װאָסערע סיבות מאָטיװירן די װאָס לערנען זיך אָפּ דאָס מאַמע־לשון— מיט דעם טראָפּ אױף די װײניקע װאָס דערגרײכן פֿליסיקײט?

  1. אױס אַן עטנישער אידיאָלאָגיע פֿון שטאָלץ צו זײַן אַן אַשכּנזער.
  2. װי אַן אױסדרוק פֿון פּערסאָנעלער ייִדישקײט, אָן קײן אַנדער אידיאָלאָגיע. (כאָטש דער ייִד קען האָבן אױך נאָך אַנדערע אידיאָלאָגיעס.)
  3. װי אַ פֿערדל און אַן אינטעלעקטועלן פֿאַרמעסט.
  4. צו רעדן מיט באָבע־זײדן אָדער אַנדערע זקנים—הגם זײ רעדן תּמיד שױן נאָך אַ שפּראַך.
  5. פֿון אַ בלױז עסטעטישער ליבע פֿאַר דער ייִדישער קולטור װאָס האָט געבליִעט 1890 - 1939, װי אַ ליבהאָבער פֿון קונסט און װיסן, אָבער אָן קײן רצון ייִדיש װי אַ פּערסאָנאַלן אידענטיטעט. עס זעט מיר אױס אַ זעלטענער אױפֿטו: װיפֿיל לערנען זיךל משל רעדן אַ פֿליסיק פֿראַנײזיש דװקא צוליב בלױז פֿאַר פֿראַנײזישער הױכ קולטור און נאָר צוליב דער ס יבה?
  6. פֿון אַ בלױז אַקאַדעמישער נײַגעריקײט — װי עטלעכע לינגװיסטן לענרנען זיך פֿערשידענע אַדנדערע שפּראַכן װאָס האָבן פֿאַר זײ נישט קײן פּערסאָנעל שײַכות. אין דער קאַטעגאָריע שליס זיך אױס די װאָס לענרנען זיך פֿאַר אַנדערע סיבות דערמאָנט דאָ.
  7. זײ װאָס װילן זײַן סעקולערע ייִדן און דאָס אױסדריקן מיט קולטור . ס׳רובֿ ייִדן הײַנט־צו־טאָגס װאָס רופֿן זיך „קולטורעלע ייִדן“ טוֹען נישט מער װי עסן אַ בײגל פֿון מאָל צו מאָל , אָבער אַ טוען עפּעס ממשותדיקערס . סע זײַנען פֿאַראַן פֿאַרשײדענע שיטות צו לעבן אַ קולטורעל ייִדישער לעבן און אײנע פֿון זײ איז דוער דער ייִדישער שפּראַך, און מיט איר ייִדישער קולטור, באַזונדער ש פֿון דער דערמאָנטער גאָלדענער תּקופֿה .
  8. עטלעכע ייִדן זײַנען עקסט־לינקע און מיט דעם סעקולער אָבער װילן האָבן עפּעס ייִדישס אינעם לבען. אַ סך פֿון זײ האָבן אַ פֿײַנט פֿאַר ציוניזם. דער היסטאָרישער בונדיזם, װאָס איז אױך געװען פֿון לינקן צד און אַנטי־ציוניסטיש, גיט אַ סיבה צו גײן טאַקע מיט ייִדיש. די אָ ייִדן טונקן זיך לאַװ־דװקא טיף אײַן אין דער ייִדישער קולטור פֿון דער גאָלדענער תּקופֿה װײַל זײ האָבן אַנדערע אינטערעסן װאָס טרײַבן זײ, װי למשל װאָקיזם, קװירע סאָלידאַרישקײט, און אַנדע רע אידעעס פֿונעם א ײן־און־צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
  9. אַ פּאָר נײַ־געקומענע צו דער חסידישע װעלט לערנען זיך אפֿשר אױס ייִדיש כּדי זיך צוצופּאַסן צו דער קהילה.
  10. ס׳רובֿ מענטשן רעדן זײער שפּראַך װי אַ מוטערשפּראַך, װעלכע די טאַטע־מאַמע האָבן זײ געלערנט בדרך־⁠הטבֿע אָן קײן אידיאָלאָגיע אָדער באַזונדערער סיבה. איך דער אָ קאַטעגאָריע פֿאַלן אױך ס׳רובֿ ייִדיש־רעדערס, און אַלע זײַנען אָן אױסנעם , חסידים אָדער זקנים.
  11. פֿאַר אַלע קאַטעגאָריעס, זײַנען אפֿשר פֿאַראַן קינדער װאָס האָבן זיך געלערנט די שפּראַך אין דער הײם. דאָס טרעפֿט זיך (אַחוץ צװישן די חסידים) נאָר װען די טאַטע־מאַטע זײַנען געקומען אױס אידיאָלאָגישע סיבות צון אַ באַזיניקטן באַשלוס.

איך טרעף (אָן אַ גרונד) אַז צװישן די פֿליסיקע ייִדיש־רעדערס, דער אָפּקומנעדיקער סדר (אָן ד עם לעצטן, די קינדער אױפֿגע ה אָדעװעט מיט ייִדיש פֿאַר באַזיניקטן סיבות) איז אזױ: חסידים (און אַ סך װײניקערע נישט־חסידישע זקנים) מיט מאַמע־לשון > נײַ־געקומעמע חסידים > פֿערדל אָדער פֿאָרמעסט > קולטורעלע ייִדישקײט > אױסדרוק פֿון ייִדישקײט אָן קײן אַנדער אידיאָלאָגישער מאָטיװאַציע > בלױז אַקאַדעמישע נײַגעריקײט.

איך טרעף אַז קײנער אָדער כּמעט קײנער לערנט זיך אַ פֿליסיק ייִדיש לױט די סיבות: אַשכּנזיזם, בלױז עסטעטישע ליבע, לינקע אידענטיטעט , אָדער כּדי צו רעדן מיט זקנים.

אָבער דאָס איז אַ װילדע השערה אָן יסוד. די צאָלן קענען נישט װערן געמאָסטן, װײַל די דעפֿיניציעס זײַנען נישט־פּרעציז און עטעלעכע רעדערס האָבן מער װי אײן סיבה אָדער אפֿשר אַנדערע סיבות.