ברוכים הבאים,

איך האָב ליב איבערזעצן ביכער אױף אַ קול.  אַזױ באַניצט מען זיך מיט טשיקאַװערע טעקסטן, װערטער און פֿאָרמען אַנטקעגן װאָכעדיקע שמועסן.

איך האָף אַז איר װעט האָבן הנאה פֿון פֿאָרשטעלן פֿאַר אַלעמען.

די כּללים זײַנען אַזױ:

  • געדענקט, טאָר דער עולם נישט זען אָדער הערן דעם מקור װײַל מיר רעדן דאָ נאָר ייִדיש: דער מקור איז נאָר פֿאַר דעם איבערזעצערס אױגן.
  • דער ציל איז פֿליסיקע רײד און אַקטיאָרישן פֿאָרשטעל, נישט די שײנסטע איבערזעצונג.
  • אַ מאָל גיב איך צו גלאָסן פֿאַר שװערע װערטער, אָבער איצט זעצן מיר איבער פֿון אַרבל. אױב איר װײסט נישט װי צו זאָגן עפּעס אין ייִדיש, זאָגט עפּעס אַנדערש פֿונעם אַרבל: בײַט איבער דעם באַטײַט, היפּערט איבער אַ  פֿראַזע. איר זענט מגידים, מיר װעלן הערן אַ מעשׂה פֿון אײַך.

איך האָב מיטגעבראַכט צװײ טעקסטן: „דרכן שפּיגל און װאָס אַליס האָט דאָרטן געפֿונען“, װײַל יעדער אײנער האָט דאָס ליב, ס׳איז שפּילעװדיק, און קײן איבערזעצונג איז נישט אױסגעגעבן געװאָרן.

און פֿאַר די װאָס האָבן ליב אַ פֿערמעסט, ס׳איז דאָ אױך אַ קאַפּיטל „יוליסיס“ פֿון דזשײמז דזשױסן (טאַקע אַ קאַפּיטל װאָס האָט צו טאָן מיט ייִדן)  װײַל קײנער פֿאַרשטײט דזשױסן נישט.

אַװדאי קען מען זיך באַניצן מיט  אַבי װאַסער טעקסט זאָל נישט זײַן.

האָט הנאה!

___________________

אָט זײַנען נאָך פּרטים װעגן די מעלות פֿון איבערזעצן אױף אַ קול, מיט פֿאַרבינדונגען צו אַ פּאָר טעקסטן מיט גלאָסן אױף שװערע װערטער.