דער פּשוטער אופֿן צו לאָזן אַרבעטן קאָמפּליצירטע צושטעלער־אַפּליקאַציעס

(ענגליש דאָ.)

קובערנעטעס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פּראָבלעם פון לאָזן אַרבעטן קאָמפּליצירטע צושטעלער־אַפּליקאַציעס, און אָרקעסטרירן אַ סך חלקים וואָס זיי נעמען אַריין.

אַ שטיקל אין אַ גרויסן, פֿאַרשפּרײטן צושלעלער

ראשית־⁠כּל, די חלקים: אין משך פֿון די יאָרצענדליקער שטײַגט דאָס קאָמפּיוטערײַ אַרויף צו וואָס אַ מאָל העכערע ניוואָען פֿון אַבסטראַקציע. מען האָט אָנגעהויבן מיט פּראָגראַמװאַרג אויף קאָמפּיוטערס ממש, דאָס מאַשינוואַרג, און פֿון דאָרטן, איז מען זיך אַריבערגעגאַנגן אויף װירטועלע מאַשינען. אָבער פֿון 2015 אָן, איז אויפֿגעקומען אַ נײַע אַבסטראַקציע, דער קאָנטײנער: אַ טראָגעװדיק, לײַכטװאָגיק בינטל פֿונקציאָנאַליטעט — אַ טײל פֿון אַ צושטעלער־אַפּליקאַציע.

דער קאָנטיינער

אַ קאָנטיינער קען אַרבעטן אויף אַ ווירטועלער מאַשין, אָבער ער אַליין איז דאָך נישט קיין ווירטועלע מאַשין: ער איז נישט מער ווי אַ גוט־באַשיצטע פּאַפּקע־רשימה וואָס נעמט אַרײַן אַן אַפּליקאַציע; ער איז אַ בינטל פּאַפּקעס וואָס מען קען אַראָפּלאָדן צו אַ ווירטועלער מאַשין, און ניצן דאָרטן, נישט זאָרגנדיק זיך וועגן אַנדערע טעקעס אין דער דאָזיקער מאַשין.

אָרקעסטראַציע

בשעת די וואָלקן־פּלאַטפֿאָרמעס האָבן דערמעגלעכט די פּראָגראַמװאַרג־סיסטעמען צו ווערן וואָס אַ מאָל קאָמפּליצירטער און גרעסער, ווערט די אױטאָמאַטישע פֿאַרװאַלטונג וויכטיקער.

מען האַט אױסגעטראַכט קובערנעטעס טאַקע פֿאַר אָט דעם ציל: עס אָרקעסטרירט פּראָגראַמװאַרג־קאָנטײנערס. דאָס הייסט, עס לאָזט אין גאַנג קאָנטײנערס און פֿאַרזיכערט אַז זיי זאָלן אַרבעטן כּסדר; עס דעפֿינירט די קאָמוניקאַציע צווישן זיי; ווען דער לאַסט פֿאַרגרעסערט זיך, און מער צונויפֿרעכנען-כּוח ווערט נייטיק, גיט עס צו נאָך מער קאָנטײנערס צו דער גרופּע וואָס שטעלט צו אַן אַפּליקאַציע; און אַזוי ווײַטער.

און אָן קובערנעטעס?

צי זשע איז קובערנעטעס ממש נייטיק? אַוודאי נישט. פּראָגראַמװאַרג האָט געאַרבעט װי געשמירט שוין לאַנגע יאָרן, לאַנג פֿאַר קובערנעטעס. פֿון דעסט װעגן, אויב אַ וואָלקן־צושטעלער איז בכלל קאָמפּליצירט, וועט מען האַלטן אַז קובערנעטעס פֿאַרפּשוטערט דאָס לעבן. עס איז אַ סטאַנדאַרד בײַ דער וואָלקן־אָרקעסטראַציע, איז עס דערלויבט אויסצוניצן די ברייטע גאַמע זײַטיקן פּראָגראַמװאַרג וואָס אַרבעט צוזאַמען מיט אים.

אַ סך ווערטער

עס איז דאָ אין קובערנעטס אַ סך באַגריפֿן וואָס אָרגאַניזירן די מחשבות וועגן אָרקעסטראַציע: למשל, „שױט“, „צעשטעלונג“, „דינסט“, און נאָך מער. די פּרטים פֿון די דעפֿיניציעס אַרן אונדז איצט נישט.

אָבער אָט איז אַ קורצער איבערבליק: אַ „שויט“ (ווי אַ שויט אַרבעס) איז אַ קאָנטיינער, אַ מאָל צונױפֿגעבונדן מיט אַנדערע געהילפֿס־קאָנטיינערס, וואָס אַרבעט אינעם וואָלקן. אַ „צעשטעלונג“ איז אַ גרופּע קאָפּיעס פֿון אַ שויט וואָס דערלאַנגט צוזאַמען אַן אַפּליקאַציע. אַ „דינסט“ מאַכט צוטרעטלעך אַן אַפּליקאַציע אויף אַ געוויסן אַדרעס.

מאַך אַן אַפּליקאַציע, איצט

איצט וועל איך אײַך דורכפֿירן, לויט דעם קדמונישן מנהג, דורך אַ דוגמאלע וואָס באַווײַזט „שלום־עליכם, וועלט“ אויף דעם עקראַן מיט דער הילף פֿון קובערנעטעס.מיר וועלך באַדינען מיט אַ פּשוטן צושטעלער.

  1. ערשטנס, שאַפֿט מען אַ „קנויל“: אַ קאָלעקציע ווירטועלע־מאַשינען, אין וועלכער די קאָנטיינערס וועלן אַרבעטן.

  1. צװײטנס, גייט מען ארײַן אינעם וואָלקן־שאָלעכץ, אַ ווירטועלע מאַשין וווּ מען קען געבן באַפֿעלן ווי אין יעדן קאָמפּיוטער (און מען קען דאָס טאַקע טאָן אינעם שױס־⁠קאָמפּיוטער.)

gcloud clusters get-credentials my-first-cluster-1 --zone us-central1-c --project my-project 

  1. דריטנס, לאַנצירט מען אַלץ אױפֿן סמך פון דעפֿיניציע⁠ס אין אַ YAML טעקע.

kubectl apply -f https://joshuafox.com/content/sholem.yaml                

  1. נאָך דרײַ מינוט לערך, וואַרטירט מען kubectl get service,deployment

$ kubectl get service,deployment

NAME TYPE CLUSTER-IP          EXTERNAL-IP PORT(S) AGE

service/kubernetes          ClusterIP          10.108.0.1          <none> 443/TCP          78m

service/sholem-service LoadBalancer 10.108.1.156 34.69.48.156 80:30716/TCP 10s

NAME          READY UP-TO-DATE AVAILABLE AGE

deployment.apps/sholem-deployment 1/1          1 1          19m

  1. מיר האָבן דערגרייכט די ציל! מיר האָבן אַ צושטלעלר וואָס אַרבעט אין דעם וואָלקן, געשאַפֿן פֿון אַ פֿאַרױסדעפֿינירט בינטל פֿונקציאָנאַליטעט, אויף אַן אינפֿראַסטרוקטור מיט וועלכער קובערנעטעס פֿירט אָן אויך אַ באַקװעמען אופֿן.