„אױף אָט דעם אָ בערגל האָט דוד המלך אויסגעקליבן דרײַסיק גיבורים פֿון דער מכינה קדם־צבאית, די שיל פֿאַר העלדן“.
פֿײַוול האָט אויסגעזען רויִק און זיכער אין זיך, אונטער דער שלאָגענדיקער זון, נישט געקוקט אויף טראָפּן שװײס אויף דעם פֿאַררײטלענדיק פּנים. די סטאַדע גרוי־געקליידעטע קינדערלעך, אַנטקעגן זשע, האָבן געהאַט װינציקער שװײס און קנאַפּער געדולד.
„נאַרישקייט", ס׳האָט אַ רוף אױס געטאָן אַ מײדעלע אין אַ ווייס העמד און בלויע דזשינסהױזן. „ס׳איז נישטאָ קיין שול אין דעם דאָזיקן הױל בערגל, און איז נישט געווען“.
„איצט“, האָט פֿײַוול אַן געענטפֿערט. ער האָט זיך געקלערט אויף דער חוצפּה פֿון קליינע קינדער וועלכע, ווען זיי ווייסן אַ ביסל ,האַלטן אַז זיי ווייסן אַלץ. זאָגט ער בײַ זיך. „די זון איז נעבעך נאָך הויך און דער טאָג נאָך לאַנג. דאָס מיידעלע איז נאָר אַ בונטאַרעלע. אָבער זי איז אַ קלוגע: זי האָט שׂכל געהאַט אין אָנטוען איר אײַגען ווייס העמד אָנשטאָט דעם שרעקלעכן גרויען שול־מונדיר“.
„פֿ אַרשטײט זיך, זעט מען גאָרנישט אַחוץ אַ הײַפל שטיינער. ס׳איז אונדז פֿאַרנעפּלעט. אָבער אַ מכינה איז טאַקע דאָ געווען. דו דערמאָנסט זיך, אַוודאי, אַז די היגערע האָבן אַרױסגעטריבן די מכינה, בשעתן מאַכט־אױפֿקום פֿון די גדולים. אין דער מכינה—אָדער די צוגרײטשול, ווי מען האָט זי גערופֿן אינעם אָרטיקע מאָראָקאַנישע ייִדיש—האָבן יונגע מענער און פֿרויען זיך צוגעגרײט צו דינען װי זעלנערס אין צאַהאַל, די אייבערשטערס אַרמיי, אין די טעג פֿון דער מלחמה קעגן די פּלישתּים.“
"שטותים“, האָט דאָס מײדעלע אַן רײַס איבער געטאָן . „די פֿײַנד זײַנען געווען די װעלטלעכע, נישט קיין אַראַבער“.
איצט הייבט ער אָן זיך אָנצוברוגזן. "האַלט די רו", האָט ער אונטערגעמורמלעט צו זיך. דאָס איז נאָך נישט די ערגסטע וואָס דו האָסט באַטראָפֿן אין פֿירענדיק שול־קינדער. אַפֿילו נישט נאָך יענער שוטהװאַטער פּאָליטישער צעמישונג. באַלד וועלן זיי צוריק אינעם בוס מיט לופֿטקילונג“.
„ווי הייסטו?“
„רייזל“.
„רייזל, טײַערע. די קדמונישע ווערטער האָבן שוין מער נישט שום טעם. מיר רעדן די ווערטער אַרויס, עלעהיי מיר פֿאַרשטיין זיי. ‚װ עלטלעכער‘ באַטײַט הײַנט נאָר ‚בייזער‘, אָבער די זעלנער אין דער צאַהאַל־אַרמיי אַזוי האָבן גערופֿן אַלע וואָס האָבן זיך נישט אָנגעשליסן מיט זיי. דערנאָך, האָט די קאָנטעררעװאָוולוציע אַראָפּגעװאַרפֿט די גדולים און פֿארביטן אַלץ. איצט, האָבן די ייִדן איבערגעלאָזן אזעלכע מחלוקתן און ‚פֿרומער‘ און ‚וועלטלעכער‘ זײַנען צעפֿלאָסענע זכרונות.“
„נו, וועלכער האָבן די פּלישתּים געווען, וועלטלעכע אָדער פֿרומע?“, איז זי כמעט געשפּרונגען, אַזוי פֿאַרברענט איז זי געווען צו קעמפֿן אין איר אייגענע מלחמות־היהודים. „מײַן באָבע האָט תמיד געזאָגט אַז די פֿלישתּים זײַנען געווען פּונקט ווי דער וועלטלעכער אַראַבער גשם, וואָס האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט קעגן דעם בית־המיקדש בעת דוד האָט זיך געמוטשעט עס צו בויען.“
„איצט, רייזעלע, איצט אָ הייבן מיר אָן צו רעדן וועגן געשיכטע, אמתער פֿאַרדאָקומענטירטער היסטאָריע, און נישט דעם צעמישעניש וואָס דו האָסט געהערט אין שול“. אויב ער האָט פֿאַרלױרן אַ ביסל פֿון זײַן געדולד, איז עס איצט צוריקגעקומען צו אים.
„קומט, קומט, קינדער“—ער האָט דערזען אַז זיי אַלע זײַנען זיך צעגאַנגן אין דער היץ. „לאָמיר שמועסן ווײַטער אונטערן בוים“. ער האָט זיך פֿאַרייִאושט אַרומגעקוקט און זיך געכאַפּט אַז דער עלנטער, צעקודלעטן בוים, וואָס האָט זיך געמאַטערט צווישן דעם אַש און די שטײנדלעך, האָט נישט געקענט פֿאַרשאָטענען אפֿילו איין אײנצלדיק פֿאַרװיאַנעדיק קינדל.
„קומט מיט, אַלע, און כ,ל אײַך דערציילן די מעשׂה פֿון דוד און גלית. קומט, זעצט זיך אַרײַן אינעם בוס“.
ער האָט געגעבן אַ קוועטש צו דעם קנעפּל, און די אױטאָבוס האָט פֿאַרלאָזט זײַן אָרט איבער זײַערע קעפּ און אַראָפֿגעפֿלויגן צו די בערגל בײַ די קינדער. „מיר ווייסן װײניק וועגן דודס טעג, למעשׂה וועגן אַלע יאָרן פֿאַרן אויפֿקום פֿוּן די גדולים. מיר ווייסן אַז אַלץ איז אײן מאָל געווען געשריבן אין אַ לאַנג געשיכטע־בוך, דעם טאַנאַך, וואָס איז איצט אין גאַנצן פֿאַרשװוּנדן. אַלע דאַטן־באַזעס און ביכער און אַנדערע סאָרטן עלעקטראָנישן זכּרון, זײַנען חרובֿ געוואָרן אין דער קאָנטעררעװאָלוציע, אָבער די מאָגערע רעשטן פֿונעם בוך“—„ס׳איז אַ סייפֿער“, האָט רייזל אױסגעשריגן, און דאָס מאָל האָט ער טאַקע געהאַט די געדולד צו זאָגן, מיט אַ רויִקער שטים, „יאָ, דאָס דאָזיקע בוך האָט אויכעט געהַט אַ צווייטן אױסטערלישן נאָמען, סייפֿער, און נאָך אַ דריטן, ‚ביבל‘—און, גלײבט צי נישט אַ פֿערטן, ‚כימעש‘. דעם באַטײַט פֿון די נעמען ווייסט מען שױן נישט, אָבער אַ בוך מיט אַזױ פֿיל נעמען האָט באַדאַרפֿט זײַן אַ וויכטיקס אין דער אַמאָליקער קולטור. סײַ װי סײַ איז אַדרת אָן ספֿק געווען אַ חשוב שטעטל, לפֿי זײַן צענטראַלקײט אין די מעשׂיות“.
ער איז ממשיך געווען: „די איבערגעבליבנע מקורים דערציילן וועגן אַ מאַכטיקער ייִדישער מלוכה אין אָט דעם געגענט—די מלוכה פֿון די ייִדן, דאָס הייסט שבֿט־מטה־יהודה, די יהודה־מלוכה מען זאָגט, פּונקט ווי דאָס יינגל דאָרטן אין הינטן בוס“. יהודה האָט זיך פֿאַררײטלט, און רייזל האָט געגלאָצט אױף אים אַ ביסל, עלעהײ ער איז נאָר װאָס אַרײַנגעפֿלױגן אין אַ צײַטמאַשין גלײַך פֿון דעם װײַטן אַמאָל.
„אַפֿילו די פּאָליטישער נפֿקא־מינה צווישן די צדדים ‚פֿרומע‘ און ‚וועלטלעכע‘ איז נישט זיכער, נישט געקוקט אויף וואָס מען האָט אײַך געלערנט—אָבער מיר ווייסן אַז דוד־המלך האָט געפֿירט זײַן אַרמיי, צאַהאַל, די יהודה פֿאַרטיידיקונג אַרמיי, אין אַן אומגעהײַערער מלחמה, צוזאַמען מיט זײַנע אַלייִרטע פּלישתּים, קעגן שאול דעם ישׂראלדיקן“.
„איצט רעדט איר טאַקע נאַרישקייטן“, האָט רייזל אַרײַנגעשטעלט. דאָס מאָל, איז זי געווען מילדער, ווי זי האָט געוואָלט מתקן זײַן און נישט נאָר טענהן אַנטקעגן דעם מדריך. „די פּלישתּים זײַנען געווען די פּײַנט. ס׳איז אוממעגלעך אַז דוד האָט געקעמפֿט צוזאַמען מיט זיי, הגם שאול איז געווען אַ ‚וועלטלעכער‘“.
פֿײַוול האָט געשמייכעלט, „אָבער און ווידער זאָגסטו ‚וועלטלעכער‘, אַ וואָרט וואָס דערשיינט נישט אין די מקורים וואָס בלײַבן אונדז. אָבער ס׳איז פאָרט אַ טשיקאַווע אַז דוד האָט זיך אַלייִרט מיט די פֿײַנט. ס׳איז מעגלעך אַז די פּלישתּים האָבן אים פֿאַרראָטן און זײַנען אַריבער צו דעם אַנדערן צד. ס׳איז דאָ טאַקע אַ מעשׂה אַז שאול האָט געקעמפֿט אין זײַן טאַנק קעגן דעם ריזיקן פּלישתּישן קעמף־מאַשין ‚גלית‘, וואָס האָט זײַן טאַנק כּמעט צעמאָלן, ביז דוד איז געשפּרונגן פֿון זײַן אייגענעם טאַנק, און האָט גענומען אַ ראַקעטע־וואַרפֿער אין די הענט, און אױסגעשיסן דעם שרעקלעכן שׂונא.
„ס׳איז געווען אַן אַנדער תּקופֿה“ האָט פֿײַוול ממשיך געווען. אַלץ איז פֿארשװוּנדן. מיר קענען נאָר ווידערבויען וואָס מיר קענען, און אויפֿהאָדעװען די עניװתדיקע רעשטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
„איצט, איידער מיר פֿאָרן אַהיים, וועלן מיר פֿאַרבײַפֿליִען עדולם. ס׳איז דודס שלאָס, אפֿשר אַפֿילו זײַן קרױנשטאָט.
„אָדער אַזוי פֿלעגט מען זאָגן“, האָט ער געשמייכלט, און געגעבן דעם באַפֿעל צום הױערנדיקן אויטאָבוס.
„און יונגע פֿרויען, דווקא אין אַ מיליטאַרישער שול“, האָט רייזל צוגעגעבן, זיך נישט אָפּלאָזנדיק פֿונעם װיכּוח. „נו זשע, דאָס חײל פֿון די רבנים האָט נישט אַרײַנגענומען קיין פֿרויען, דאָס איז זיכער. איך גלײב נישט די באָבע־מעשׂיות וועגן דער אָ משונהדיקער אַזױ גערופֿנער ‚מכינה‘־שול“.
פֿײַוול האָט אַ ציטער געטאָן. די קילע לופֿט האָט זיך אױסגעװירקט אויף זײַן פֿאַרשװיצטער הויט. ער האָט נישט געוווּסט װי צו ענטפֿערן, און מסתּמא, נישט קײן אַנדער אױך נישט.