די בר־מיצווה ווי דער סוד פֿון ייִדישער הצלחה

(דאָ: אַ ווידעאָ מיט יהושען)

עם קשה עורף

די מאַנדאַן אינדיאַנער, וואָס האָבן געוווינט לעבן דער טײַך מיזורי, האָבן געפּראַוועט אַן איבערגאַנג־⁠ריטוס פֿאַר די צײַטיק־⁠יאָרן בחורימלעך: דער דערװאַקסלינג האָט זיך געהונגן פֿון סטעליע דורך האָקנס אינעם ברוסט־פֿלײַש, און זיך געהױדעט דרײַ טאָג.

דאָס איז גאָרנישט אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער עם סגולה. מיר ווייסן ווי קיינעם אַנדער ווי צו פּראַווען אַ געבױרן־⁠טאָג.

אַ ייִדישער בחור מאַכט דורך, צו זײַן דרײַצנט יאָר, אַ סך מער פֿון בלויז אַ ביסעלע הענגען. דער יונגער ייִד דאַרף איבערלעבן אַ בר־מיצווה, וואָס איז אַ סך האַרבער. דאָס ייִדישע קאָפּ האָט אויסגעטראַכטס אַ געפּרוּװ אין וועלכן אַ יונגערמאַן מוז שטיין פֿאַר דער קהילה און האַלטן אַ רעדע און זינגן, פּונקט ווען ער איז פֿון אַן עלטער אין וועלכן די נישט־קינדער־נישט־דערוואַקסענע זשענירן זיך כּסדר.

נישט אומזיצט איז בײַ אונדז געשריבן „הִנֵּה צְרַפְתִּיךָ… בְּחַרְתִּיךָ, בְּכוּר עֹנִי״ (ישעיהו מ״ח י׳). „איך האָב דיך געלײַטערט, … איך האָב דיך געפּרוּװט אין שמעלצאױװן פֿון פּײַן.“ דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַ שטאַרק, אַ האַרב און אַ האַרט, און ​​נישט נאָר אינעם קאַרק.

אַ ווערטל לכּבֿוד דאָס ייִנגעלע

בײַ מיר אין דער בר־מיצווה, נאָך מײַן דרשה, איז דער רבֿ נאָכגעגאַנגן מיט ברכות... און אויכעט אַ קליין אָפּענטפֿערלע. איך מיין נישט אַז ער האָט טאַקע געוואָלט זײַן זלידנע. אפֿשר איז ער געווען בײַ דער מײנונג אַז גאָרנישט פּאַסט אַ ייִדן מער פֿון אַרומרעדן תּורה—און אַז אַן אָפּענטפֿער איז אַ סאָרט אַרומרעד. אָדער אפֿֿשר האָט ער טאַקע געוואָלט זיך כװאַטעװען. סײַ ווי סײַ, האָט ער געהאַט די װירקונג, און די צערעצאָמניע איז נישט, ווי עפּעס אַ טאָג־טעגלעכע מסיבה, פֿאַרגעסן געוואָרן: איך געדענק זי פֿירציק יאָר שפּעטער.

אַזוי שמידט מען אויס אַ ייִדן, ווי אײַזן פֿון פּראָסטן אַרץ!

אין אַ געוויסער שול, וואָס איך וועל נישט אױסרעכענען פֿאַר סיבות וואָס וועלן באַלד זײַן קלאָר, האָט אַ מאָל באַװײַזט זיך אויף דער בימה אַ ייִנגל וואָס באַשײַמפּערלעך האָט נישט געוואָלט דאָרטן זײַן. ער האָט געטראָגן וואָכעדיקע קליידער, און פֿאַרן עמוד האָט דאָס ייִדעלע געטאָן נישט מער נעבעך פֿון גיך פּרעפּלן די ברכה. דערנאָך, האָט דער רבֿ געהאַלטן די דרשה און געשלאָסן מיט דער נחמה „יעדער איינער מוז טאָן אויף זײַן אייגנער מדרגה.“ יאָ, יעדער איינער, אַפֿילו דער פּשוטעסטער, קען שעפּן הנאה פֿון דער בר־מיצווה איבערלעבונג!

אַן אַנדער וואָך, האָט די אָ רבֿ געבענשטש דאָס בר־מיצווה בחורל אין זײַן דרשה מיט „ער שמעקט גוט.“ גאָר אַזױ: „שמעקט גוט.“ די אָ איז די ברכה וואָס אַ דערװאַקסלינג וואָלט קריגן, פּונקט בשעת זײַן קערפּער בײַט זיך! „שמעקט גוט“?

אפֿשר האָט איר מורא אַז אונדזער טײַערע ייִדישע טעכטער זאָלן נישט זײַן נעבעך פֿאַרבײַגעגאַנגן געוואָרן? אַוואַדאי נישט! אַ מאָל, האָב איך געהערט אַ בת־מיצווה בענטשונג, גערעדט פֿון אַ מאַמע צו איר טאָכטער פֿארן עולם, וואָס האָט כּולל געווען דאָס װערטל אַז דאָס מיידל, וועמנס נאָמען איז געווען הדסה, איז גרין. און מיאוס. גרין און מיאוס. וואָס? איך האָב נישט פּונקטלעך פֿאַרשטאַנען, אָבער װײַזט זיך אױס אַז די מאַמע האָט זיך פֿאַררופֿן אױף אַ גמרא אַז די אָריגינעלע הדסה, אסתּר המלכּה, איז געווען יְרַקְרוֹקֶת, גרין. נו, אַלצדינג איז ערגעצװוּ אין מדרש—אינעם אָ פֿאַל אין מסכת מגילה י״גאון פֿונעם פּסוק איז די מאַמע געקומען, װי נישט איז, צו אַ מסקנא אַז די טאָכטער איז אַ גרינע אַ מיאוסע, אָבער דערנאָך אויכעט אַ קלוגע אַ שיינע. (די מאַמע איז נישט געווען קיין עם־הארץ: זי האָט געהאַט אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע און ידיעות אין ייִדישקייט. פֿרעגט מיך בחרם וואָס איז דער טײַטש פֿון אירע טשודנע רייד.)

פּונקט די שטימונג פֿאַר תּורה

 וואָס מאַכט אַ ייִד? איך ווייס נישט, אָבער אָט דאָס וואָס מאַכט אַ ייִדן.

 

דער הויכפּונקט פֿון דער בר־מיצווה דערלעבונג איז דעם יונגערמאַנס לייענען פֿונעם ספֿר־תּורה. אַפֿילו פֿאר אַ למדיש ייִנגל, איז שווער צו לייענען אין אַ קדמונישער שפּראַך אָן ניקוד,  אָן פּונקטיר־⁠צײכנ⁠ס, אָן  טראָפּן. מכּל־⁠שכּן לײַדט דאָס דורכשניטליכע פּשוטע ייִדעלע וועמען גײט אָפּ לומדות און מוזיקאַלע פֿעיִקייט. ער מוז לערנען זײַן שטיק אויף אויסנווייניק, און זינגן לפֿני־⁠כּל־עם־⁠ועדה, משפּחה, שכנים, און פֿרעמדע.

ווען ער מאַכט אַ גרייז, העלפֿן אים אַלע דורך אױסרופֿן דעם תּיקון־טעות אויף אַ קול, צוזאַמען.

אַפֿילו דער גרעסטער אַקטיאָר לענרט זיך נישט פֿאָרצושטעלן פֿאַר אַזאַ עולם!  

מײַן דײַטש ווערטערבוך דעפֿינירט „ווי אײנער יודענשולע“ מיט „טומלדיק; ליאַרעמדיק“—פּונקט די טויגנדיקע אָפּמשלונג פֿאַר אַ סבֿיבֿה אין וועלכער דער בר־מיצווה קען דערווײַזן זײַן פֿעיִקייט אין תּורה־לערנען. און מאַנצבילשקײט. פֿארגעס נישט מאַנצבילשקײט. מאַנצבילשקײט אין אויכעט וויכטיק.

און אַלץ מוז דאָס וואַקסנדיקע ייִדל טאָן ווען די שטים בײַט זיך איבער און גליטשט זיך אויס כּסדר. 

צוויי יאָר לערך נאָך מײַן בר־מיצווה, ווען מײַן שטים נאָך פֿאַרברעכט זיך, האָב איך געדאַוונט מוסף פֿאַרן עמוד, און פֿאַר „אָדון עולם“, האָב איך געזונגן דעם געוויינטלעכן ניגון אין מײַן גליטשנדיקן קול. קיינער האָט זיך נישט מיטגעזונגן. נאָכדעם, האָט מען מיר נאָכגעזאָגט אַ שבֿח אויפן אָריגינעלען און שעפֿערישן ניגון! סאַראַ בושה פֿאַר אַ פֿופצן־יעריקער! גאָרנישט און גאָרנישט וועט שוין נישט זײַן שווער נאָך דעם.

און וואָס מיט די מיידלעך? מוזן די מיידלעך לײַדן פֿון פֿאַרפֿעלן די פֿריילעכע געלעגנהײט? ניין. אין מײַן אוניווערסיטעט, האָט אַ מיידל זיך געלערנט ווי אַ צוואַנציק־⁠יעריקע און געלייענט תּורה אויף שבת פֿאַרן עמוד. זי איז געווען אַזוי דערשראָקן אַז זי האָט זיך אױסגעבױגן טיף איבער דעם ספֿר־תּורה, מיט דער נאָז כּמעט אויפן קלף. יאָ, אויך אַ מיידל קען זיך בויען די מיטלען אויףצווואַקסן אין רוחניות און הערשן די הײם און די וועלט מיט אַן אײַזערנער פֿויסט, ווי פּאַסט אַ ייִדישער טאָכטער.

סקול יסקל או ירה יירה

די בר־מיצווה איז טאַקע נישט דער עלטער פֿון דערװאַקסנשאַפֿט. דער איז, לויט דער תּורה, צוואַנציק, דער עלטער פֿון נעמונג אינעם חייל. דרײַצן איז, גיכער, דער עלטער פֿון דער שולד, דאָס אַחריות פֿאַר חטאָים. עס שטייט בײַ אונדז אַ פּסוק אַז אַ בן סורר, אַ ייִנגל וואָס פֿאַרשעלט די טאַטע־מאַמע, זאָל שטאַרבן פֿאַר זײַן חטא (ויקרא כ׳ ט׳). אָבער די חכמים האָבן מקיל געווען און געפּסקענט אַז נאָר אַ דרײַצנט־יעריקער זאָל ממש קריגן די טויטשטראָף (סנהדרין ס״ב).

און כּדי דאָס בחורל זאָל נישט פאַרגעסן, דערמאָנען מיר אים.

ווי איז געשריבן אין די הײליקע שריפֿטן „סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ יָרֹה יִיָּרֶה אִם בְּהֵמָה אִם אִישׁ לֹא יִחְיֶה“ (שמות י״ט י״ג) —„שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער ניט בלײַבן לעבן.“ מען דערמאָנט דאָס ייִנגל פֿון זײַן אַחריות אַפֿילו צו זײַן חייבֿ מיתה, דורך אַ סימבאָלישער סקילה: דאָס הייסט, פֿאַרשטײנען מיר אים. אָבער נישט מיט שטיינער, חס וחלילה, נאָר װאָס דען מיט אַ סובזטאַנץ וואָס בערנגט אום יעדן יאָר אַ סך מער פֿון שטיינער—צוקער! מײַנע זין, וואָס האָבן געוואָלט מקפּיד זײַן אין קלה כחמורה, האָבן אויסגעקליבן אין דער צוקערניע פֿאַר זייערע בר־מיצוות, די האַרטסע צוקערלעך מיט דער בעסטער אַעראָדינאַמיק, די וואָס פֿליען גיך און גלײַך. נו, און די אינדיאַנער דאָך מיינען אַז זיי זײַנען האַרב!

די קהילה אויף מײַן בר־מיצווה האָט נישט געהאַלטן בײַם מינהג פֿרשטיינען דאָס בר־מיצווה בחורל. אַ שאָד, מיינט איר? אָבער דאגהט זיך נישט: עס איז געווען אַן אויפֿרוף צו פּונקט דער זעלבער צײַט, און מיט אויפֿרופֿן איז דער אָ מינהג טאַקע מקויים געוואָרן! אַ האָגל צועקרלעך האָט זיך אַראָפּגעלאָזן בײַ מיר אויפן קאָפּ. אָבער איך האָב נישט פֿאַרלוירן די זינען! אין אַמעריקע האַלטן די ייִדן בײַ אַן אַלטן מינהג אַז אַ יונגערמאַן זאָל קריגן זײַן ערשטן אָנצוג, מיט אַ שטײַפֿן זשאַקעט, לכּבֿוד דער בר־מיצווה. איז, איך האָב געדרייט די פּלייצעס, זיך פֿארהוייקערט, און זיך געהיט פֿונעם רעגן צוקער־שטיינדלעך. זאָגט, אויב איר ווילט, אַז איך בין אַ טכױר, אָבער זאָגט נישט אַז פֿעלט מיר אויס אײַנפֿאַלערישקייט.

 

אַ מעשׂהלע: בײַ מײַן צווייטן זונס בר מיצווה, האָבן די ווײַב אָפּגעטאָן אַ זביטקעלע: זיי האָבן סקילה געטאָן פֿאַר דער קריאה, דאָס הייסט פֿאַר דער ריכטיקער צײַט, און אַזוי אָפּגעהאַלטן די מענער, און באַזונדערש די ענערגעטישע יוגנט, פֿון פּראַווען די פֿולע צערעמאָניע. זיי האָבן מיר דערמאָנט אין דער סצענע אין ירושלים צו דער צײַט פֿונעם צווייטן בית־מיקדש, אינעם פֿילם „מאָנטי פּײַטאָנס לעבן פֿון ברײַען“.  די ווײַב האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר מענער און זיך אַרײַנגעשלײַכט אין אַ סקילה: צום סוף, שטעלט זיך אַרױס אַז אַלע די בײַזײַיִקע זײַנען געווען טאַקע פֿרויען, ווײַל די פֿרויען האָבן אַזוי פֿיל געהאַט ליב פֿאַרשטײנען!

אַן איבערגאַנג־⁠ריטוס ווי נישט קיין אַנדער

וואָס איז דאָס פּינטעלע ייִד?

מען האָט איבערגעפֿאָרשט און איבערגעשמועסט דעם סוד פֿון אונדזער קיום, פֿון דער אייביקער איבערלעבונג פֿון עם ישׂראל, אָבער ס׳איז נישט קיין סוד. איצט, ווייסט איר אויכעט.

ס׳איז שווער צו זײַן אַ ייִד, אָבער נאָך דער בר־מיצווה, איז דאָס שווערע טאַקע לײַכט.

הערה

יעדע מעשׂה איז אין גאַנצן אמת, אַ חוץ אַ פֿאָר בײַטונגן כּדי אױסצומײַדן לשון-הרע איף די וואָס האָבן כּשר עס פֿאַרדינט.