דער געוויינטלעכער העברעיִשער קלאַוויאַטור אויף מעק שטיצט שוין אונטער די ייִדישע אותיות ווי אַ, אָ, יִ, אאַ״וו. מיט אָט דער פֿאַרבעסערטער קלאַוויאַטור וואָס איך באַשרײַב דאָ, קען מען, למשל, דרוקן ״אַ״ ווי איין אות, און נישט צוויי אותיות נאָך אַנאַנד.
אַ טאַבעלע דאָ ווײַזט אויס די געוויינטלעכע העברעיִשע קלאַווישן מיט אַ פּאָר צופּאַסונגען פֿאַר ייִדיש, אַבער פּאַר נאָך פּרטים וועגן ייִדיש זעט אונטן.
מ׳קען אויסוואַרטירן ייִדיש מיט דער סטאַנדאַרדער העברעיִשער קלאַוויאַטור אַבער ס׳איז שווער זי צו ניצן. פֿאַר „אַ“, למשל, מוז מען דרוקן א און דערנאָך 7 מיט ⌥. אזוי אויך מיט אָ, פֿ און פּ: מען שטעלט זיי אויף פֿון צוויי אותיות. אַ מאָל, באַדאַרף איין פֿון די דאָזיקע צוויי אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי קלאַווישן. ס׳איז באַזונדערש שווער צו טיפּירן בלינדערהייט אַזוי. איך האָב געשאַפֿן אַ קלאַוויאַטור מיט לײַכטע איבערבײַטן.
מען דרוקט
- ⌥ם פֿאַר „אָ“ (דער מנעמאָנישער סימן: דער קלאַנג פֿון "o")
- ⌥א פֿאַר „אַ“; אױך “ ⌥ע כּדי צו פֿאַרגרינגערן דעם אונטערשײד מיט „אָ“.
- ⌥ן פֿאַר „װ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ן“ שטײט לעבן „ו“)
- ⇧ן פֿאַר „ױ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ן“ שטײט לעבן „ו“)
- ⌥ט פֿאַר „ײ“ (דער מנעמאָנישער סימן: „ט שטײט לעבן „י“ און אויך: y אויף דעם זעלבן קלאַוויש איז ענלעך אינעם קלאַנג צו „ײַ“.)
- ⌥פ פֿאַר „פּ“,
- ⌥כ פֿאַר „פֿ“. (דער סימן: ⌥F)
- ⌥ב פֿאַר „בֿ“,
- ⇧כ פֿאַר „כּ“,
- ⇧י פֿאַר „יִ“,
- ⇧צ פֿאַר „תּ“ (דער סימן: לעבן ת)
- אַלע אַנדערע זײַנען פּונקט ווי אין דער העברעיִשער קלאַוויאַטור.
אויב איר געפֿינט פֿאַרבעסערונגען, שרײַבט־זשע צו. דער כּלל איז אַז מען זאָל נישט טיפּירן צוויי קאָמבינאַציעס, איינס נאָך אַנאַנד, אַפֿילו מען מוז אַ מאָל דרוקן אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי קלאַווישן צוזאַמן פֿאַר איין אות.
צו ניצן די קלאַװיאַטור:
- מען לאָדט אַראָפּ דאָס קלאַוויאַטור-בינטל דאָ
- מען עפֿענט (ציִעט די טעקעס אַרויס פֿון) דעם זיפּ-אַרכיוו.
- מען טאָפּל־קװעטשט די בינטל־טעקע (מיטן סופֿיקס bundle) און אינסטאַלירט די קלאַװיאַטור.
- מען עפֿנט System Settings און דערנאָך Keyboard layouts.
- מען גיט אַ קװעטש די פּלוס-איקאָנע כּדי צוצוגעבן אַ קלאַוויאַטור.
- מען געפֿינט ייִדיש אין דער שפּראַך-רשימה און גיט צו די קלאַוויאַטור.
- דערנאָך, נעמט מען אַוועק די העברעיִשע קלאַוויאַטור. פֿעלט אויס אין גאַרנישט די נײַע קלאַוויאַטור וואָס איז אין דער העברעיִשער. למעשׂה, די נײַע קלאַוויאַטור איז עיקרדיק נישט קיין ייִדישע, טאַקע נאָך אַלץ אַ העברעיִשע, מיט צוגעבונגען צו די ייִדישע עלעמענטן פֿון דער קלאַוויאַטור.