פֿונעם ערשטן פּרק פֿון „דעם האָביט“.

אױף מאָרגן האָט ער שיִער נישט פֿאַרגעסן װעגן גאַנדאַלף. ער פֿלעגט נישט געדענקען גוט, סײַדן ר׳האָט זײ אײַנגעבוכט אין זײַן באַשטעלונג־ביכל, אָט אַזױ: ג אַ נ ד אַ ל ף   ט ײ   מ י ט װ אָ ך. נעכטנעס איז ער צו אױפֿגערודערט געװען צו טאָן גאָרנישט פֿון דעם סאָרט. קױם־קױם פֿאַר טײ־צײַט איז געקומען אַ געפֿערלעכער קלונג אױפֿן גלעקל פֿון דער פֿאָדערשטער טיר; איז האָט ער זיך דערמאָנט! זיך געאײלט און אַװעקגעשטעלט דעם טשײַניק אױף דער פּליטע, געדעקט צו דעם טיש מיט נאָך אַ טעפּל און טעצל און אַן עקסטערן קוכן אָדער צװײ, איז ער צוגעלױפֿן צו דער טיר.

„זײַט זשע מיר מוחל אַז כ׳האָב אײַך געלאָזט װאַרטן“, האָט ער געהאַלטן בײַם זאָגן, װען ר׳האָט געזען אַז ס׳איז בכּלל נישט גאַנדאַלף. ס׳איז געװען אַ צװערג מיט אַ בלאָער באָרד אַרונטערגעשטעקט אין אַ גאָלדנעם גאַרטל, און גאָר ליכטיקע אױגן אונטערן טונקל־גרינעם קאַפּטער. װי נאָר האָט די טיר זיך געעפֿנט, האָט ער זיך אַרײַנגעשטױסט, ממש עלעהײ מ׳האָט אַרױסגעקוקט אױף אים.

ר׳האָט אױפֿגעהאָנגען זײַן קאַפּטער־מאַנטל אױפֿן נאָענסטן פֿלעקל, און דען געטאָן אַ זאָג „דװאַלין צון אײַער דינסט!“ מיט אַ נידריקן פֿאַרנײג.

„בילבאָ באַגינס צון אײַערן!“ האָט דער האָביט געזאָגט, צו פֿאַרחידושט צו פֿרעגן פֿראַגעס אױף דער רגע. װען די שתּיקה װאָס איז נאָכגעקומען איז געװאָרן אומבאַקװעם, האָט ער צוגעגעבן: „איך האַלט בײַ טרינקן אַ ביסל טײ; זײַט אַזױ גוט און טריק מיט מיר.“ אַ ביסל שטײַף, אפֿשר, אָבער ר׳האָט עס געמײנט לי֜בלעכנערהײט. און װאָס װאָלט איר טאָן, אױב אַן אומגעבעטענער צװערג װאָלט אַרײַנקומען און אױפֿהענגען זײַנע זאַכן אין אײַער פֿאָדערצימער אָן אַ װאָרט פֿון תּירוץ?

זײ זײַנען נישט לאַנג געזעסן בײַם טיש, אין דער אמתן האָבן זײ נישט דערגרײכט דעם דריטן קוכן, װען ס׳איז געקומען נאָך אַ העכערער קלונג פֿונעם גלעקל.

„זײַט מיר מוחל!“ האָט דער האָביט געזאָגט, און איז אַװעק צו דער טיר.

„נו, איר האָט סוף־כּל־סוף אָנגעקומען!“ איז װאָס ער איז אױסן געװען דאָס מאָל זאָגן גאַנדאַלפֿן. אָבער ס׳איז נישט געװען גאַנדאַלף. אַנשטאָט אים, איז געװען אױפֿן טרעפּל אַ צװערג װאָס האָט אױסגעזען גאָר אַלט, מיט אַ װײַסער באָרד און אַ שאַרלעכן קאַפּטער; און אױך ער האָט זיך צוגעכאַפּט אַרײַן װי באַלד די טיר האָט זיך געעפֿנט, עלעהײ מען האָט אים פֿאַרבעטן.

„איך זע אַז זײ האָבן זיך שױן גענומען אָנקומען“, האָט ער געזאָגט װען ר׳האָט דערזען דװאַלינס װײַסן קאַפּטער אױפֿגעהאָנגען. ער האָט געהאָנגען זײַן רױטן לעבן דעם ערשטן, און „בײלין צון אײַער דינסט!“ האָט ער געזאָגט, מיט דער האַנט אױף דער ברוסט.

„אַ דאַנק!“ האָט בילבאָ געזאָגט מיט אַן אָטעמצי. דאָס איז נישט געװען די אײדלע זאַך צו זאָגן, אָבער „זײ האָבן זיך שױן גענומען אָנקומען“ האָט אים שװער אױפֿגערודערט. ר׳האָט ליב געסט, אָבער ער פֿלעגט װילן זײ קענען אײדער זײ זײַנען אָנגעקומען, און ר׳האָט ליבערשט אַז ער אַלײן זאָל זײ פֿאַרבעטן. ר׳האָט געהאַט אַ שרעקלעכן געדאַנק אַז די קוכנס קערן אױסגײן, און דערנאָך ער—בתּורתן מכניס־⁠אורח: ר׳האָט גוט געקענט זײַן חיובֿ און אים עקשנותדיקערהײ ט מקײם געװען, װי אַזױ װײטיקדיק זאָל נישט זײַן —ער קער דאַרפֿן זיך באַגײן אָן דעם.

„קומט מיט אַרײַן, און האָט אַ ביסל טײ!“ האָט ער זיך באַהײבט מיט זאָגן נאָך געבן טיף אײַן אַן אָטעם.

„אַ ביסעלע ביר װאָלט מיר בעסער פּאַסן, טאָמער איז אײַך אַלץ אײנס, מײַן גווטער האַר“, האָט געזאָגט בײלין מיט דער װײַסער באָרד. „אָבער פֿון מײַנעט װעגן װעט אַ ביסל קוכן נישט שאַטן—קימלטאָרט, אױב איר האָט  ביסל.“

„אַ סך“, בילבאָ האָט דערהערט אַז ער אַלײן רעדט, זיך פֿאַרחידושנדיק. געפֿינט אַז ער האָט אױך אַװעקגעאײלט צום פּאָדװאַל אָנצופֿילן אַ קופֿל ביר, און דערנאָך צו אַ שפּײַזאַלמער צוצוברענגען צװײ פּרעכטיקע קײַלעכדיקע קימלטאָרטן װאָס ר׳האָט געבאַקט יענעם נאָכמיטאָג פֿאַר זײַן נאָך־װעטשערע ביסן.

װען ר׳איז צוריק האָבן בײלין און דװײלין געהאַלטן אין שמועסן בײַם טיש װי אַלטע  גוטע־פֿרײַנד (למעשׂה זײַנען זײ געװען ברידער). בילבאָ האָט אַװעקגעשטעלט דעם ביר און קוכן פֿאַר זײ, װען הױך איז געקומען נאָך אַ מאָל אַ קלונג בײַם גלעקל, און נאָך אַ קלונג.

„גאַנדאַלף דאָס מאָל אױף זיכער“, האָט ער געקלערט בשעת ר׳האָט געסאָפּעט לענג־⁠אױס דעם דורכגאַנג. אָבער ס׳איז נישט געװען. ס׳איז געװען נאָך צװײ צװערגן, בײדע מיט בלאָע קאַפּטערס, זילבערנע גאַרטלען, און בלאָנדע בערד; און יעדער האָט געטראָגן אַ בײַטל מכשירים און אַ לאָפּעטע. אַרײַן האָבן זײ זיך צוכגעאַפּט, װי נאָר די טיר האָט גענומען זיך צומאַכן—בילבאָ האָט זיך כּמעט קױם נישט פֿאַרחידושט.

„װאָס קען איך טאָן פֿאַר אײַך, מײַנע צװערגן?“ האָט ער געזאָגט.

„קילי צון אײַער דינסט!“ האָט דער אײנער געזאָגט. „און פֿילי!“ האָט דער צװײטער צוגעגעבן; און זײ בײדע האָבן אױסגעטאָן די היטלעך און זיך גענײגט.

„צון דינסט און אײַער משפּחהס!“ האָט בילבאָ געענטפֿערט, זיך דערמאָנענדיק דאָס מאָל אין זײַנע נימוסים.

„דװײלין און בײלין זײַנען שױן דאָ, דערזע איך“ האָט קילי געזאָגט. „לאָמיר צושטײן צו דעם המון.“

„המון!“ האָט האַר בילבאָ געזאָגט. „כ׳האָב נישט ליב װי אַזוי דאָס קלינגט. אין דער אמתן מוז איך זיך אַװעקזעצן אַ מינוט און טאָן אַ קלער, און כאַפּן אַ טרונק‏.“ ר׳האָט נאָר געכאַפּט אַ זופּל—אינעם עק, בשעת די פֿיר צװערגן זײַנען געזעסן אַרום דעם טיש און געשומעסט װעגן שאַכטעס און גאָלד און צרות מיט די דאָמאָניקעס, און די פֿאַרװיסטונגען פֿון דראַקאָנען, און אַ סך אַנדערע ענינים װאָס ר׳האָט זײ נישט פֿאַרשטאַנען, און האָט נישט געװאָלט פֿאַרשטאַנען, װײַל זײ האָבן געקלונגען ממש צו אַװאַנטוריסטיש—װען, קלינג־⁠קלאַנג־בים־⁠באָם, האָט זײַן גלעקל זיך נאָך אַ מאָל געקלונגען, עלעהײ עפּעס אַ שטיפֿעריש האָביט־ייִנגל האָט געפּרוּװט אַראָפּציִען די קליאַמקע.

„עמעצער בײַ דער טיר!“ האָט ער געזאָגט, פּינטלענדיק מיט די אױגן.

„עפּעס פֿיר, דאַרף איך זאָגן לױטן קלאַנג“, האָט פֿילי געזאָגט. „אַחוץ דעם, האָבן מיר זײ געזען מיטקומענדיק נאָך אונדז פֿון דער װײַטנס.“

דאָס האָביטל איז זיך נעבעך אװעקגעזעסן אינעם פֿאָדערצימער און דעם קאָפּ אַראָפּגעשטעלט אין די הענט, און געװוּנדערט זיך אױף װאָס איז געשען, און װאָס האַלט בײַם געשען, און צי זײ אַלע װאָלטן בלײַבן צו װעטשערע. איז האָט דאָס גלעקל זיך געקלונגען נאָך העכער, האָט ער געמוזט לױפֿן צו דער טיר. ס׳איז נישט געװען פֿיר בכּלל, ס׳איז געװען פֿינף. נאָך אַ צװערג איז מיטגעקומען בשעת ר׳האָט געװוּנדערט אינעם פֿאָדערצימער. ר׳האָט קױם אַ דרײ די קליאַמקע  געטאָן אײדער זײ זײַנען אַלע געװען אַרײַן, זיך פֿאַרנײגענדיק און זאָגענדיק „צון אײַער דינסט“ אײנער נאָכן אַנדערן. דאָרי, נאָרי, אָרי, אָיִן און גלאָיִן זײַנען געװען זײערע נעמען; און גאָר באַלד האָבן צװײ פּערפּעלנע קאַפּטערס, אַ גראָער קאַפּטער, אַ ברױנער קאַפּטער און אַ װײַסער קאַפּטער זיך שױן אױפֿגעהאָנגן אױף די פֿלעקלעך, און אַװעק האָבן זײ מאַרשירט מיט די ברײטע הענט אַרײַנגעשטעקט אין זײערע גאָלדענע און זיבלערנע גאַרטלען כּדי זיך צוצושטײן צו די אַנדערע. שױן איז עס געװאָרן שיִער נישט אַ המון. עטלעכע האָבן געהײסן ברענגען אײל, און עטלעכע פּאָרטערביר, און אײן קאַװע, און אַלע קוכנס; אַזױ האָט מען געגעבן דעם האָביט װאָס צו טאָן אַ שטיק צײַט.

מען האָט נאָר װאָס אַװעקגעשטעלט אַ גרױסן קאַװעטאָפּ אױפֿן קאַמין, און די קימלטאָרטן האָבן זיך אױסגעשעפּט, און די צװערגן האָבן גענומען מיט אַ רונדע סקאָנען באַשמירט מיט פּוטער, װען ס׳איז געקומען—אַ הילכיקער קלאַפּ. נישט קײן קלונג, נאָר װאָס אַ שװערער פּיף־⁠פּאַף אױף דעם האָביטס שײנער גרינער טיר. עמעצער האָט געקלאַפּט מיט אַ שטעקן!

בילבאָ האָט זיך געאײלט לאַנג־אױס דעם דורכגאַנג, גאָר צעכּעסט, און אין גאַנצן צעטומלט און צעמישט—דאָס א יז געװען דער פּריקרעסטער מיטװאָך װאָס ער האָט װען מאָל געדענקט. ער האָט געטאָן אַ צי און אַ װאָרף די טיר און זי געעפֿנט, און זײ אַלע האָבן אַרײַנגעפֿאַלן, אײנער אױפֿן אַנדערן. נאָך צװערגן, דװקא פֿיר! און אָט איז געװען גאַנדאַלף פֿון הינטן, זיך אָנשפּאַרענדיק אין זײַן שטעקן און לאַכנדיק. ר׳האָט געמאַכט אַן אמתע צעבײגונג אין דער טיר; ר׳האָט אױך, דרך־אגבֿ, אוסגעמעקט מיט אַ קלאַפּ דעם בסודותדיקן צײכן װאָס ר׳האָט דאָרטן געשטעלט דעם פֿריערדיקן אינדערפֿרי.

„פּאַװאָליע! פּאַװאָליע!“ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז בכּלל נישט דײַן שטײגער, בילבאָ, צו לאָזן פֿרײַנט װאַרטן אױפֿן טרעטערל, און דערנאָך עפֿענען די טיר װי אַ קנאַלעכל. לאָמי ר פֿירשטעלן ביפֿור, באָפֿור, באָמבור און איבער הױפּט טאָרין!“

צון אײַער דינסט“, האָבן ביפֿור, באָפֿור, און באָמבור געזאָגט, שטענד נדיק אין אַ רײ. איז זײ האָבן אױפֿגעהאָנגען צװײ געלע קאַפּטערס; און אױכעט אַ הימל בלאָען מיט אַ לאַנגען זילבערנעם טראָלד. ד י לעצט ע האָט פֿערמאָגט טאָרין, אַ ריזיק חשובער צװערג, למעשׂה נישט אַנדער פֿון דער גרױסער טאָרין דעמבנשילד, װאָס איז לחלוטין נישט צופֿרידן געװען צו פֿאַלן אױף בילבאָס טרעטערל מיט ביפֿור, באָפֿור און באָמבור אױף אים. קודם־⁠כּל איז באָמבור געװען געװאַלדיק פֿעט און שװערלײַביק. טאָרין איז טאַקע געװען גאָר גדלותדיק , און האָט געזאָגט גאָרנישט מכּוח דינסט; אָבער האַר באַגינס האָט נעבעך געזאָגט „זײַט מוחל“ אַזױ פֿיל מאָל, אַז סוף־⁠כּל־⁠סוף האָט ער געגרונצט „ביטע דערמאָנט דאָס נישט“ און האָט אױפֿגעהערט זיך קרימען.

„איצטער זײַנען מיר אַלע דאָ!“ האָט גאַנדאַלף געזאָגט, געבענדיק אַ קוק אױף ד י רײ דרײַצן קאַפּטערס—די בעסטע אָפּקניפּעװדיקע מסיבה־קאַפּטרעס—און זײַן אײגענעם הוט הענגענדיק אױף די פֿלעקלעך. „סאַראַ לעבעדיקער צוזאַמען! איך האָף אַז ס׳איז עפּעס װאָס בלײַבט אױס פֿאַר די שפּעט־געקומענע צו עסן און טרינקען! װאָס איז דאָס? טײ? נײן, אַ דאַנק אײַך ! אַ ביסל רױטער װײַן, מײן איך, פֿאַר מיר.“

„און פֿאַר מיר“, האָט טאָרין געזאָגט.

„און מאַלינעװאַרעניע און עפּל־טערטל “, האָט ביפֿור געזאָגט .

„און האַקנפֿלײש־פּאַשטעט און קעז“, האָט באָפֿור געזאָגט .

„און חזיר־פּאַשטעט און סאַלאַט“, האָט באָמבור געזאָגט .

״און נאָך מער קוכן—און אײל—און קאַװע, זאָלט איר נישט האָבן קײן פֿאַראיבל“, האָבן די אַנדערע צװערגן אױסגערופֿן דורך דער טיר.

„קאָך אָן אַ פּאָר אײער, אָט דאָס הײסט אַ גוט ייִנגל!“ האָט גאַנדאַלף אױסגערופֿן נאָך אים, בשעת דער האָביט האָט אַרױס טר ע אָטן מיט שװערע טריט צו די שפּײַזאַלמערס. „און ברענג נאָר אױס די קאַלטע הון און אײַנגעזײַערטס!“

„געװוּסט װעגן דעם אינעװײניק פֿון מײַן קלאַדאָװקע מער װי איך אַלײן !“ האָט געטראַכט האַר באַגינס, װאָס האָט זיך געפֿילט בפֿירוש מבֿולבל, און האָט גענומען װוּנדערן צי אַ גאָר־גאָר צרהדיקע אַװענטורע איז נישט אַרײַנגעקומען גלײַך אין זײַן הױז. ביז דעמאָלט װען ר׳האָט אָנגעהױפֿענען אַלע די פֿלעשלעך און שיסל⁠ען און מעסערס און גאָפּלען און גלעזלעך און טעלער און לעפֿל און זאַכן אױף גרױסע טאַצן, איז אים געװאָרן זײער הײס, און דאָס פּנים אים רױט, און ער איז דענעװירט געװאָרן.

„זאָל דרײען די צװערגן אַ ספּאָדיק!“ האָט ער געזאָגט אױף אַ קול. „פֿאַר װאָס קומען זײ נישט צוצולײגן אַ האַנט? און זעט נאָר! אָט זײַנען בײלין און דװײלין געשטאַנען בײַ דער טיר פֿון דער קיך, און פֿילי און קילי נאָך זײ; און אײדער ער האָט געקענט זאָגן „מעסער“ האָבן זײ אַװעקגעכאַפּט די טאַצן און אַ פּאָר קלײנע טישן אין דער סאַליע און אַלצדינג אַװעקגעלײגט אױף ס׳נײַ.

גאַנדאַלף איז געזעסן אױף אױבן אָן פֿון דער חבֿרײא מיט די דרײַצן צװערגן אַרום: און בילבאָ איז געזעסן אױף אַ בענקל בײַם הײמפֿײַער, אַרומבײַס נדיק גלײַכגילטיק אױף אַ ביסקװיט (זײַן אַפּעטיט איז גאָר צונגענומען געאָװרן), און פּרוּװ נדיק אױסזען עלעהײ דאָס אַלץ איז געװען בשלמות װאָכעדיק און לחלוטין נישט קײן אַװאַנטורע. די צװערגן האָבן געגעסן און געגעסן, און געשמועסט און געשומעסט, און די צײַט איז פֿאַרבײַ געװען. סוף־כּל־סוף האָבן זײ צוריקגערוקט זײערע שטולן, און בילבאָ האָט אַ פּרוּװ געטאָן אײַנזאַמלען די טעלער און גלעזלעך.

„כ׳האָף אַז איר װעט בלײַבן אױף װעטשערע?“ האָט ער געזאָגט איז זײַנע תּרבותדיקסטע נישט־דריקעװדיקע טענער.

„אױף זיכער!“ האָט טאָרין געזאָגט. „און נאָך דעם. מיר װעלן נישט אַדורכגײן דעם עסק ביז שפּעט, און מיר מוזן צום אַלעם ערשטן האָבן אַ ביסל מוזיק. איצט אָפּראַמען!“

אין יענעם מאָמענט זײַנען צװעלף צװערגן—נישט טאָרין, ער איז געװען צו חשוב און האָט געדױערט שמועסן מיט גאַנדאַלף—א ָ ױפֿגעשפּרונגען צו די פֿיס, און געמאַכט גרױסע הױפֿנס פֿון אַלע די זאַכן. אַװעק זײַנען זײ, נישט װאַרטנדיק פֿאַר טאַצן, אױסבאַלאַנסיר נדיק זײַלן טעלער, יעדער מיט אַ פֿלעשן פֿון אױפֿן, מיט אײן האַנט, און , בשעת דער האָביט איז נאָכגעלױפֿן נאָך זײ כּמעט פּישטשענדיק פֿון דערשרעק: „זײט אַזױ גוט און גיט אַכטונג!“ און „זײַט אַזױ גוט און זײַט מטריח זיך נישט! איך קען ספּראַװען זיך מיט דאָס!“