איך װיל אַ ייִדיש װי טובֿיה דעם מילכיקערס.

אַ ייִדיש רײַך מיט פּסוקים, און נאָך בעסער, פֿאַרשפּיצטע װיצן על־סמך פּסוקים. יעדער זאַץ איז אַן אױספּרוּװ פֿון דעם צוהערערס ידיעות, און דערצו אױך אַ באַרימערײַ. און אמת, אַ ייִד איז לאַװ־דװקא אַ מלומד: אַ מאָל פּלאָנטערט מען זיך, שטאָלץ און אָן שום מורא.

װערטער פֿון לשון־קודש ניצט מען אָן בושה צי דאָס װאָרט איז אינעם װערטערבוך צי נײן.

מע מישט אַרײַן טראַדיציאָנעלע עמאָציאָנעלע אױסדרוקן װוּ נאָר עס פּאַסט : „גאָט צו דאַנקען“, „מירצעשם“, „קײן עין־הרע“, „מע זאָל געהיט װערן“ און אַזױ װײַטער.

שפּראַך איז נישט נאָר אַ מיטל פֿון איבערגעבן אינפּאָרמאַציע. אױב דאָס איז װאָס מען װיל, קען מען רעדן  קעלנער דײַטשיש, באָהעמיש דײַטשיש, אָדער װאָסער זאָל נישט זײַן פֿון אַ טוץ אַנדערע דײַטשישע װאַריאַנטן, שױן אָפּגערעדט פֿון אַ טױזנט אַנדערע שפּראַכן..

מע ניצט װערטער דורכגעזאַפּט מיט ייִדיש געפֿיל, אָן מורא פֿון „װאָס װעלן די גױם זאָגן?!“ „דבֿר־אחר“, „אותו־האיש“, „בלינדע־נאַכט“, „תּיפֿלה“, „עשׂו“, און אַזױ װײַטער זײַנען געװײנטלעך בײַ אונדז אין מױל, און נישט די בלײַכע עקװיװאַלנטן גענומען בדרך־כּלל פֿון אַנדערע שפּראַכן װי „יעזוס“. אָבער „גױ“, „שיקסע“, און „שײַגעץ“, װען מע ניצט זײ מיט שפּאָט, זײַנען אַ טריט צו װײַט—מען װיל נישט מגזם זײַן. אָבער סײַ װי סײ טאָר מע נישט שפּעטן פֿון קײנעם. ייִדן אין דעם אַלטן שטעטל האָבן געלעבט זײַט בײַ זײַט מיט גױם, נישט מיט גרױסער שׂינאה אָדער ליבע נאָר מיט אַ ביסל חשש אין נישט־צו־נאָענט שכּנות. פֿאַרבאָרגן דאָס אָ אונטער אַ מאָדערנעם ליבעראַלן אוניװערסאַליזם פֿאַרראָט די אָ היסטאָריע—הגם איך אַלײן בין אַ מאָדערנער.

ס׳איז דאָ הײַנט אַ טענדענץ אַרױסצורעדן אַלט־העברעיִשע װערטער אין מיטן ייִדיש, למשל תּנ״כישע פּסוקים, אין אַן ישׂראלער אַקצענט. מיר הערן דאָס אַפֿילו פֿון גוט־באַהאַװנטע פאָרשערס און לערערס. די סיבה: מע באַנעמט העברעיִש װי ממש אַן אַנדער שפּראַך פֿון יִידיש, און הײַנט צו טאָגס רעדט מען העברעיִש לױט מינהג־ישׂראל. דאָס איז אַ שרעקעניש: דורך די דורות, זײַנען פּסוקים תּמיד געקומען אין מיטן די רײד פֿון ייִדן, און די פּסוקים זײַנען אַ נאַטירלעכן טײל פֿון אונדזער שפּראַך.

איך לױף נאָך נאָך כּלל־ייִדיש װי אַ דיקדוק־פֿאַנאַטיקער, אָבער דאָס איז נאָר מחמת דעם אַז כּלל־ייִדיש איז דער אײנציקער װאַריאַנט מיט לערנביכער און קורסן. נאָכן אױסקלײַבן אַ דיאַלעקט, מוז מען רעדן אים קלאָר און קאָרעקט. אױב איך װאָלט געקענט זיך לערנען עפּעס אַ היגיקן דיאַלעקט װי װאַרשאַװער צי װילנער ייִדיש, װאָלט איך אפֿשר אים רעדן.

אַ כּלל־שפּראַך איז אַ ניצלעכער אױסטראַכט: זי פֿאַרגרינגערט דאָס לערנען און די קאָמוניקאַציע. אָבער אין דעם פֿעסל האָניק זיצט אַ לעפֿל דזשעגעכץ. די ייִדישיסטן האָבן אַרױסגעשטױסן אַ פֿרעמדע השפּעה, דײַטשמעריזם, און אַרײַנגעטראָגן אַ פֿרעמדע השפּעה: די פֿאַרװאַסערטע מאָדערניסטישע נישט־קולטור פֿון שפּראַכלעכע װיסנשאַפֿטישם.

קולטורעלע אָרעמקײט איז נישט דער באַשערטער פּועל־⁠יוצא פֿון סטאַנדאַרדיזאַציע —אָט פּרוּװ איך דאָ דעם היפּך— אָבער בפּועל־ממש, לאָזט זיך אױס אַז יאָ.

די ערגסטע זײַנען געװען די סאָװיעטישע ייִדישיסטן, װאָס האָבן אױסגעמיטן ייִדישע־טעמעס פֿאַר אַלגעמײנקײט װעגן. איך האָב נישט פֿײַנט װעלדער און ליבע, אָבער װעגן אַלגעמײנע טעמעס קען מען זיך באַניצן מיט אַבי װאָסער  שפּראַך. דער פֿאָנעטישער אױסלײג פֿון לשון־קודשיקע װערטער איז געװען דער לעצטגילטיקער באַװײַז אַז זײ האָבן געװאָלט אױסמעקן אַלץ װאָס שײדט ייִדיש פֿונאַנדער פֿון סתּם אַ דײַטשישן דיאַלעקט.

ייִדישיסטן האָבן געטענהט אַז ציוניזם װאַרפֿט בכּיװוּן אַװעק טױזנטער יאָרן פֿון אַ רײַכער יידישער קולטור, האַלטנדיק בײַ זײ נאָר אַ קלײנעם טײל, דהײַנו תּנ״כישע קולטור. אָבער אַז די ייִדישיסטן װאַרפֿן אַװעק די הײמישע ייִדישע קולטור פֿאַר אוניװערסאַליזם װעגן, בלײַבט בײַ זײ גאָרנישט.