקעגן פּשרה מיט די אַראַבישע שכנים. מען אַסאָציִיִרט די רעכטע מיט רעליגיע, און אַנטי־רעליגיע מיט די לינקע. אױף דער אַנדער זײַט, אַסאָציִיִרט מען די לינקע מיט פּאַציפֿיזם, מיט אַװעקשענקן שחטים צו די אַראַבער, און מיט פֿאָרלײגן בטל צו מאַכן די רעליגיעזע טבֿע און אַפֿילו די ייִדישע טבֿע פֿון מדינת־ישׂראל.

אָבער ס׳איז נישטאָ קײן סתּירה. די דערמאָנטע רעכטע־לײַט האָבן געהאַט אַן אױסגעהאַלטע אידיאָלאָגיע װאָס האָט זיך ממשיך געװען פֿונעם אָנהײב ביז דער עטאַבלירונג פֿון דער מדינה, און דערנאָך.

די דאָזיקע מענטשן האָבן געהאַט פֿאַרשידענע אידיאָלאָגיעס—גאָטעניו, אױסטראַכטן אידיאָסינקראַטישע אידיאָלאָגיעס איז געװען דאָס פּאָפּולערסטע פֿערדל בײַ ייִדן אין יענער צײַט—אָבער די צענטראַלע אידעע איז דער פֿאַרלאַנג פֿאַר אַן אָרטיקער ישׂראלישער  מדינה, פּונקטלעך דאָס און נשט מער—מיט אַלע די פּועל־⁠יוצאס, אַזױ:

אַן אָרטיקע מדינה פֿאַרטראָגט נישט קײן פֿרעמדע אײבערהאַרן

  • אַנטי־אימפּעריאַליזם: די לח״י־קעמפֿערס האָבן געצילעװעט זײער פֿײַנדשאַפֿט אַקעגן דער בריטישער אימפּעריע. נאָך דער אומאָפּהענגיקײט פֿון מדינת־ישׂראל אין 1948, האָבן אַ סך קאָלאָניעס זיך באַפֿרײַט פֿון בריטאַניע און אַנדערע אימפּעריעס, אָבער לח״י איז געװען צװישן די ערשטע אַנטי־אימפּעריאַליסטן, אינעם מאָדערנעם טעם פונעם קאָנצעפּט.
  • אַ רשימה אָנפֿאַלן פֿון לח״י באַװײַזט אַז כּמעט אַלע אָנפֿאַלן זײַנען געװען אױף די בריטישע, זײערע הױפּטפֿײַנד. פֿונדעסטװעגן האָבן זײ אָנגעפֿירט אָנפֿאַלן אױף אַראַבער, בעיקר אין דער אומאָפּהענגיקײט־קריג און דערנאָך. מער װעגן דער אָ כּלומרשטיקע סתּירה שפּעטער.
  • אַפֿילו דער פּרוּװ פֿון לח״י צוזאַמענצואַרבעטן מיט די נאַציס אַקעגן די בריטישע אַיז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון זײערב בלידנדן פֿײַנט פֿאַר דער בריטישער אימפּעריע.

אַן אָרטיקע מדינה נעמט אַרײַן אַלע היגע

  • די אידיאָלאָגן האָבן געהאַלטן אַלע תּושבֿים פֿונעם לאַנד װי גלײַכע בירגערס, אין גאַנצן ישׂראלדיקע און נישט נאָר װי אַ טאָלערירטער מיעוט. די „כּנענער“ האָבן געהאַלטן אַז די אָרטיקע אַראַבער זײַנען די אָפּשטאַמיקע פֿון ייִדן װאָס האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו גײן אין גלות, און האָבן אַזױ ליב געהאַט דאָס לאַנד אַז זײ זײַנען געװען גרײט צו פֿאַרבײַטן זײער רעליגיע כּדי צו בלײַבן אינעם לאַנד. (װי אױך יענע אידיאָלאָגן אַלײן האָבן נישט גאָר ליב געהאַט די ייִדישע רעליגיע!) און פֿאַקטיש, איז טאַקע מעגלעך אַז אַ טײל אבֿות פֿון די אָרטיקע אַראַבער זײַנען געװען ייִדן; אַ פּאָר אַראַבישע משפּחות אין ארץ־ישׂראל האָבן אַפֿילו נאָך געלאָזן בײַ זיך אַ טראַדיציע פֿון ייִדישן ייִחוס.
  • סאָלידאַרישקײט מיט די שכנים, די אַראַבער אין דערבײַיִקע לענדער. די „סעמיטישע אַקציע“ גרופּע האָט געפּרוּװט שאַפֿן אַ מיטל־מיזרחדיקע אומה און מלוכה אָן אונטערשײד צװישן ייִדן און אַראַבער, װײַל זײער נאַציאָנאַליזם איז נישט געװען ייִדיש , נאָר װאָס דען רײן אָרטיק צו ארץ־ישׂראל און דער מיטלען־מיזרח.

אַן אָרטיקע מדינה שלאָגט אָפּ אַרײַנדרינגערס און פֿאָלגט אָרטיקע מנהגים

לח״י האָט אָנגעפּירט אָנפֿאַלן אױף אַראַבער; אַ העלפֿט פֿון די מיטגלידערס האָבן אױפֿגעהאַלטן אַן אידיאָלאָגיע פֿון די רעכטע װאָס זאָגט אָפּ פּשרה מיט אַראַבער און געפֿירט די רעכסטע פּאַרטײען, װי למשל יצחק שמיר. װי איז דער אָ ריזיקער װידעראַנאַנד מעגלעך אין אַזאַ קלײנטשינקער פֿאַנאַטישער אָרגאַניזאַציע, אין װעלכער יעדער קעמפֿער איז געװען פֿאַרברענט אױף זײַן אידיאָלאָגיע און נישט נוטה צו קאָמפּראָמיז? דער פּשט איז פּשוט: די אָ העלפֿט האָט געהאַלטן די אַראַבער פֿאַר אױסלענדער , און זײערע פֿירערס פֿאַר פֿרעמדע „עפֿענדיס“.

ס׳איז טאַקע אמת אַז פֿרעמדע אַראַבישע חײלות האָבן אײַנגענומען דאָס לאַנד. און װען די ציונישטישע עולים זײַנען אָנגעקומען,האָבן די אַראַבישע ערד־פֿאַרמאָגער פּריצים נישט געװױנט אין ארץ־ישׂראל נאָר װאָס דען אין לבֿנון און מצרים. מען קען אױך באַמערקן אַז ס׳רבֿ אַראַבישע משפּחות האָבן אײַנגעװאַנדערט אינעם לאַנד זינטן אָנהײב פֿון דער ציונישטישער עליה.

און אפֿשר האָבן די לחייִסטן געמײנט אַז בלוט־סיכסוכים זײַנען טאַקע אַ חלק פֿון דער אָרטיקער קולטור: אין דעם לעװאַנט , װוּ זײַנען אי די אַראַבער, אי די ייִדן,ן עלטסט־⁠געזעסענע, האַלט מען בלוט־סיכסוכים מיט די שװעסטער־קינדער, און די אַראַבער זײַנען טאַקע אונדזערע שװעסטער־קינדער!

פֿרמדע קולטור און פֿרעמדער דת אַרן נישט אַן אָרטיקער מדינה

  • דער אָפּזאָג פֿון סאָלידאַרישקײט מיט ייִדן אין גלות. די אָ אידיאָלאָגן האָבן געװאָלט באַשאַפֿן אַ נײַ אָרטיק פֿאָלק, און דעריבער,  לױט זײ, האָבן  ייִדן װאָס האָבן אָנגענומען אַ באַשלוס צו בלײַבן אין גלות נישט קײן שײכות צו דעם נײַעם פֿאָלק. אַװדאי האָבן די אידיאָלאָגן נישט אױסגעבראַקעװעט די גלות־ייִדן, װאָס זײַנען געװען זײער אײגן בלוט און פֿלײש—גיט אַכט, די „כּנענער“ אַלײן האָבן נאָר װאָס עולה געװען. הלל קוק און זײַנע חבֿרים זײַנען געװען, אַ שטײגער, די אײנציקע ייִדן אין אַמעריקע װאָס האָבן זיך געשטרײַכט צו העלפֿן די ייִדן אין אײראָפּע בשעתן חורבן. אָבער װען אַ ייִד זאָגט אָפּ עולה צו זײַן—און די כּװנה איז עיקרדיק צו אַמעריקאַנער—האָט ער, לױט די רעכטע אידיאָלאָגן, שױן נישט קײן שײכות צו דעם פֿאָלק װאָס װױנט אין ציון.
  • אַ ראַדיקאַלער סעקולאַריזם. די כּנענער האָבן אָפּגעװאַרפֿן צװײ טױזנט יאָר גלות, און דערמיט דעם ייִדישן דת און הלכה װאָס זײ האָבן געהאַלטן פֿאַר אין גאַנצן אַ שאַפֿונג פֿון גלות. אַ סך ציוניסטן זײַנען געװען װעלטלעך, און די האַרבע לינקע האָבן זיך אַפֿילו אַקעגנגעשטעלט קעגן רעליגיע װי אַנדערע קאָמוניסטן, אָבער פֿאַר די „כּנענער“ האָט דער דת געהאַט א באַזונדערע קולטורעלע לאַסט, װי אַ פֿרעמדער גלודתדיקער אײַנפֿלוס, װאָס זײ האָבן געדאַרפֿט אַװעקװאַרפֿן.
  • אַ בענקונג נאָכן ישׂראל פֿונעם תּנ״ך: נישט־⁠געקוקט אױף זײער סעקולאַריזם, האָבן זײ געבענקט נאָך די רױע, קריגערישע צײַטן פֿון די שופּטים און דוד המלך װען בני־ישׂראל האָבן געדינט גאָט, און גלײַכצײַטיק די לאַנד־געטער װי בעל און ענת, מיט אַ פּרימיטיװער, אומגעקינצלטער פֿאָלק־רעליגיע.

זײ האָבן מצליח געװען

די דאָזיקע פֿאַנאַטיקערס זעען אױס װײַט און טשודנע, און אומבאַטײַטיק צום הײַנטיקן ישׂראל. מיר האַלטן אַז די פֿרומע מוזן זײַן רעכטע און די װעלטלעכע לינקע; אַז די רעכטע האַלטן בײַ נאַציאָנאַליזצם און די לינקע בײַ ק אָסמאָפּאָליטיזם. די נאַציאָנאַליסטן שטעלן זיך אַקעגן פּשרה מיט די אַראַבער און די קאָסמאָפּאָליטן װילן נאַרײַען זײ שטחים.

אָבער אױב מען פֿאַרזעט דעם אָ פֿאָראורטל, קען מען דערקענען אַז  די „כּנענער“ האָבן אין אַ געװיסער מאָס פֿאָרױסגעזאָגט  אַספּעקטן פֿון אונדזער הײַנטיק ישׂראל.

הײַנט האָבן אַ סך ישׂראלדיקע,װאָס מען הײסט שאַבלאָניש „מדינת תּל־אָביב“, נישט קײן שײכות צום ייִדישן דת, געשיכטע, און קולטור. צװישן זײ זײַנען דאָ „אָנװאָרצלדיקע קאָסמאָפּאָליטן“ (זײַט מוחל דעם אױסדרוק), אָבער ס׳רבֿ שטאָלצירן מיט זײער ישׂראלישע אידענטיטעט. זײ האָבן ליב ארץ־ישׂראל און מדינת־ישׂראל פּונקט װי אַן איטאַליענער האָט ליב דאָס לאַנד און די רעפּובליק פֿון איטאַליע.

די רעליגיעזע עלעמענטן פֿון דער ממשלה זעען אױס פֿרעמדע צו זײ:  אָנשטאָט הלכהדיקע חתונות מיט דער השגחה פֿונעם ראַבינאַט, נעמען זײ זיך אָן אָן חופּה־⁠וקידושין אָדער האָבן חתונה ציװילע אין קפֿריסין.

דער „כּנענארס“ חזיון פֿון אַראַבער װי ישׂראלדיקע איז מקוים גװאָרן. די דרוז זײַנען געטרײַע בירגערס װאָס קעמפֿן אין דער אַרמײ און און נעמען אָן   הױכע אָפֿיציר־אַמטן. זײ רעדן אַ פֿליסי ג עבֿריתּ—כאָשט זײער מוטער־שפּראַך איז אַראַביש.

די ברײטער אַראַבישע באַפֿעלקערונג האָט זיך װעניק אינטעגרירט, אָבער דורך די יאָרן האָבן זײ געביטן זײערע דעות און הײַנט אידענטיפֿיצירן זיך ס׳רבֿ װי ישׂראלדיקע. זײ האָבן   פֿארבעסערט זײער צושטאַנד און הײַנט, למשל, איז אַ גרױסער חלק פֿון די געזונט־⁠אַרבעטערס אַראַבער װאָס אַרבעטן צוזאַמן מיט ייִדן.

אָט אַן אינטערעסאַנטע דוגמא: עמילי שרײדער איז אַן ייִדישע אַמעריקאַנישע עולה און אַ טוערין לטובֿתן שם פֿון מדינת־ישׂראל. איר מאַן, יוסף חדד, איז אַ קריסטלעכער אַראַבער װאָס איז אױכעט אַ טוער װאָס  פֿאַרטײדיקט די רעפּוטאַציע פֿון דער מדינה  איבער דער װעלט. די „כּנענער“, דאַכט זיך, װאָלטן גאָר שעפּן נחת פֿון אַן אַראַבער װאָס דערשפּירט זיך אין גאַנצן אַן ישׂראלדיקער, װאָס האָט געדינט אינעם חײל, און װאָס אַרבעט װי אַן אַקטיװיסט לטובֿת דער מדינה: אײנער פֿון אונדזערע, אָן פֿאַרלאָזן זײַן אײגענע ירושה. זײ װאָלטן מחיה  זיך געװען פֿון זײַן אַראַבישן נאָמען װאָס איז צופֿעליק אין גאַנצן העברעיִש—נאָך אַ ראיה פֿאַר דער בשותּפֿדיקער קולטור פֿון אַראַבער און העברעערס. און נאָך מער װאָלטן זײ שעפּן נחת פֿון אַ חתונה צװישן אַ ייִדישער טאָכטער און אַן אַראַבער, אַ פּאָרפֿאָלק װאָס טאַקע האָט די ליבע פֿאַרן לאַנד צונױפֿבראַכט!

ד י גײסטיקע ירושה פֿון די „כּנענער“ דערקלערט אַ פֿאַרחידושקיען פֿענאָמען: רובי ריװלין, דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל און לאָנגיאָריקער פּאָליטיקער פֿון דעם ליכּוד־פֿאַרטײ פֿון די רעכטע, איז באַקאַנט געװאָרן פֿאַר אונטערהאַלטן די רעכטע און אינטערעסן פֿון די אַראַבער אין ישׂראל װי גלײַכע בירגערס און נישט קײן טאָלערירטער מינדערהײט. און דאָס איז נישט מחמת עפּעס אַ חיובֿ: שמעון פּרס, דער פּרעזידענט פֿון לי לינקע, האָס אַזױ נישט געטאָן, און אױך נישט אַלע אַנדערע פּרעזינדענטן. (ריװלין האָט אַפֿילו אונטערגעשטיצט, שטילערהײט, די אינטעגראַציע פון די אַראַבער פֿון יהודה און שומרון.)

אַלמאַי? װײַל ריװלין איז אַן אָפּשפּראָץ פֿון אַ יִחוסדיקער רעװיזיאָניסטישער משפּחה, און זײַן פּאָליטישע דערציִונג האָט אים געלערנט אונצערצושטיצן דעם אַרײַננעם פֿון די אַראַבער אינעם ישׂראלישן פֿאָלק. אױך מנחם בעגין, דער פֿירער פֿון די רעװיזיאָניסטן, האָט געקעמפֿט פֿאַר דער גלײַכקײט פֿון די אַראַבישע בירגערס. אַ שטײגער, האָט ער געשטעלט זיך אַקעגן דער מיליטער־ריגירונג װאָס די ממשלה פֿון די לינקע האָט, ביז 1963, אַרױפֿגעצװוּנגען אױף אַראַבישע דערפֿער נאָענט צו דער גרענעץ.

2020 האָבן „די אַבֿרהם־הסכּמס“ צונױפֿגעפֿירט אין אַ װאַרעמען פֿאַר שלום ישׂראל מיט אַראַבישע מדינות, װי די פֿאַראײניקטע אַראַבישע עמיראַטן, באַכרײן, און מאַראָקאָ. די צדדים טוען דאָס נישט אומגערן און צוליב כאַבאַר, װי אינעם קאַלטן שלום פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער מיט מצרים און ירדן, נאָר װאָס ממש האָבן חשק צו מיסחרן, װיזיטירן, זיך טײלן קולטור, און פּלאַנעװען נאַציאָנאַלע באַשיצונג מיטאַנאַנד. אין דעם לעבט אױף די כּנענערס חלום פֿון אַ מיטל־מיזרח פֿאַראײניקט דורך בשותּפֿותדיקע אינטערעסן, אין װעלכן ישׂראל איז אַ נאַטירלעכער שותּף און נישט קײן דרױסנדיקער. און אַלץ האָט אַ ממשלה פֿון די רכטע אַדורכגעפֿירט.

דער זשורנאַליסט מאַטי פֿרידמאַן האָט געשריבן אַז ישׂראל האָט זיך אַנטװיקלט אין אַ מיטל־מיזרחדיקר מדינה: מען קען שױן נישט טענהן, װי פֿריִער, אַז עס איז נאָר אַן אײראָפּעיִשער איבערפֿלאַנץ. אונטער דער השפּעה פֿון די ספֿרדישע ייִד⁠ן, װאָס זײַנען אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג און װאָס האָבן זיך צונױפֿגעמישט מיט די אַשכּנזים, איז די קולטור—למשל די פּאָפּולערע מוזיק און דער כּבֿוד פֿאַר רעליגיע אָן פֿאַנאַטישער חומרא‏—געװאָרן אַלץ מער אַ טײל פֿון דעם מיטל־מיזרחדיעקר סבֿיבֿה.

די „כּנענער“ האָבן געװאָלט צעשײדן ישׂראל פֿון גלות־ייִדן. הײַנט, נאָך דערשפּירן די ישׂראלישע און גלותדיקע ייִדן אַ שײכות מיטאַנאַנד, אָבער דאָס פֿאַרקלענערט זיך מיט די יאָרן. ייִדן פֿון גלות אַסימילירן זיך כּסדר און, מער װי פֿריער, פֿילן קײן פּאָזיטיװע באַציִונג צו דער ייִדישער מדינה. די ייִדן װאָס פֿאַרמערן זיך אין גלות זײַנען נאָר חרדים—נישט קײן ציוניסטן. ישׂראלישע ייִדן שעפּן פֿון גלות־ייִדן װײניקער קולטורעלע השפּעה אין פֿאַרגלײַך מיט פֿריִערדיקע יאָרצענדליקער, און שױן פֿאַרלאָזן זיך נישט אױף פֿרעמדע נדבֿות. דאָס פֿאַרקערטע איז געשען: ישׂראל שיקט שליחים צו פֿארשטאַרקן די ייִדישקײט פֿון גלות־ייִדן און שיקט טײַערע צדקהֿ־שליחותן אין אױסלאַנד נאָך קאַטאַסטראָפֿעס. ישׂראל איז הײַנט זײַן אײגענער שטאַרקער יש, אומאָפּהענגיק פֿונעם גלות.

די

מען קען נישט טענהן אַז די מדינה איז געװאָרן לגמרי װאָס די „כּנענער‏“ האָבן געפֿאָדערט. דער ראַבינאַט האָט נאָך אַ סך כּח, די באַפֿעלקערונג װערט פֿרומער (אָבער גיט אַכט: די אומגעקינצלטע רעליגיע פֿון די ספֿרדים קער טאַקע אײַנשטימען דעם חזיון פֿון די ‏„כּנענער“), די חרדים פֿאַרמערן זיך, די אַראַבער פֿון יהודה, שומרון און עזה האָבן זיך נישט אַרײַנגעלײגט אין שלום מיט אונדז און נישט געװאָרן אַ חלק פֿון אונדזער פֿאָלק, און ס׳רבֿ אונדזערע שכנים האָבן אונדז נאָך פֿײַנט און זאָגן אָפּ נאָרמאַליזאַציע מיט אונדז. אַ סך ישׂראלדיקע נאָך קוקן אָן אונדזער גלותדיקע היסטאָריע מיט בענקונג.

אָבער מער װי מען דערקענט, האָט די היסטאָריע געראָטן די האַרט־רעכטע נאַציאָנאַליסטן און טעראָריסטן װאָס האָבן מיסד געװען אי די עקסטרעמיסטע ​​סעקולאַריסטישע פּראָגראַם אי די ראַדיקאַלע שלום־מחנה.

הוספֿה: ייִדיש איז קפֿריסינדיק פֿאַר דעם אָ

אױב נאָר אײן זאַך פֿאָרשטעלן מיט זיך אַלץ װאָס די „כּנענער“ האָבט אָפּגעזאָגט, איז עס דאָס מאַמע־לשון: אַ שפּראַך װאָס איז אין גאַנצן אַן שאַפֿונג פֿון גלות, אַ שפּראַך שמעקעדיק פון מלמדים אינעם בית־מדרש, פֿאַרבענטע קאָמוניסטן זיך יאָגנדיק נאָך פֿרעמדע אידיאָלאָגיעס, און דאָס לײַדן פֿון אַ שװאַכן פֿאָלק װאָס איז קײנמאָל נישט קײן היגער פֿון זײַן אײגענעם געבורטס־לאַנד.

איז, ס׳איז געװען אַן איראָניש פֿאַרגעניגן דער אַרטיקל אָפּצושרײַבן אין ייִדיש.