פֿונעם זיבעטן פּרק פֿון „דעם האָביט“

„יאָ, זײַט אַזױ גוט“, האָבן זײַ אַלע צוזאַמען געזאָגט. „אַ האַרציקן דאַנק!“

אין דעם זאַל איז געװען שױן זײער פֿינצטער. בעאָרן האָט אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענט, און אַרײַן האָבן געטליסעט פֿיר שײנע װײַסע פּאָני⁠ס און עטלעכע גרױסע לאַנג־קערפּערדיקע גראָע הינט. בעאָרן האָט עפּעס זײ געזאָגט אין אַן אױסטערליש לשון װי חיה־קװיטשן װאָס װערט מגולגל אין רײד. זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען און באַלד זײַנען צוריקגעקומען טראָגנדיק שטורקאַצן אין די מײַלער, װאָס זײ האָבן אָעגעצונדן בײַם פֿײַער און אַרײַנגעשטעקט אין נידריקע שטענדערס אױף די זײַל פֿונעם זאַל אַרום דעם צענטראַלן הײמפֿײַער.

די הינט זײַנען געװען ביכולת צו שטײען אױף די הינטערשטע פֿיסל⁠עך װען זײ האָבן געװאָלט, און טראָגן זאַכן מיט די פֿעדערשטע פֿיסלעך. גיך האָבן זײ אַרױסגענומען ברעטער און געשטעלן פֿון די זײַטװענט און זײ אַװעגעקלײגט בײַם פֿײַער.

איז מ׳האָט געהערט באַ־באַ־באַ און אַרײַן זײַנען געטראָטן אַ פּאָר שנײ־װײַסע שאָף מיט אַ קױלנשװאַרצן װידער זײ פֿירנדיק. אײנע האָט געטראָגן אַ װײַסן טישטעך געהאָפֿטן בײַם זױמען מיט פֿיגורן פֿון חיות; אַנדערע האָבן געטראָגן אױפֿן ברײטע רוקנס טאַצן מיט שיסלען און פּאַלומעסקעס און מעסערס און הילצערנע לעפֿל, װאָס די הינט האָבן גענומען און גיך אַװעקגעלײגט צום געשטעלן־טישן. די דאָזיקע זײַנען געװען גאָר נידריק, גענוג נידריק אַפֿילו פֿאַר בילבאָ צו זיצן בײַ אים באַקװעם. לעבן זײ האָט אַ פּאָני געשטױסן צװײ בענק מיט נידריקע   און ברײטע טשערעטנע זיצערטער און קורצע דיקע פֿיסלעך פֿאַר גאַנדאַלפֿן און טאָרינען, בעת אין דער װײַטער זײַט האָט ער געלײגט בעאָרנס גרױס שװאַרץ בענקל פֿון דעם זעלבן סאָרט (װאָס אין אים איז ער געזעסן מיט די גרױסע פֿיס אױסגעצױגן װײַט אונטערן טיש). די דאָזיקע זײַנען געװען אַלע די בענקלעך װאָס ר׳האָט געהאַט אינעם זאַל, און ער מסתּמא האָט זײ געהאַט נידריק װי די טישן פֿאַר דער באַקװעמלעכקײט פֿון די װוּנדערלעכע חיות װאָס האָט אױף אים אױפֿגעװאַרטן. אױף װאָס זײַנען די אַנדערע געזעסן? מ׳האָט זײ נישט פֿאַרגעסן. די אַנדערע פּאָניס זײַנען אָרײַנגעקומען קײַקלענדיק קײַלעכדיקע באַראַבאַן־פֿורעמדיקע פּענעצן קלעצער, גלאַטיק און אָפּפּאָלירט, און גענוג נידריק אַפֿילו פֿאַר בילבאָן; אַזױ האָט מען זײ באַלד אױסגעזעצט בײַ בעאָרנס טיש, און דער זאַל האָט נישט געזען אַזאַ צוזאַמען שױן יאָרן לאַנג.

דאָרט האָבן זײ געהאַט אַ װעטשערע, אָדער אַ װאַרעמעס, װי זײ האָבן נישט געהאַט זינט זײ האָבן איבערגעלאָזט דער לעצטער הײמישער הײם און זיך געזעגנט מיט עלראָנדן. דאָס ליכט פֿון די שטורקאַצן און דעם פֿײַער האָט געצאַנקט זײ אַרום, און אױפֿן טיש זײַנען געװען צװײ הױכע רױטע בינענװאַקסנע ליכטלעך. די גאַנצע צײַט אין װאָס זײַ  האָבן געגעסן, האָט בעאָרן אין זײַן טיפֿן קאָלערנדיקן קול דערצײלט מעשׂיות פֿון די װילדע לענדער אױף דער אָ זײַט בערג, און באַזונדערש פֿונעם פֿינצטערן און סכּנהדיקן װאַלד װאָס שפּרײט זיך אױס װײַט צום צפֿון און דרום אַ טאָג אַ יאַזדע פֿאַר זײ, פֿאַרשטעלנדיק זײ דעם װעג צום מיזרח, דעם שרעקלעכן חושך־װאַלד.

די צװערגן האָבן זיך צוגעהערט און געשאָקלט די בערד, װײַל זײ האָבן געװוּסט אַז זײ מוזן זיך באַלד דערװעגן אין יענעם װאַלד און, נאָך די בערג, איז דאָס געװען די שלעכסטע פֿון די סכּנות װאָס זײ האָבן געמוזט דורכגײן פֿאַר צוקומען צוגעקומען צו דעם דראַקאָנס פֿעסטונג. װען װעטשערע איז שױן אױס געװען האָבן זײ גענומען דערצײלן מעשׂיות זײערע אײגענע, אָבער בעאָרן האָט אױסגעזען װי ער װערט שלעפֿעריק און האָט אױף זײ װעניק אַכט געלײגט. זײ האָבן גערעדט צום מײנסטן מכּוח גאָלד און זילבער און אבֿן־טובֿים און דעם אױסאַרבעטן זאַכן דורך שמידן־געניטשאַפֿט, און בעאָרנען האָבן די אָ ענינים געאַרט נישט. סע זײַנען נישט געװען קײן גאָלדנס און זילבערנס אין זײַן זאַל, און װײניק אַחוץ די מעסערס איז געװען מעטאַלן בכּלל.

זײ זײַנען געזעסן בײַם טיש מיט די הילצערנע טרינק־שעלעכלעך פֿול מיט מעד. די פֿינצטערע נאַכט איז אין דרױסן אָנגעקומען. מ׳האָט די פֿײַער אין מיטן זאַל געבױט מיט פֿרישע קלעצער און אױסגעלאָשן די שטורקאַצן, און נאָך דעם װאָס זײ זײַנען געזעסן אינעם ליכט פֿון די טאַנצנדיקע פֿלאַמען מיט די זײַל פֿון דער שטוב שטענדיק הױך הינטער זײ, און פֿינצטער אױפֿן שפּיץ װי בײמער פֿונעם װאַלד. צי ס׳איז געװען כּישוף צי נישט, דאַכט זיך בילבאָן אַז ער האָט געהערט אַ קלאַנג װי װינט אין די צװײַגן װאָס רירט זיך אין די בעלקעס, און דער שרײַ פֿון סאָװעס. באַלד האָט ער אָנגעהױבן אײַנדרימלען, און די קעלער האָבן אַ פּנים זיך דערװײַטערט, ביז ער האָט זיך געטאָן אַ װעקן אױף מיט אַ צאַפּל.

די גרױסע טיר האָט געסקריפּעט און אַ קלאַפּ געטאָן. בעאָרן איז אַװעק.