פֿון לויִס קאַראָל
װירקנדיקע פּערזאָנען
(װי אױסגעסדרט פֿאַרן אָנהײב שפּיל.)
װײַסע פֿיגורן |
פּעשקעס |
רױטע פֿיגורן |
פּעשקעס |
טווידלדי |
מאַרגעריטקע |
האַמפּטי דאַמפּטי |
מאַר געריטק ע |
אײנהאָרן |
הײַגע |
שטאַפֿעט |
סטאָליער |
שאַף |
אױסטער |
אױסטער |
ים־פֿערד |
װײַסע מלכּה |
„ליליע“ |
טיגער־ליליע |
רױטע מלכּה |
װײַסער מלך |
הערשעלע |
רױז |
רױטער מלך |
זקן |
אױסטער |
אױסטער |
װאָראָנע |
װײַסער שפּרינגער |
האַטע |
פֿראָש |
רױטער שפּרינגער |
טווידלדאַם |
מאַרגעריטקע |
מאַרגעריטקע |
לײב |
רױט
װײַס
װײַסע פּעשקעס (אַליס) צו שפּילן און געװינען אין עלף רײען.
1. אַליס טרעפֿט די רױטע מלכּה.
1. רױטע מלכּה אין מלכס ראָכס פֿערטער שורה
2. אַליס דורך מלכּהס דריטער (מיט דער באַן) אין פֿערטער (טװידלדי און טװידלדאַם).
2. װײַסע מלכּה אין מלכּהס זקנס פֿערטער (נאָך שאַל)
3. אַליס טרעפֿט די רױטע מלכּה (מיט שאַל)
3. רױטע מלכּה אין מלכּהס זקנס פֿופֿטער (װערט שאַף)
4. אַליס אין מלכּהס פֿיפֿטער (קלײט, טײַך, קלײט)
4. װײַסע מלכּה אין מלכס זקנס אַכטער (לאָזט אײ אין פּאָליצע)
5. אַליס אין מלכּהס זעקסטער (האַמפּטי דאַמפּטי)
5. װײַסע מלכּה אין מלכּהס זקנס אַכטער (אַלטלױפֿנדיק פֿון רױטער שפּרינגער)
6. אַליס אין מלכּהס זיבעטער (װאַלד)
6. רױטער שפּרינגער אין מלכס צװײטער (שאַך)
7. װײַסער מלך פֿאַרכאַפּט שפּרינגער
7. װײַסער שפּרינגער אין מלכס זקנס פֿיפֿטער
8. אַליס אין מלכּהס אַכטער (קרײנונג)
8. רױטע מלכּה אין מלכס קװאַדראַט (אױספֿאָרשונג)
9. אַליס װערט מלכּה
9. מלכּהס ראָכירן
10. אַליס ראָכירט (סעודה)
10. װײַסע מלכּה אין מלכּהס ראָכס זעקסטער (יױך)
11. אַליס פֿאַרכאַפּט רױטע מלכּה און געװינט
קאַפּיטל א׳: שפּיגל־הױז
אײן זאַך איז געװען זיכער, אַז דאָס װײַסע קעצל האָט געהאַט נישט קײן מחזקות מיט דעם: ס׳איז דאָס שװאַרצע קעצלס שולד, לגמרי. װײַל דאָס װײַסע קעצל האָט געהאַלטן אין װערן געװאַשט בײַם פּנים דורך דער אַלטער קאַץ יענץ פֿערטל שעה (און האָט דאָס גאָר גוט פֿאַרטראָגן, בסך־הכּל); און דעריבער האָט מען געקענט זען אַז עס האָט נישט געקענט זײַן אַ צד אינעם שטיפֿערײַ.
דער אופֿן אין װעלכן דינה האָט געװאַשט אירע קינדער בײַם פּנים איז געװען אַזױ: ערשטנס האָט זי אײַנגעהאַלטן דאָס נעבעכע בײַם אױער מיט אײן לאַפּע, און דערנאָך מיט דער אַנדערער האָט זי געריבן אים דאָס פּנים אומעטום, אין דער נישט־ריכטיקער ריכטונג, אַנהײבנדיק מיט דער נאָז; און פּונקט איצטער, װי כ׳האָב שױן געזאָגט, האָט זי געהאַלטן אין אַרבעטן איבער דעם װײַסן קעצל, װאָס איז געליגן גאַנץ שטיל און האָט געפּרוּװט מרוקען—מן־הסתּם פֿילנדיק אַז ס׳איז אַלץ געמײנט געװאָרן פֿון זײַן אײגענער טובֿה װעגן.
אָבער זי איז געהאָט געװען שױן פּטור מיט דעם שװאַרצן קעצל פֿריִער אינעם נאָכמיטאָג, און דעריבער, בעת אַליס איז געזעסן זיך אײַנגענורעט אין אַן עק פֿון דער גרױסער פֿאָטערשטול, האַלב רעדנדיק צו זיך אַלײן און האַלב שלאָפֿנדיק, האָט דאָס קעצל געשפּילט אַ פּראַכטיקע שפּיל טומלען מיטן קנױל קאַמגאַרן װאָס אַליס האָט גפּרוּװט װיקלען, און האָט אים אָראָפּגעקײַקלט און נאָך אַרױפֿגעקײַקעלט ביז ער האָט זיך נאָך אַ מאָל לגמרי צעפֿאַלן; און אָט איז ער געװען, געשפֿרײט איבערן קאַמין־טעפּעך, אין גאַנצן קנופּן און פּלאָנטערס, מיטן קעצל נאָכיאָגנדיק זײַן אײגענעם װײדל אינעם מיטן.
„אױ, דו רשעתל!“, האָט אַליס געשריגן, אָרױפֿכאַפּנדיק דאָס קעצל, און עס געבנדיק אַ קושעלע כּדי סע זאָל פֿאַרשטײן אַז עס איז בחרפּה. „אױף אַן אמת, האָט דינה געדאַרפֿט איר אױסלערנען בעסערע װערטן! דו דאַרפֿסט , דינה, דו װײסט אַז דו דאַרפֿסט!“ זי האָט צוגעגעבן, קוקנדיק אױסמוסרנדיק אױף דער אַלטער קאַץ, און רעדנדיק מיט אַזױ ברוגזדיק אַ קול װי זי האָט געקענט זיך ספּאַר עװען—און דערנאָך האָט זי זיך אַרױפֿגעדראַפּעט אין דער פֿאָטערשטול, נעמנדיק דאָס קעצל און דעם קאַמגאַרן, און האָט אָנגעהױבן נאָך אַ מאָל װיקלען דעם קנױל נאָך אַ מאָל. אָבער זי האָט נישט אױפֿגעטאָן קײן סך, װאָרן זי האָט געשמועסט די גאַנצע צײַט, אַ מאָל צום קעצל, אַ מאָל צו זיך אַלײן. קעצעלע איז געזעסן זײער עניװתדיק אױף איר קני, מאַכנדיק זיך אַז זי קוקט אױפֿן פּראָגרעס פֿונעם װיקלען, און פֿון מאָל צו מאָל אױסציִענדיק אַ לאַפּע און צאַרט טשעפּנדיק דעם קנױל, װי עס װאָלט גערן העלפֿן, אױב עס האָט געקענט.
„צי װײסטו װאָס קומט מאָרגן, קעצעלע?“ האָט אַליס אַנגעהױבן. „דו װאָלסט געהאַט זיך דערװוּסט טאָמער ביסטו געװען בײַ מיר אינעם פֿענצטער—נאָר דינה האָט געהאַלטן אין דיך צוקלײַבן, איז דו האָסט נישט געקענט. איך האָב געקוקט אױף די ייִנגלעך בשעת זײ האָבן צונױפֿגענומען דרענגער פֿאַרן שײַטער—און ער דאַרף אַ סך דרענגער, קעצעלע! נאָר איז געװאָרן זײער קאַלט, און ס׳איז געגאַנגען אַזאַ שנײ, האָבן זײ געמוזט זיך אױפֿהערן. נישקשה, קעצעלע, װעלן מיר גײן זען דעם שײַטער מאָרגן.“ איצט האָט אַליס געװיקלט צװײ־דרײַ דרײען פֿונעם קאַמגאַרן אַרום דאָס קעצלס האַלדז, נאָר צו זען װי עס װאָלט אױסזען; דאָס האָט געפֿירט צו אַ דראַפּעניש, אין װעלכן דער קנױל האָט זיך געקײַקלט אױף דער דיל, און אַ יאַרד און נאָך יאַרדן האָבן זיך נאָך אַ מאָל אױפֿגעװיקלט.
„װײסטו, בין אין געװען ממש אין כּעס, קעצעלע,“ האָט אַליס ממשיך געװען באַלד װי זײ האָבן זיך באַקװעם באַרויִקט, װען איך האָב געזען דאָס גאַנצע שטיפֿערײַ װאָס דו האָסט אױפֿגעטאָן, האָב איך ממש געהאָלטן בײַ עפֿענען דעם פֿענצטער און דיך אַרױסשטעלן אינעם שנײ! און עס װאָלט דיר קומען, דו שטיפֿעריש קוטרוצעלע! װאָס האָסטו צו זאָגן פֿון דײַנעט װעגן? נו, רײַס מיך נישט איבער!“ האָט זי ממשיך געװען, אױפֿשטעלנדיק אײן פֿינגער. „איך׳ל דיר זאָגן אַלע שולדן דײַנע. ראשית : דו האָסט צװײ מאָל געפּישטשעט בשעת דינה האָט געװאַשט דיך בײַם פּנים הײַנט אינדערפֿרי. נו, קענסט נישט דאָס אָפּלײקענען, קעצעלע: איך האָב דיך געהערט! װאָס איז דאָס װאָס דו זאָגסט?“ (מאַכנדיק זיך אַז דאָס קעצל רעדט.) „איר לאַפּע איז דיר געגאַנגען אינעם אױג? נו, דאָס איז דײַן שולד, פֿאַר האַלטנדיק אָפֿן די אױגן—אַז דו װאָלטסט זײ פֿעסט צומאַכן, װאָלט דאָס נישט פּאַסירן. איצטער, מאַך שױן נישט קײן תּירוצים, נאָר הער זיך צו! שנית : דו האָסט אַװעקגעצױגן שנײגלעקל מיטן װײדל װי נאָר איך האָב אַראָפּגעלײגט דאָס טעלערל מילעך פֿאַר אים! װאָס, ס׳האָט דיך געדאַרשט, נו? װי װײסטו אַז ס׳האָט זי נישט געדאַרשט אױך? איצטנס, דאָס דריטע: דו האָסט אױפֿגעװיקלט יעדעס ביסל פֿונעם קאַמגאַרן בשעת איך האָב נישט געקוקט!
„דאָס איז דרײַ שולדן, קעצעלע, און מע האָט דיך נאָך נישט באַשטראָפֿט פֿאַר קײן אײנעם פֿון זײ. דו װײסט אַז איך שפּאָר אָן די אַלע עונשים דײַנע פֿאַר איבער אַכט טאָג מיטװאָך—שטעל זיך פֿאָר אַז מע האָט אָפּגעשפּאַרט אַלע עונשים מײַנע!“ האָט זי ממשיך געװען, רעדנדיק מער צו זיך אַלײן װי דעם קעצל. „װאָס װאָלטן זײ טאָן בײַם סוף יאָר? איך זאָל אַװעקגעשיקט װערן אין תּפֿיסה, מסתּמא, װען דער טאָג זאָל צוקומען. אָדער—לאָמיך זען—שטעל זיך פֿאָר אַז יעדער עונש װאָלט זײַן צו גײן אָן װעטשערע; דעריבער, װען דער נעבעכדיקער טאָג זאָל קומען, װאָלט איך געמוזט גײן אָן פֿופֿציק װעטשערעס מיט אַ מאָל! נו, ס׳װאָלט נישט מיך ממש אַרן קײן סך! איך װאָלט גאָר העלטער האָבן גײן אָן זײ װי עסן זײ!
„ הערסט דעם שנײ אַקעגן די פֿענצטער־שױבן, קעצעלע? װי שײן און װײַך קלינגט ער! פּונקט װי עמעצער זאָל קושן דעם פֿענצטער אומעטום אין דרױסן. איך חידוש זיך צי דער שנײ האָט ליב די בײמער און פֿעלדער, אַז ער קושט זײ אַזױ צאַרט? און דערנאָך ער דעקט זײ אײַן נורעדיק, װײסטו, מיט אַ װײַסער פּערענע, און אפֿשר זאָגט ער, ‚גײט שלאָפֿן, טײַערינקעס, ביז דער זומער קומט נאָך אַ מאָל.‘ און װען זײ װעקן זיך אױף אינעם זומער, קעצעלע, טאָן זײ זיך אָן גאַנץ אין גרין און טאַנצן אַרום—װוּ דער װינד זאָל נישט בלאָזן—אָ, דאָס איז גאָר שײן!“ האָט אַליס געשריגן, לאָזנדיק פֿאַלן דעם קנױל קאַמגערן כּדי צו פּאַטשען די הענט. „און איך טאַקע װינטש זיך אַז עס װאָלט געװען אמת! איך בין זיכער אַז די װעלדער זעען אױס שלעפֿעריק אינעם האַרבסט, װען די בלעטער פֿאַרברױנען זיך.
„קעצעלע, צי קענסטו שפּילן שאַך? נו, שמײכל נישט, מײַן טײַערינקע, איך פֿרעג דאָס ערנצס. װײַל האָסטו, בשעת מיר האָבן אָקערשט געשפּילט, אָנגעקוקט ממש עלעהײ דו האָסט זי פֿאַרשטאַנען; און װען כ׳האָב געזאָגט ‚שאַך!‘ האָסטו געמרוקעט! נו, ס׳איז טאַקע געװען אַ פֿײַנער שאַך, קעצעלע, און כ׳האָב באמת געקענט געװינען, װען ס׳איז נישט געװען יענער פּאַרשיװע שפּרינגער, װאָס איז געקומען זיך צו װאַקעװען צװישן מײַנע פֿיגורן. קעצעלע, טײַערינקע, ל אָז זיך אונדז דאַכטן—“ און דאָ װינטש איך זיך אַז איך װאָלט געקענט אײַך דערצײלן די העלפֿט פֿון װאָס אַליס פֿלעג זאָגן, װאָס הײבן זיך אָן מיט איר באַליבטע פֿראַזע „לאָז זיך אונדז דאַכטן.“ זי האָט געהאַט אַ גאָר לאַנגן װיכּוח מיט איר שװעסטער דעם פֿריִערן טאָג—אין גאַנצן װײַל אַליס האַט אָנגעהױבן מיט „לאָז זיך אונדז דאַכטן אַז מיר זײַנען מלכים און מלכּות“; און איר שװעסטער, װאָס האָט ליב געהאַט מדקדק צו זײַן, האָט געטענהט אַז זײ האָבן נישט געקענט, װײַל עס זײַנען געװען נאָר צװײ פֿון זײ, און אַליס איז סוף־כּל־סוף אַרײַנגעבראַכט געװאָרן צו זאָגן „נו, דו קענסט זײַן אײנער פֿון זײ און איך׳ל זײַן די גאַנצע רעשטע.“ און אײן מאָל האָט זי באמת איבערגעשראָקן איר אַלטע ניאַניע מיט איר שרײַען אינעם אױער „ניאַניע! טאָ לאָז זיך אונדז דאַכטן אַז איך בין אַ הונגעריקע היענע און דו ביסט אַ בײן.“
אָבער דאָס נעמט אונדז אַװעק פֿון אַליסעס רעדע צו דעם קעצל. „לאָז זיך דאַכטן אַז דו ביסט די רױטע מלכּה, קעצל! װײסטו, איך מײן אַז טאָמער װאָלסטו ארױפֿזיצן און פֿאַרלײגן די הענט, װאָלטסטו אױסזען פּונקט װי זי. איצט, טאָ פֿרוּװ, זײַ אַ טײַערניקע!“ און אַליס האָט די רױטע מלכּה אַװעקגענומען פֿונעם טיש, און זי אױפֿגעשטעלט פֿאַרן קעצל װי אַ דוגמא כּדי עס זאָל זי איבערקרימען; נישמער האָט די זאַך נישט מצליח געװען, דער עיקר, האָט אַליס געזאָגט, װײַל דאָס קעצל װאָלט נישט פֿאַרלײגן די הענט װי געהעריק. איז, עס צו באַשטראַפֿן, האָט זי עס אױפֿגעהאַלטן צום שפּיגל, כּדי עס זאָל זען זיך און װי אָנגעברוגזט איז עס—„און אַז דו װערסט נישט גוט תּיכּף־ומיד“, האָט זי צוגעגעבן, „װעל איך דיר אַדורכשטעלן אין שפּיגל־הױז. װי װאָלסטו האָבן ליב דאָס?
„איצטער, װען דו װאָלסט נאָר לײגן אַכט, קעצעלע, און נישט רעדן אַזױ פֿיל, װעל איך דיר זאָגן מײַנע אידעען מכּוח שפּיגל־הױז. ראשית, איז דאָ דער צימער װאָס דו קענסט זען דורכן גלאָז—דאָס איז פּונקט דאָס זעלבע װי אין אונדזער גאַסטצימער, נאָר די זאַכן גײען קאַפּױער. איך קען זען אים אין גאַנצן װען איך שטעל זיך אַרױף אױף אַ שטול—דאָס גאַנצע, אַחוץ דאָס ביסל הינטערן הײמפֿײַער. אױ! איך װינטש זיך טאַקע אַז איך װאָלט קענען זען יענץ ביסל! סע גלוסט מיר זײער װיסן צי זײ האָבן אַ פֿײַער אין װינטער; מען קען קײן מאָל נישט װיסן, װײסטו, סײַדן אונדזער פֿײַער רײכערט, און דערנאָכדעם קומט רױך אַרױף אין יענעם צימער אױך—אָבער אפֿשר איז דאָס נאָר אַן אָנשטעל, כּדי סע זאָל אױסזען אַז זײ האָבן אַ פֿײַער. נו דען, די ביכער זײַנען עפּעס װי אונדזערע ביכער, נאָר די װערטער גײען קאַפּױער; איך װײס דאָס, װײַל איך האָב אױפֿגעהאַלטן אַ בוך אונדזערס אינעם גלאָז, און דערנאָך האָלטן זײ אױף אַ בוך אינעם אַנדערן צימער.
„װי אַזױ װאָלט עס דיר געפֿעלן גײן װױנען אין שפּיגל־הױז, קעצעלע? איך חידוש זיך צי זײ װאָלטן געבן דיר מילעך דאָרטן ? אפֿשר איז שפּיגל־הױס מילעך נישט גוט צו טרינקען—אָבער אױ, קעצעלע! איצטנס קומען מיר אינעם פּאַסאַזש. דו קענסט קױם־קױם זען אַ קלײן קוקעלע פֿונעם פּאַסאַזש אין שפּיגל־הױז, אױב דו לאָזט די טיר פֿון אונדזער גאַסטצימער אױפֿגעפּראַלט; און ר׳איז זײער ענעלעך צו אונדזער פּאַזאַזש אױף אַזױ פֿיל קען מען זעען, נאָר װײסטו אַז עס קען זײַן זײער אַנדערש װײַטער. אױ קעצעלע! װי שײן װאָלט זײַן װען מיר קענען נאָר אַדורכגײן אין שפּיגל־הױז! איך בין זיכער אַז ר׳האָט—אױ!—אַזױ פּראַכטיקע זאַכן אין זיך! לאָמיר זיך מאַכן אַז ס׳איז דאָ װי אַזױ אַדורכצוגײן אין אים, װי נישט איז, קעצעלע. לאָמיר זיך מאַכן אַז דאָס גלאָז איז געװאָרן גאַנץ װײך װי גאַזע , כּדי מיר זאָךן קענען אַדורכגײן. נו, ער פֿאַרבײַט זיך אין אַ סאַרט נעפּל, איצט, אױף אַן אמת! ס׳װעט זײַן גאָר גרינג אַדורכצוגײן—“ זי איז אַרױף אױף דעם קױמן־היטל בעת זי האָט דאָס געזאָגט, כאָטש זי האָט קױם געװוּסט װי זי איז דאָרטן דערגאַנגען. און אױף זיכער האָט דאָס גלאָז אָנגעהױבן זיך צעגײן, פּונקט װי אַ העל־זילבערן נעפּל.
נאָך אַ רגע און אַליס איז שױן אַדורך דעם גלאָז, און איז לײַכט אַראָפּגעשפּרונגען אינעם שפּיגל־צימע ר. די סאַמע ערשטע זאָך װאָס זי האָט געטאָן איז צו קוקן צי ס׳איז געװען אַ פֿײַער אינעם קאַמין, און זי האָט זיך זײער געפֿרײט זיך געװױר װערן אַז ס׳איז געװען אַן אמתס, זיך פֿלאַמנדיק אַזױ העל װי יענץ װאָס זי האָט געלאָזט הינטער זיך. „װעל איך זײַן אזױ װאָרעם דאָ װי איך בין געװען אינעם אַלטן צימער“, האָט אַליס זיך איבערגעקלערט; „נאָך װאַרעמער, למעשׂה, װײַל װעט נישט זײַן דאָ קײנער מיך אױסצומוסרן אַװעק פֿונעם פֿײַער. טאַקע! װאָסערע הנאה װעט דאָס זײַן, װען זײ זעען מיך דורכן גלאָז אינעװײניק דאָ, און קענען מיך נישט דערגרײכן.“
איז זי האָט אָנגעהױבן אַרומקוקן, און האָט באַמערקט אַז װאָס מען האָט געקענט זען פֿונעם אַלטן צימער איז געװען זײער פּראָסט און נישט אינטערעסאַנט, אָבער אַז גאָר די רעשט איז געװען אַזױ אַנדערש װי מעגלעך. למשל, האָבן די בילדער אױף דער װאַנט לעבן פֿײַער אַלע אױסגעזען לעבעדיק, און דער זײגער גופֿא אױף דער קױמן־היטל (װײסטו אַז דו קענסט זען נאָר דעם רוקן זײַנעם אינעם שפּיגל) האָט געהאַט דאָס פּנים פֿון אַן אַלטיטשקן, און האָט געשמאָכט אױף איר.
„זײ האַלטן נישט דעם אָ צימער אַזױ ציכטיק װי דעם אַנדערן“, האָט אַליס געקלערט זיך אַלײן, בעת זי האָט באַמערקט עטלעכע שאַכפֿיגורן אַראָפּ אינעם הײמפֿײַער צװישן די האָלעװעשקעס; אָבער מיט אַ רגע אַרום, מיט אַ קלײן „אױ!“ פֿון חידוש, איז זי אַראָפּ אױף די קני זײ קוקנדיק. די פֿיגורן האָבן אַרומשפאַצירט, זאַלבע צװײ!
„אָט זײַנען דאָ דער רױטער מלך און די רױטע מלכּה“, האָט אַליס געזאָגט (אין אַ שושקע, אױס מורא פֿון זײ אָנשרעקן), און דאָרטן זײַנען דער װײַסער מלך און די רױטע מלכּה זעצנדיק אױף קאַנט לאָפּעטע—און דאָ זײַנען צװײ ראָכן װאָס שפּאַצירן געאָרעמט—איך מײן נישט אַז זײ קענען מיך הערן“, איז זי ממשיך געװען, בעת זי האָט אַנידערגעלײגט דעם קאָפּ נעענטער, „און איך בין שיִער נישט זיכער אַז זײ קענען מיך נישט זען. איך פֿיל װי נישט איז אַז איך בין אַ רואה־ואינו־ניראה—“
איצטער האָט עפּעס גענומען פּישטשן אױפֿן טיש הינטער אַליסן, און האָט זי גורם געװען אַ דרײ טאָן דעם קאָפּ פּונקט אין צײַט אַז זי זאָל זען אַ װײַסע פּעשקע אײנע זיך איבערדרײען און נעמען בריקעװעך; זי האָט זי אָנגעקוקט מיט גרױסן נײַגער כּדי צו זען װאָס װאָלט דערנאָך פּאַסירן.
„ס׳איז דאָס קול פֿון מײַן קינד!“ האָט די רױטע מלכּה געשריגן בעת זי האָט זיך פֿאַרבײַגעאײַלט פֿאַרבײַ דעם מלך, מיט אַזאַ געװאַלד אַז זי האָט אים איבערגעקערט צװישן די האָלעװעשקעס. „מײַן טײַערע ליליע! מײַן אימפּעריאַל קעצל!“ און זי האָט גענומען זיך אַרױפֿקאַראַפּקן אױף דער זײַט פֿונעם שיצבלעך.
„אימפּעריאַלע שטותים!“ האָט דער מלך געזאָגט, רײַבנדיק די נאָז, װאָס זי איז צעקלאַפּט געװאָרן מיטן פֿאַל. ס׳האָט אים טאַקע געקומט װערן אַ ביסעלע דענערװירט מיט דער מלכּה, װײַל ער איז פֿאַרשיט געװאָרן מיט אַש פֿון קאָפּ ביז פֿיס.
אַליס האָט זיך זײער פֿאַרזאָרגט צו זײַן ניצלעך, און בעת די נעבעכדיקע קלײנע ליליע האָט זיך שיִער נישט געשריגן אַרױס פֿון די כּלים, האָט זי האַסטיק אױפֿגעהױבן די מלכּה און איר אװעקגעזעצט אױפֿן טיש לעבן איר ליאַרעמדיק טעכטערל.
די מלכּה האָט געסאָפּעט, און זיך אַנידערגעזעצט ; די ביסטרע נסיעה דורך דער לופֿטן האָט איר גאַצץ פֿאַרכאַפּט דעם אָטעם און במשך אַ מינוט אָדער צװײ האָט זי געקענט טאָן גאָרנישט אַחוץ שטילערהײט אַרומכאַפּן די קלײנע ליליע. װי נאָר זי האָט צוריקגעקראָגן דעם אָטעם אַ ביסל, האָט זי אױסגערופֿן דעם װײַסן מלך, װאָס איז געזעסן אָנגעברוגזט אין מיטן אַש, „גיט אַכטונג אױף דעם װוּלקאַן!“
„װאָסער װוּלקאַן?“, האָט דער מלך געזאָגט, אָרױפֿקוקנדיק פֿאַרזאָרגט אינעם פֿײַער, װי ער האָט געמײנט אַז דאָס איז געװען דאָס מעגלעכסטע אָרט אין װאָס צו געפֿינען אַזאַ.
„מיך אַרױפֿ—גע—בלאָזן“, האָט ס׳געגעבן אַ פּירכע די מלכּה, װאָס איז געװען אַ ביסל אָן אָטעם. „גיט אַכטונג אַז דו קומסט אַרױף—דעם געװײנטלעכן אופֿן— װער נישט אַרױפֿגעבלאָזן!“
אַליס האָט נאָכגעקוקט דעם װײַסן מלך בשעת ער האָט זיך פּאַמעלעך געקלאָפּאָטשעט אַרױף פֿון קראַטע צו קראַטע, ביז זי האָט סוף־כּל־סוף געזאָגט „נו, װעסטו דױערן שעהען און שעהען אין דערגרײכן דעם טיש, אױף דעם אָ טעמפּ. ממש דאַרף איך בעסער דיך העלפֿן, אַנײן?“ אָבער דער מלך האָט נישט געלײגט אַכט אױף די פֿראַגע; ס׳איז געװען גאַנץ קלאָר אַז ער האָט זי נישט געקענט הערן און נישט זען.
דערנאָך, האָט אַליס אים אונטערכעהױבן צאַרט, און אים אױפֿגעשטעלט פּאַמעלעכר װי זי האָט אונטערכעהױבן די מלכּה, כּדי זי זאָל אים נישט פֿאַרכאַפּן דעם אָטעם; אָבער, אײדער זי האָט אים אַװעקגעלײגט אױפֿן טיש, האָט זי געהאָלטן אַז ס׳איז געװען שױן גלײַכער אַז זי זאָל אים אָפּשטױבן אַ ביסל, איז ער געװען אַזױ פֿאַרשיט מיט אַש.
זי האָט נאָכדעם געזאָגט אַז זי האָט קײן מאָל איר גאַנץ לעבן נישט געזען אַזאַ מינע װי װאָס דער מלך האָט געמאַכט, װען ער האָט זיך געפֿונען אױפֿגעהאַלטן אין דער לופֿטן דורך אַן אינו־ניראהדיקער האַנט, און אין מיטן אָפּגעשטױבט װערן; ער איז געװען אַ סך צו איבערגעראַשט אױסצושרײַען, אָבער די אױגן און דאָס מױל האָבן געהאַלטן אין אײן זיך פֿאַרגרעסערן און פֿאַרגרעסערן, און אין װערן פֿאַרקײַלעכדיקער און נאָך פֿאַרקײַלעכדיקער, ביז איר האַנט האָט זיך אַזױ געהאָצקעט מיט געלעכטער אַז זי האָט אים שיִער נישט געלאָזט פֿאַלן אױף דער דיל.
„אױ! זײַ אַזױ גוט און מאַך נישט אַזעלכע פֿאַרקרימטע פּנימער, מײַן טײַערער!“ האָט זי אַױסגעשריגן, גאַנץ פֿערגעסנדיק אַז דער מלך האָט נישט געקענט זי הערן. „דו מאַכסט מיך צעלאַכן אַזױ אַז איך קען קױם דיך האַלטן! און האַלט נישט דאָס מױל אַזױ אױפֿגעפּראַלט! דאָס גאַנצע אַש װעט אַרײַן אין אים—נאַ דיר, איך מײן אַז דו ביסט גענוג ציכטיק!“ האָט זי צוגעגעבן, בעת זי האָט געגלעט זײַנע האָר, און אים אַװעקגעשטעלט אױפֿן טיש לעבן מלכּה.
דער מלך האָט פּלוצעם אַ פֿאַל געטאָן אױפֿן רוקן, און געליגן לגמרי שטיל; און אַליס האָט זיך אַ ביסל איבערגעשראָקן אױף װאָס ער האָט געטאָן, און איז אַרומגעגאַנגען אַרום דעם צימער כּדי צו זען צי זי האָט געקענט געפֿינען װאַסער נישט איז איבערצוּװאַרפֿן אױף אים. פֿון דעסט װעגן האָט זי נישט געקענט געפֿינען גאָרנישט אַחוץ אַ פֿלעשל טינט, און װען זי איז צוריקגעקומען מיט אים איז זי געװױר געװאָרן אַז דער מלך איז געקומען צו זיך, און אַז ער און די מלכּה שמועסן צוזאַמען אין אַ דערשראָקענעם שעפּטש—אַזױ שטיל, אַז אַליס האָט קױם געקענט הערן װאָס זײ זאָגן.
דער מלך האָט געזאָגט „אױף מײַן אַחריות, מײַן טײַערע, איז מיר קאַלט געװאָרן ביז די סאַמע עקן פֿון מײַנע באַקנבערד!“
צו װעלכן האָט די מלכּה פֿאַרענטפֿערט, „דו האָסט נישט קײן באַקנבערד.“
„די אימה פֿון יעדער רגע“, האָט דער מלך װײַטער געזאָגט, „װעל אין קײן מאָל, קײן מאָל נישט פֿערגעסן!“
„דו װעסט, אָבער“, האָט די מלכּה געזאָגט, „אַז דו מאַכסט נישט קײן מעמאָראַנדום לגבי דעם.“
אַליס האָט זיך צוגעקוקט מיט גרױסן חידוש בעת דער מלך האָט גענומען אַ ריזיק מעמאָראַנדום־צעטל פֿון זײַן קעשענע, און גענומען שרײַבן. אַ פּלוצעמדיק געדאַנק האָט איר אַ אַ זעץ געטאָן, און זי האָט אָנגעכאַפּט דעם עק פֿונעם בלײַער, װאָס איז געקומען אים אַ שטיקל מהלך איבער די פּלײצעס, און גענומען שרײַבן לטובֿת אים.
דער מלך האָט נעבעך אױסגעזען געפּלעפֿט און אומצופֿרידן, און האָט זיך געמוטשעט מיטן בלײַער אַ שטיק צײַט אָן זאָגן גאָרנישט; אָבער אַליס איז געװען צו שטאַרק פֿאַר אים און סוף־כּל־סוף האָט ער געפּירכעט, „מײַן טײַערע! איך מוז טאַקע קריגן אַ דינערן בלײַער. איך קען זיך נישט געבן אַן עצה מיט דעם נישט קײן ביסל; ער שרײַבט אַלערלײ זאַכן װאָס איך בין נישט אױסן—“
„װאָסערע סאָרט זאַכן?“ האָט די מלכּה געזאָגט, איבערקוקנדיק איבערן בוך (אין װעלכן אַליס האָט געשטלעט „ דער װײַסער שפּרינגער גליטשט אַראָפּ דער קאָטשערע. ער באַלאַנסירט זיך אױס גאָר גוט.“) „ דאָס איז נישט קײן מעמאָראַנדום פֿון דײַנע געפֿילן!“
ס׳איז געװען אַ בוך װאָס עס ליגט לעבן אַליסן אױפֿן טיש, און בשעת זי איז געזעסן אַנקוקנדיק דעם װײַסן מלך (װײַל זי איז נאָך געװען אַ ביסל פֿאַרזאָרגט װעגן אים, און האָט געהאַט די טינט צוגעגערײט זי איבערצוּװאַרפֿן אױף אים, טאָמער זאָל ער נאָך אַ מאָל פֿאַלן חלשות) „—װײַל עס איז אין עפּעס אַ שפּראַך װאָס איך קען נישט“, האָט זי געזאָגט צו זיך אַלײן.
ס׳איז געװען אַזױ.
[
הכּרת־הטובֿ: רפֿאל פֿינקל
]
ץעכאָוורעמאָי
סעװאָט עקניטכילש יד .ןעװעג קילירב זיא׳ס
.ןבאָװ ןיא טלמיװעג ןוא טריװעג ןבאָה
;סעװאָגאָראָב יד ןעװעג שיזמימ ץנאַג
.ןבאָרגעגסױא טאָה טער־עמאָמ יד
זי האָט זיך געפּלעפֿט אַ שטיקל צײַט, אָבער סוף־כּל־סוף האַט אַ געשײַט געדאַנק זי געגעבן אַ זעץ. „נו, ס׳איז אַ שפּיגל־בוך, פֿערשטײט זיך! און װען איך האַלט עס אױף צו אַ שפּיגל, װעלן די װערטער נאָך אַ מאָל גײען ריכטיק.“
דאָס איז געװען דאָס ליד װאָס אַליס האָט געלײענט:
יאָמערװאָכעץ
ס׳איז בריליק געװען. די שליכטינקע טאָװעס
האָבן געװירט און געװילמט אין װאָבן.
גאַנץ מימזיש געװען די באָראָגאָװעס;
די מאָמע־רעט האָט אױסגעגראָבן.
— דאָך היט זיך פֿאַרן יאָמערװאָך!
צײן װאָס זײ כאַפּן; קרעלן־שפּיץ!
פֿאַרן יוביוב פֿױגל היט זיך;
װײַכט פֿון פֿרױמדיקן באַנדערשניץ!
ער נעמט אין האַנד דעם װאָרפּלען שװערד,
דעם שׂונא האָט ער לאַנג געזוכט.
גערוט אַרום אַן עץ־טומטום,
פֿערטראַכט, האָט עס געדוכט.
בעת שטײט ער אין געדאַנקען אױף,
דער יאַמערװאָך, מיט פֿײַער־אױגן,
מיט װיפֿעק קומט דורך טולגיק װאַלד,
געבורבלט בעת געפֿלױגן.
אײנס, צװײ! אײנס צװײ! מיט װײ, מיט װײ,
דער װאָרפּלער קלינג מאַכט שנאָקער־שניק.
ער שעכט אים אָפּ, אין מיט זײַן קאָפּ
געלאָמפּיק גײט צוריק.
געטײט האָסטו דעם יאָמערװאָך?
נעם מיך אַרום, מײַן בײמיש קינד.
אָ יום־טובֿ גרױס! כאַלײן, כאַלױס,
ער טשאָלטלט און ער זינגט.
ס׳איז בריליק געװען. די שליכטינקע טאָװעס
האָבן געװירט און געװילמט אין װאָבן.
גאַנץ מימזיש געװען די באָראָגאָװעס;
די מאָמע־רעט האָט אױסגעגראָבן.
„עס זעט אױס זײער שײן“, האָט זי געזאָגט װען זי האָט עס אָפּגעלײענט, „אָבער ס׳איז גאַנץ שװער צו פֿאַרשטײן!“ (עס זעט אױס אַז זי האָט נישט ליב געהאַט זיך מתװדה זײַן, אַפֿילו צו זיך אַלײן, אַז זי האָט נישט געקענט דאָס דעשיפֿרירן בכלל.) „אַ מאָל דאַכט זיך אַז עס פֿילט מײַן קאָפּ מיט אידעעס—נאָר איך װײס נישט ממש װאָס זײַנען זײ! נישמער, האָט עמעצער דערהרגעט עפּעס, סײַ־װי־סײַ.“
„אָבער אױ!“ האָט אַליס אַ קלער געטאָן, מיט אַ פּלוצמדיקן שפּרונג אױף, „אױב איך׳ל נישט זיך צואײַלן װעל איך דאַרפֿן צוריקגײן דורכן שפּיגל, אײדער איך האָב געזען װי אַזױ זעט אױס די רעשט פֿון דער הױז! לאָמיר געבן אַ קוק דעם גאָרטן ערשטנס!“ זי איז אַרױס פֿונעם צימער אין אַ רגע, און אָראָפּגעלױפֿון די טרעפּ—אָדער כאָטש, איז דאָס געװען נישט פּונקטלעך לױפֿן, אלא װאָס דען אַ נײַ אױסגעפֿינס אירס פֿאַר זיך נעמען טרעפּ־אַראָפּ גיך און גרינג, װי אַליס האָט זיך געזאָגט. זי האָט נאָר געהאַלטן די שפּיצן פֿינגער אױפֿן געלענדער, און צאַרט אַראָפּגעשװעבט אָן אַפֿילו אָנטאַפּן די טרעפּ מיט די פֿיס; האָט זי װײַטערגעשװעבט דורכן פֿאָדערצימער און װאָלט זײַן גלײַך אױס דער טיר טאָמער האָט זי זיך נישט אָנגככאַפּט אינעם בײַשטידל. זי איז געװאָרן אַ ביסל צעפֿלױגן מיט אַזױ פֿיל שװעבן אין דער לופֿטן, און איז געװאָרן גאַנץ צופֿרידן זיך זען שפּאַנירן אינעם נאַטירלעכן אופֿן.
דאָס קומעדיקע קאַפּיטל:
קאַפּיטל ב׳: דער גאָרטן פֿון לעבנדיקע בלומן.