„אַ ייִדעלע“ פֿון אַײַזיק האָניקן
— אַ פֿאָנעטישע איבערזעצונג אין IPA קומט איז צװישנגעפֿלאָגטן מיט די אותיות.
— װידעאָ דאָ
— דער אַקצענט איז אַ סאַטמאַרער קאַרפּאַטישער צענטראַן־ייִדיש
דרייט זיך א יודעלע אינמיטן וועג,
אינגאנצען פאר'צער'ט, אינגאנצן פארטראכט,
ווי..... זענען מיינע טעג, ווי האב איך זיי פארבראכט,
אוי וויי אוי וויי געוואלד, אוי אוי ווי איך האלט,
רבש"ע הער צו מיין געשריי.
drájt zəx ə jídələ ɪnmítn vejk, ɪngántsn fartsárt, ɪngántsn fartráxt, ví zénən [sic] maːnə téjk, vi hob ɪx zaj farbráxt, oj vaj oj vaj gəvált, oj oj vi ɪx halt, ribójnój [sic] ʃel ójlam her tsɪ maːn gəʃráj.
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע,
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.
aj jídələ aj jídələ, ʃtark dɪx ʃtark dɪx jídələ,
aj jídələ aj jídələ, ʃtark dɪx ʃtark dɪx jídələ.
מה רבו מעשיך ה',
דיינע וואונדער ווער קען פארשטיין,
פיל וועלטן האסטו באשאפן,
דו פירסט, און שפייזט, דאך אלעס אליין,
וואס עס פאסירט אויף הימל און ערד,
ווערט נאר דורך דיר באשערט,
ווער קען דען באשרייבן דיין גרויסן כח,
פון דיין מיליטער וואס דו האסט אין דער הויך.
mú rábɪ maséjxə haʃém, daːnə víndər ver ken farʃtájn, fɪl véltn hóstɪ baʃáfn, dɪ fíːrst, ɪn ʃpaːst, dux áləs əlájn, vus əs pasíːrt of hɪ́ml ɪn ert, vert nor dórəx dɪr bəʃért, ver ken den baʃráːbn daːn grójsn kójəx, fɪn daːn mɪlɪtér vus dɪ host ɪn dər hójəx.
טויזענטער מלאכים אן א צאל, וואס זענען אן א מאס גרויס,
שטייען גרייט אויף דיין באפעל, ווי א פייל פליהט פון בויגן ארויס,
זיי לויבן מיט שירה דעם הייליגן בורא,
דערהייבן זיין כבוד מיט ציטער און מורא,
אבער א ברכה פון א איד מיט'ן הארץ צו אים,
דער גרעסטער נחת האט ער פון דעם.
tózənter malúxəm un ə tsuːl, vus zénən [sic] un ə muːs grojs, ʃtájən grájt of daːn baféjl, vi ə faːl fliːt fɪn bójgn arós, zaj lójbn mɪt ʃíːrə dem hájlɪgn bójrə, dərhájbn zaːn kúvəd mɪt tsɪ́tər ɪn mójrə, óbər ə brúxə fɪn ə jɪt mɪtn harts tsɪ ɪm, dər gréstər náxəs hot er fɪn déjm.
געדענק געדענק דיינע מצות אזוי שיין, דיין תורה מלא חן,
ער ווארט אויף דיין געבעט, דיין גוטע מחשבה ער זעהט,
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד,
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, ער רופט דיך אן מיין קינד,
יודעלע יודעלע וועק דיך פון שלאף אויף, א קרעכץ גייט ארויף,
ווי טייער איז יעדעס מאל, ווען דו זאגסט שמע ישראל,
יודעלע טוה דאנקען און לויבן, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן, מכל עם ולשון.
gədéŋk gədéŋk daːnə mítsvəs əzój ʃajn, daːn tójrə múlaj xaːjn, er vart of daːn gəbéjt, daːn gɪ́tə maxʃúvə er zéjt, jídələ zaː frájləx, ʃtark dɪx ʃtark dɪx ətsínt, vaːl dɪ bɪst dux ə ben méjləx, er rɪft dɪx un maːn kɪnt, jídələ jídələ vek dɪx fɪn ʃluf of, ə krexts gajt əróf, vi táːjər ɪz jéjdəs muːl, ven dɪ zukst ʃmá jisrúəl [sic] , jídələ tɪ dáŋkən ɪn lójbn, ʃtark dɪx ʃtark dɪx ʃojn, vaːl dɪ bɪst dux əzój dərhójbn, mɪkól am vəluʃójn.
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע,
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.
aj jídələ aj jídələ, ʃtark dɪx ʃtark dɪx jídələ,
oj jídələ aj jídələ, ʃtark dɪx ʃtark dɪx jídələ.
באלד ווען משיח וועט קומען, מיר ווילן [בעסער: װעלם?] דערלעבן דעם גרויסן טאג,
וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר,
ווי בא'חנ'ט, ווי באליבט, דיין עבודה איז געווען,
וועסטו זעהן דאן אפן און קלאר,
לאמיר זיך פרייען מיטן גרויסן בורא,
לאמיר זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה,
אים דינען יעדע רגע און א יעדע מינוט,
מיר גייען שוין אקעגן משיח בן דוד,
balt ven məʃíːəx vet kɪ́mən, mɪr veln dərléjbn dem grójsn tuːk, vus mɪr vártn ʃojn əzójfɪl juːr, vi baxájnt, vi balípt, daːn avójdə ɪz gəvéjn, véstɪ zéjn dan ófn ɪn kluːr, lómir zəx frájən mɪtn grójsn bójrə, lómir zəx frájən mɪt zaːn hájlɪgə tójrə, ɪm dínən jéjdə réjgə ɪn ə jéjdə mɪnɪ́t, mɪr gájən ʃojn əkéjgn məʃíːəx ben dúvɪd.
געדענק געדענק דיינע מצות אזוי שיין, דיין תורה מלא חן,
ער ווארט אויף דיין געבעט, דיין גוטע מחשבה ער זעהט,
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד,
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, ער רופט דיך אן מיין קינד.
יודעלע יודעלע וועק דיך פון שלאף אויף, א קרעכץ גייט ארויף,ווי טייער איז יעדעס מאל, ווען דו זאגסט שמע ישראל,
יודעלע טוה דאנקען און לויבן, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן, מכל עם ולשון.
gədéŋk gədéŋk daːnə mítsvəs əzój ʃajn, daːn tójrə múlaj xaːjn, er vart of daːn gəbéjt, daːn gɪ́tə maxʃúvə er zéjt, jídələ zaː frájləx, ʃtark dɪx ʃtark dɪx ətsínt, vaːl dɪ bɪst dux ə ben méjləx, er rɪft dɪx un maːn kɪnt. jídələ jídələ vek dɪx fɪn ʃluf óf, ə krexts gajt əróf, vi táːjər ɪz jéjdəs muːl, ven dɪ zukst ʃmá jisrúəl [sic] , jídələ tɪ dáŋkən ɪn lójbn, ʃtark dɪx ʃtark dɪx ʃojn, vaːl dɪ bɪst dux əzój dərhójbn, mɪkól am vəluʃójn.
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע,
איי יודעלע איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.
aj jídələ aj jídələ, ʃtark dɪx ʃtark dɪx jídələ,
aj jídələ aj jídələ, ʃtark dɪx ʃtark dɪx jídələ.
דרייט זיך א יודעלע אינמיטן וועג, אזוי פרייליך זיין פנים לייכט [בעסער: לאכט?] ,
אזוי ווי שיין זענען מיינע טעג, פול מיט מצות, טאג און נאכט,
אוי וויי אוי וויי געוואלד, משיח קומט דאך באלד,
רבונו של עולם איך וויל בלייבן פאר דיר געטריי.
drájt zəx ə jídələ ɪnmítn vejk, əzój frájləx zaːn púnəm laxt, əzój vi ʃajn zénən [sic] maːnə téjk, fɪːl mɪt mítsvəs, tuːk ɪn naxt, oj vaj oj vaj gəvált, məʃíːəx kɪmt dux balt, ribójnój ʃel ójlam ɪx vɪl bláːbn far dɪr gətráj.