„דער שוואַרצער ריטער“

דער פּאַראַגאָן פֿון כּלל־ייִידיש

איך וואָלט נישט לייענען דאָס בוך אין ענגליש, אויב איך וואָלט נישט געקראָגן אַ שיינע מתּנה: „דער שוואַרצער ריטער“ אין ייִדיש. איך וועל אַצינד דערציילן דעם ערשטן און לעצטן מעשׂה־⁠פֿאַרשטערער: ‏„דער שוואַרצער ריטער“, איז „אײַוואַנהאָ“, דער באַקאַנטער (אָבער באַקאַנטערער אין דעם נײַנצנטן יאָרהונדערט) ראָמאַן פֿון וואַלטער סקאָט, צום ערשטן אַרױסגעגעבן אין 1819, און, אין ל. שאַפּיראָס ייִדישער איבערזעצונג, אין 1910.

דער אױפֿקום פֿון דעם ייִדישע „ריטער“

„דער שוואַרצער ריטער“ איז די קלאַסישע מעשׂה פֿון ריטערישקײט און ריטערישער העלדישקײט. עס איז פֿיל מיט טראַפֿאַרעטן אין דער אָ טעמע —אָבער נאָר ווײַל עס האָט געשאַפֿט זײַן זשאַנער, און דערנאָך די טראַפֿאַרעטן זײַנען געווען טאַקע אינאָוואַציעס.

אָבער: וואָס איז דער פּשט פֿון אַן עדיציע אין ייִדיש, און טאַקע אַ קלאָר און גאָלע כּלל־ייִדיש? אַ פּנים האָט ל. שאַפּיראָ באַשטימט עס איבערצוזעצן כּדי צו ברענגן די מחיהדיקסטע מעשׂיות צו דער ייִדישער יוגנט, און אויך  וואָרעם דאָס בוך שטעלט פֿאָר ייִדישע פּערסאָנאַזשן, שיין און מיטפֿילנדיק אױסגעמאָלט.

און אַ פּנים האָט מען אַרױסגעגעבן די אָ מאָדערנע שיין־רעדאַקטירטע און ־אָפּגעדרוקטע אויסגאַבע אין 2019 פֿאַר דער זעלבער סיבה. די ווידמונג איז ‏„רוּוועלן צום פֿערצטן געבורטסטאָג“, און, מיט איין בליק אויף דער אױסגאַבע-דאַטע פֿונעם פֿילם „מנשה”, און דעם נאָמען און עלטער פֿונעם אַקטיאָר אינעם פֿילם, רוּוועלע ניבאָרסקי, באַשליסט מען אַז  דאָס בוך איז אַ טייל פֿונעם לעבענדיקע כּלל־ייִדיש, אַ בוך וואָס ייִדישע־ייִנגעלע לייענען פֿאַר הנאה.

כ׳בין אַ בעלן צו װיסן וויפֿיל האָבן עס געלייענט, אָבער, אַפֿילו אויב ס׳איז נאָר אַ פּאָר, איז די אויסגאַבע דאָך לױבװערדיק.

(פֿאַר דעם קומעדיקן אָפּטײל, אַן אַזהרה: איך בין נישט זייער באַהאַװנט אין דער קולטור און געשיכטע פֿון ייִדיש, אָבער פֿאָרט שטעל איך פֿאָר מײַנע אומאינפֿאָרמירטע דעות. זײַט מיר מוחל.)

כּלל־ייִדיש

דאָס בוך איז אַ פֿײַנער מוסטער פֿון כּלל־ייִדיש.

די נײַע עדיציע איז אָפּגעדקורט געוואָרן מיט אַ שלמותדיקן כּלל־ייִדיש דיקדוק און אויסלייג, מיט נאָר אַ פּאָר אומוויכטיקע פֿונאַנדערגאַנגן.

ווי אַ סך ייִדישיסטע־ליטעראַטור, שליסט עס נישט אַײַן קיין טראַדיציאָנעלער ייִדישער שטימונג, נאָר דעם אין גאַנצן נישט־ייִדישן קוקווינקל פֿון אַ גױיִשן מחבר (הגם ער װײַזט אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו ייִדן).

די כּלל־ייִדישע ליטעראַטור האָט זיך אָנגעהויבן אין זיך אַנטקעגנשטעלן קעגן דעם פֿריִערן שטייגער פֿון שלום עליכמס דור, אַ ייִדיש באַפּוצט מיט פּסוקים און טראַדיציאָנעלער נשמה. די ייִדישיסטן האָבן נישט פֿײַנט געהאַט די ייִדישע געשיכטע—דערנאָך דער אױסקלײַב פֿון אַ בוך מיט אַ פּראַכטיקער אָפּמשלונג פֿון ייִדישע פּארשוינען—אָבער זיי האָבן געוואָלט שאַפֿן אַ שפּראַך וואָס קען מיטשטיין לעבן דײַטש, ענגליש, און פֿראַנצייזיש בתּורת אַ חשובער, בכּבֿודיקער, װעלטלעכער קולטורשפּראַך. דאָס שפּריכוואָרט וועגן אַ דיאַלעקט און אַ שפֿראַך איז נישט געווען קיין תּרעומה קעגן דער לענג פֿון גלות, און נישט קיין פֿאַרלאַנג פֿאַר אַן אַרמיי און אַ פֿלאָט (נישט־⁠געקוקט אױף אַ ביסל טעריטאָריאַליזם), אלא װאָס דען אַ װעלעניש פאַר דעם חשיבֿות און דרך־ארץ וואָס אַ פֿאָלק־מלוכה שאַפֿט זיך אײַן.

דאָס ייִדיש פֿון „דער שוואַרצער ריטער“ איז גאָר דערפּשוטערט אַקעגן דעם באַבלומטע ענגליש.

 וואַלטער סקאָט האָט אױסגעפֿאָרשט די געשיכטע פֿון עלגלאַנד און די שטייגערס און שפּראַך פֿונעם דרײַצנטן יאָרהונדערט. אָבער ער איז נישט געווען קיין װיסנשאַפֿטלער; זײַן ציל איז געווען פֿאַרװײַלן און נישט אױסלערנען. ער האָט באַצינט אַן אַרכאַיִזנדיק ענגליש, מיט דער כּװנה צו געבן אַ שטימונג פֿון אַלטקײט. (דאָס  איז טאַקע נישט דאָס ענגליש פֿונעם דרײַצנטן יאָרהונדערט, וואָס איז הײַנט גאָר נישט משׂיג צו זײַן.)

די ייִדישע איבערזעצונג, אַנטקעגן זשע, פּרוּװט נישט בכלל שמעקן פֿון פֿאַרצײַטקע צײַטן: ווי קען זי? אַלטייִדיש, און קל־וחומר אַ ייִדיש באַצירט מיט צופֿיל לשון־קודש, דעמראָנט אין דער געשיכטע פֿון ייִדן, און אינעם בוך זײַנען נאָר אַ פּאָר פּאַרשוינען (הגם וויכטיקע) בכלל ייִדן. איז, דאָס שפּראַך פֿונעם בוך איז אַ פּשוטע (וואָס געפֿעלט מיר מער פֿונעם מליצהדיקן אָריגינאַל).

מעריבֿ מיט אַ נוסח

לאָמיר גיבן אַ קוק אַ שטיקל וואָס באַװײַזט די באַפּוצטקייט פֿונעם ענגליש, די פּשוטקײט פּונעם ייִדיש, און די אוממעגלעכקייט פֿון פֿאַרכאַפּן אַ רייכער און געשיכטע-געלאַדענער קולטור, אין דעם פֿאַל ענגליש, אין אַן איבערזעצונג.

בלײַבנדיק אַליין בײַ זיך אין צימער, האָט זי געשטעלט דאַווענען מעריֿב. זי האָט געדאַווענט אויפֿן קול, וואַרעם אין מיט אַ ‏„נוסח“.

 It disturbed not the inmate, who was then engaged in the evening prayer recommended by her religion, and which concluded with a hymn we have ventured thus to translate into English.

When Israel, of the Lord beloved,

 Out of the land of bondage came,

Her father’s God before her moved,

 An awful guide, in smoke and flame.

By day, along the astonish’d lands

 The cloudy pillar glided slow;

By night, Arabia’s crimson’d sands

 Return’d the fiery column’s glow.

...

און נאָך אַ סך פֿערזן וואָז זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן דורך דעם וואָרט „נוסח“.

מאָדערניזם

„דער שוואַרצער ריטער“ איז אַ פּראַכטיקע דוגמא פֿון כּלל־ייִדיש, און כּלל־ייִדיש איז אַ פֿענאָמען פֿון מאָדערניזם.

מאָדערניזם אין אַלגעמײן, און הויך־מאָדערניזם בפֿרט, איז געווען אַ בונט קעגן טראַדיציע און געשיכטע. ער איז געווען אַ קינסטלערישע און פּאָליטישטע באַוועגונג וואָס האָט אין כּיוווּן געהאַט צו בויען אַ נײַע קונסט און אַ נײַע געזעלשאַפֿט אױפֿן סמך פֿון וויסנשאַפֿט און ראַציאָנאַליזם. הויך־מאָדערניסטן האָבן געבויט אױספּלאַנירטע שטעט מיט גלײַכע גאַסן און גלײַכע, הויכע װאָלקן־⁠קראַצערס, אַן אַספּעקט און אַ סימבאָל פֿונעם רצון צו פֿאַרשטיין די געזעלזאַפֿט און בײַ גלײַך זי צו הערשן. אַזוי אויכעט מיט קונסט, ליטעראַטור, אאַז״װ. לויט די הויך־מאָדערניסטן, אַלץ וואָלט זײַן פּלאַנירט און דערנאָך פּערפֿעקט. אַנטקעגן זשע, האָט זיי נישט געפֿעלט די רוישיקע, קאָמפּליצירטע, אומפֿאַרשטענדלעכע, אומראַציאָנעלע טבֿע פֿון דער ממשדיקער געזעלשאַפֿט.

כּלל־ייִדיש גייט לויט דעם אָ מוסטער. מען האָט דעפֿינירט זײַן דיקדוק און אויסלייג לויט וויסנשאַפֿלטלעכע כּללים, אָנשטאָט דער סומאַטאָכע פֿון דיאַלעקטן און אידיאָסינקראַטישן אויסלייגן. האָט מען אַלץ אױסגעשטעלט קלאָר און אײנטײַטשיק.

דער אױספֿעלן פֿון אַ מלוכה האָט געראַטעוועט דעם ייִוואָיִסטן פֿון די שלעכסטע עקסטקײטן פֿון הויך־מאָדעראניזם: די אידעע אַז בלויז די פּלאַנירערס וויסן וואָס איז גוט פֿאַר אַלע און דערנאָך דאַרפֿן צװינגען דיי פּלאַנען אויף אַלע: די ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען די פֿאַרקערפּערונג פֿון דער דאָזיקער טענדעץ.

פֿאַר וואָס האָט די סאָוויעטע רעגירונג, דורך אַלע בלוטיקע רײניקונגען פֿון די דרײַסיקער יאָרן , פֿאַרטראָגט, און אפֿילו אױפֿגעמונטערט, די ייִדיש שפּראַך, נישט נאָר ווי אַ פֿאָלקסשפּראַך, נאָר טאַקע ווי אַ קולטורשפּראַך? (נאָר אין 1952, מיט דער שחיטה פֿון די ייִדישע פּאָעטן, האָט די טאָלעראַנץ זיך אױסגעלאָשן.) עס איז נאָר ווײַל דאָס ייִדיש דערלויבט פֿון די סאָוויעטן איז אין גאַנצן אָפּגעזונדערט און פֿאַרפּשוטערט געוואָרן פֿון דער קאָמפּליצירטקײט און רײַכקײט פֿון דער אמתער, אַלטצײַטיקער, ייִדישער קולטור. ווי אַ ראיה, זעט דעם פֿאָנעטישן אויסלייג, וואָס האָט אױסגעבלײזט די באַציִונג צו ייִדישער טראַדיציע. און נאָך ערגער, דאָס קיצור־⁠ימימדיקע אָפּלאָזן פֿון די לאַנגע־אותיות—נאָך אַ מאָל, אָרדנונג ווי דעם העכסטערן ווערט.

אָבער צוריק גערעדט, איז די כּלל־ייִדישיסטישע שיטה וואָס האָט געדױערט ביז הײַנט געבענשטש געוואָרן דורך נישט־האָבן דעם אָ סאָרט מלוכה־שטיצונג. (סטאַנדאַרד־שפּראַכן אין דעמאָקראַטיעס זײַנען נישט אַזוי באַפֿעלעריש, אָבער ייִדיש האָט נאָר געקראָגן אַ מינערדיקע דערקענונג, אין שוועד.)

כאָשט די כּלל־ייִדישיסטן האָבן געשטרעבט צו פּשוטקייט און קלאָר דעפֿיניציעס, האָבן זיי באַשירעמט זייער שפּירעװדיקײט און ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער געשיכטע. זיי זײַנען געווען וועלטלעך, אָבער נישט קיין שׂונאים פֿון טראַדיציע. זיי האָבן געוווּסט אַז דאָס פֿאָלק רעדט נישט קיין אײַנרעגולירטע שפּראַך און וועט קיין מאָל זי נישט רעדן—דאָס כּלל־ייִדיש איז נאָר אַ כּלי.

„דער שוואַרצער ריטער“

צוריק צו דעם בוך. די איבערזעצונג דרײט זיך אַרױס פֿון דער אוממעגלעכער געמאַכט־אַלט־ענגליש, דורך דעם מיטל פֿון כּלל-ייִדיש: אַ פאַרפּשוטערטע איבערזעצונג אין אַ סטאַנדאַרדיזירטער שפּראַך. מאָדערניזם ציִעט איבער דאָס שטריקל אין אַ סך פֿאַלן, אָבער דאָ, דינט די סטאַנדאַרדיזאַציע פּונקט איר ציל: כאָטש די פֿולע קולטורעלע רײַכקייט פֿון ‏‎„אײַוואָנהאָ“ פֿעלט זיך אָפּ אין דער איבערזעצונג, גיט  „דער שוואַרצער ריטער“  קלאָר איבער דעם באַטײַט פֿון דער ליטעראַטור פֿון אַן אַנדער טייל פֿון וועלטקולטור.