מ׳האָט אַן אָפּטימיזאַציע־פּראָצעס װאָס ציִעט זיך לאַנג און קאָסט טײַער, למשל אַ מאַשין־לערנען סעסיע אָדער אַן א׳־ב׳ טעסט פֿאַר אַ װעבזײַט. װאָס טוט מען װען דער אַרױסקום איז נישט גענוג גוט, װי קומט ס׳רובֿ פֿאָר? מ׳קען איבערבײַטן די פּאַראַמעטרן אַ ביסל און פֿרוּװן נאָך אַ מאָל, אָבער װי שױן געזאָגט, איז דער פּראָצעס פּאַמעלעך און קאָסטיק, און מען װיל בעסער באַניצן זיך מיט די בעסטע פּאַראַמעטרן װאָס גיכער.

 

זיך צונױפֿגעקומען צו די בעסטע פּאַראַמעטרן

שװאַרצער־קעסטן אָפּטימיזאַציע איז אַ נײַע שיטה פֿאַר דעם, אַדורכגעפֿירט אינעם דינסט פֿון גוגל־װאָלקן, „װיזיר“, אַ טײל פֿון דער „װערטעקס“ רײ קינסטלעכע־אונצעליגענץ דינסטן. אין שװאַרצער־קעסטן אָפּטימיזאַציע, פֿירט מען אַן איבערחזרישן שמועס מיטן דינסט, אין װעלכן מ׳שיקט צו די פּאַראַמעטרן װאָס מ׳האָט געניצט אין דעם אַנומלטיקן אױספּרוּװ, און אױך דער מאָס װאָס מקהאָט דערגרײכט; דער דינסט שיקט צוריק פֿאָרלײגן פֿאַר פּאַראַמעטרן פֿאַר נאָך אױספּרוּװן, און אָזױ װידער און אָבער, ביסלעכװײַז פֿערבעסערנדיק דעם אַרױסקום.

פֿאַר װאָס „שװאַרץ קעסטען“

די צעטײלונג פֿון אַחריותן איז דאָ װיכטיק: דער דינסט נאָר לײגט פֿאָר פּאַראַמעטרן, אױפֿן סמך פֿון די פֿריִערדיקע פּאַראַמעטרן און מאָסן װאָס דער ניצער האָט אַרײַנגעשיקט. דער ניצער, אַקעגן זשע, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די אָפּטימיזאַציע־פּראָצעסן גופֿא, למשל די מאַשין־לערנען סעסיעס, אָדער די א׳־ב׳ טעסטן. דער װיזיר־דינסט װײסט גאָרנישט װעגן די גראַדיענטן, דער פֿאָרעם פֿון דער פֿונקציע װאָס ער העלפֿט אָפּטימיזירן, נאָר די צוגעשיקטע געגעבענע. װיזיר װײסט אַפֿילו נישט צי מען טוט מאַשין־לערנען בכּלל, צי עפּעס אַנדערש. דאָס איז די סיבה פֿאַר דער נאָמען „שװאַרצער קעסטן“.

נישט נאָר מאַשין-לערנען

מען ניצט שװאַרצער־קעסטן אָפּטימיזאַציע פֿאַר מאַשין־לערנען, אין װעלכן װיזיר לײגט פֿאָר היפּער־פּאַראַמעטרן פֿאַר יעדער סעסיע, כּדי צו מאַקסימיזירן אַ מאָס װי באַלאַנסירטע־אַקוראַטקײט, אָבער װיזיר ס׳איז לאַװ־דװקא פֿאַר דעם אַלײן. מע ניצט זי אױך פֿאַר א׳־ב׳ טעסטן, אין װעלכן מע מאַקסימיזירט די צאָל ניצערס און די דױער בלײַבן אין דער װעבזײַט. מ׳קען ניצן װיזיר פֿאַר צושטעל־קײט אָנפֿירונג, קלײַבנדיק יעדן טאָג דעם פּאַסיקן מיש אַרײַנװאַרג כּדי צו מינימיזירן דעם פּרײַז און מאַקסימיזן דאָס כּמות אַרױסװאַרג. אָדער מ׳קען אױסקלײַבן דעם בעסטן באַקרעצעפּט פֿאַר קיכלעך—אַזױ האָט געטאָן די פֿאָרשגרופּע װאָס האָט אױסגעטראַכט װיזיר. זײ האָבן געמאָסטן יעדע רונדע באַקן מיט דער שאַצונג פֿון פֿאַרזוכערס, און צוגעשיקט די מאָס צו װיזיר צוזאַמען מיט די פּאַראַמעטרן: די קװאַנטיטעטן פֿאַרשײדענע אינגערדיענטן. װיזיר האָט געענטפֿערט מיט פֿאָרלײגן פֿאַר נײַע קװאַנטיטעטן. ס׳איז באַשײַמפּערלעך אַז באַקן טױזנטע װאַריאַציעס פֿון קיכלעך איז געװען אוממעגלעך, אָבער מיט דער הילף פֿון װיזיר, זײַנען זײ זיך צונױפֿגעקומען צו אַ באַטעמטן רעצעט.

װי מע ניצט װיזיר

כּדי זיך צו באַניצן מיט װיזיר, שאַפֿט מען אַ „שטודיע“. אין דער שטודיע פֿירט מען אַדורך אַ רײ „אױספּרוּװן“.

אין יעדן אױספּרוּװ, שיקט מען צו דער װיזיר־דינסט די פּאַראַמעטרן פֿונעם פֿריִערדיקן אױסרוּװ און די מאָס װאָס איז אַרױסגעקומען. װיזיר שיקט צוריק אַ פּאָר פֿאָרלײגן פֿאַר פּאַראַמעטרן, אַזױ:

 

מען ניצט בדרך־כּלל די פּאַראַמעטרן אַדורכצופֿירן די קומעדיקע אױספּרוּװן—װיזיר, בתּורת אַן אָפּטימיזאַציע־סיסטעם, גיט גוטע פֿאָרלײגן. אָבער מע מוז נישט, און מ׳קען אַדורכפֿירן אױספּרוּװן מיט װאָסער נישט איז פּאַראַמעטרן. למשל, אױב ס׳װילט זיך די פּראָדוקט־אָנפֿירערס איבערפּרוּװן אַ נײַע אידעע פֿאַר דער װעבזײַט, קען מען דאָס טאָן און דאָך צושיקן די רעזולטאַטן צו װיזיר, פּונקט װי מע טוט װען מע נעמט אָן די פֿאָרלײגן און נישט זײ. איך יעדן פֿאַל, נישט װיזיר די צוגעשיקטע רעזולטאַטן צו שאַפֿן בעסערע פֿאָרלײגן.

מ׳הערט אױף מיט אױספּרוּװן נאָך אַ צאָל איבערחזרונגען װאָס מע באַשטימט אין פֿאָרױס: דער פֿאָרלײג איז צען־מאָל  די צאָל פּאַראַמעטרן. אָדער מען קען בעטן בײַ װיזיר פֿאָרצולײגן אַן אױפֿהער װען די קװאַליטעט פֿון די פּאַראַמעטרן אױף יעדער רעפּעטיציע פֿאַרבעסערט זיך שױן נישט קײן סך.