װיפֿיל דאַרף מען מען?
װי ס׳גײט דאָס װעלטסװערטל: „אַכצען ייִדן, צװײ מנינים.“
כאָטש אַדרת איז צו קלײן פֿאַרן סך שילן, שטיבלעך, און מנינים װאָס עס האָט, גאָך שטרבען די תּושבֿים, מיט קלײנער הצלחה, צו בױען נאָך מער.
ערשטע איז די צענטראַלע שיל, די אײנציקע געבױט מיט מלוכה־געלט. זי שטײט אין אַ פּרעכטיקן בנין אין מיטן אַדרת.
די צװײטע שיל, װאָס האָט זיך אָפּגעשפּאָלטן מיט פֿערציק יאָר צוריק, איז געבױט געװאָרן מיטן געלט פֿון אַן אַדרתער גבֿיר אַ בעל־הבית פֿון אַ שטײנערײַ — אָבער איך האָב נישט געהערט קײן װאָרט װעגן אים אַחוץ פֿון װאָס איך האָב דערצײלט.
די אָ דריטע איז אַ קלײנינק שטיבל פֿון בעטאָן, אַ פּודעלע אױף שטאָלצן.
מען האָט געבױט אַלע די ערשטע הײַזער אינעם מושבֿ אַזױ—אָדער בעסער געזאָגט, נישט קײן מושבֿ, נאָר װאָס דען אַ שטעטל, װײַל דער בשותּפֿותדיקער עלעמעט האָט זײ קײן מאָל נישט געראָטן. אַרום 1959, האָט דאָס סוכֿנות אַרײַנגעבראַכט רומענישע און אונגערישע, צו װױנען אין דעם שטײנערדיקן װױסטעניש פֿון דער געגנט עדולם. (מיר שטאָלצירן מיט יצחק בן צבֿין, דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל, װאָס האָט געשריבן אַ ליד װעגן דעם אומפֿרוכפּערדיקן באָדן פֿון אונדזער געגנט). ציוניסטישע טוערס זײַנען אַרײַנגעקומען כדי צו עצהן די נײַע אָנחשקדיקע פּױערים, אָבער די רומענישע און אונגערישע זײַנען אַנטלױפּן געװאָװרן, און די טוערס האָבן געמוזט אַרומגײן פֿון הױז צו הױז, אָנצינדנדיק די לאָמפּן, בלױז כּדי נישט צו זיך דערפֿילן עלנט.
דערנאָך זײַנען די מאָראָקאַנער אַרײַנגעקומען, אָדער בעסער געזאָגט אַרײַנגעגעבראַכט געװאָרן. הגם זײ זײַנען אױכעט געװען אומװיליקערס, זײַנען ס׳רבֿ געבליבן.
דער רבֿ פֿון די מושבֿ װאָס איז מיט זײַ אָנגעקומען, האָט געװױנט אין אַ בעטאָן־פּודעלע, װי אַלע די אַנדערע תּושבֿים. ער האָט שפּעטער געבױט אַ גרעסער הױז אַ פּרעכטיקס, און דאָס בעטאָן־קעסטל איז געװאָרן אַ שטיבל—במדך אַ פּאָר יאָרצענדליקער נאָר אײן מאָל אַ װאָך, שבת־מנחה, אָבער שפּעטער אױך יעדע אינדערפֿרי שחרית.
איצט אָ, האָבן מיר נאָך נישט דערגרײכט דעם סוף פֿון דער מעשׂה פֿון די פֿילצאָליקע שילן, אַפֿילו נישט דער האָלב דערפֿון.
די פֿערטע
װי סע שטײט בײַ אונדז „אַ ייִד באַדאַרף צװײ שילן, אײנע אין װעלכער צו דאַװענען, און אײנע אין װעלכער ער װאָלט ניטש לאָזן דעם פֿוס אַרײַנצוטרעטן.“
מי ט פֿינף און צװאַנציק יאָר צוריק איז פּענימער־חדשות ארײַנגעקומען. מען האַלט זײ פֿאַר אשכּנזים אין אַ שעטעל פֿון מאָראָקאַנער, אָבער אין דער אמתן די דאָזיקע קאַטעגאָריעס שױן פּאַסן נישט. די נײַ־געקומענע זײַנען געװען דער ערב־רבֿ ײִדן װאָס אין הײַנטיקן ישׂראל מעקט בהדרגה אָפּ דעם חילוק צװישן די עדות. זײ האָבן צונױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ שיל צװײ געניצטע מאָבילהײַזער און זײ צוגעגרײט דורך אַראָפּנעמען אַלע אינעװײניקסטע װענט.
אָבער אַ בנין װי דער, פֿון שפּענדל־ברעטער און קאַרטאָנען, װעט נישט שטײן לאַנג, האָט די קהילה באַשלאָסן צו בױען אַן אמתדיקע שיל, בקרובֿ בימינו פֿאַרן סוף פֿונעם קומעדיקן יאָר.
און אַזױ איז עס געװען: יעדער יאָר זאָגט מען לשנה הבאה אין אַ שיל אַ בנױה, און נאָך אַ מאָל יעדער יאָר, במשך פֿינף און צװאַנציק יאָר. עטלעכע מאָל גרײט צו אַ ראָט מתנדבֿים פּלענער און צײכנונגען פֿאַר בױען, און אױכעט מאָנט אָפּ נדבֿות, און יעדער מאָל ענצלען זײ אױס די פּלענער און געבן צוריק דאָס געלט.
נישט גענוג בעלי־בתים שענקן נדבות. יעדער ייִד האָט אַ תּירוץ: אײנער דינגט אַ הױז און פֿאַרמאָגט נישט, אַן אַנדער פֿאַרמאָגט אַ הױז אָבער װױנט נישט דערין.
אָבער דאָס גרעסטע חילוקי־דעות איז בנוגע דער הײך פון דער מחיצה: אײן מעטער, צװײ מעטער, אפֿילו חלילה נישט קײן מחיצה — זינט חורבן־ביתֿ־שני האָט עם־ישׂראל געזען שאַרפֿער מלחמות־יהודים אױף קײַן אַנדער טעמע.
דערװײַל צעפֿאַלט זיך די מאָבילהײַזער־שיל. זי האָט זיך געציִעט צװאַנציק יאָר מער פֿון װאָס מען האָט זיך געריכט פֿאַר מעגלעך. דורך די יאָרן, האָט גאָט־צו־דאַנק דער ציבור זיך פֿאַרמערט מיט אַ װאַקסיקײט װאָס עם ־ ישׂראל האָט נישט דערגרײכט זינט יעקבס זיבעציק איז געװאַקסן צו פֿון זעקס הונדרט טױזנט, אָן װײַבער און קינדער. די קהילה איז צו גרױס, און מוז האָבן אַ געהעריקע שיל. אָבער װי? מעג משיח קומען באַלד.
דער לײזונג
אָבער די צרה האָט דאָך אַ באַשײד אַ פּשוטן: מען מוז געבן אָפּ ייִראת־כּבוד צו װעמען שטײַערט בײַ, כּדי ער זאָל דערשפיר זיך אַ גבֿיר אַ נדבֿן — און צוריק גערעדט, נישט אָפּגעבן צו װעמען שטײַערט נישט בײַ. דאָס איז אַ קדמונישער מינהג: צו געבן אַ בענקל בײַ דער מיזרח־װאַנט, אָדער אַרױסצוּװײַזן אַ בראָנדזן טאָװל מיט די נעמען פֿון גרױסע נדבֿנים. אין אונדזערע טעג, איז מען צו אײדל און װיל נישט באַלײדיקן די אָרעמע־לײַט, און אפֿילו נישט די פּראָסטע בעלי־בתים. און װאָס קומט אַרױס? נישט קײן שיל. (אָדער ריכטיקער, נישט קײן פֿערטע שיל.)
דער מינהג איז דאָך נישט קײן נײַעס: יעדער פֿון די צװעלף נשׂיאים האָט געבראַכט אַ נדבֿה פֿאַר בױען דעם משכן, און כאָשט יעדער האָט געבראַכט נאָר נאָר דעם געװײנטלעכן סכום, האָט יעדער פֿאַרדינט נישט אַ כּבֿוד—נישט קײן בראָנדזן טאָװל,—נאָר װאָס ממש אַ פּסוק אין דער הײליקן חומש! אָבער אָ רשימה פֿון די װאָס זײַנען מנדבֿ מסתּמא אױכעט אידענטיפֿיצירט יענע װאָס האָבן נישט מנדבֿ געװען, און צוליב דעם: נישט קײן שיל.
אין די טעג פֿון שיבֿת־ציון, האָבן די פאַרשידענע משפּחות געבױט די װענט פֿון ירושלים און אַזױערנאָך פֿאַרדינט אַ דערמאָנונג אין די הײליקע ספֿרים, יעדע לױט איר אײגענעם נאָמען. און װאָס מיט זײ װאָס האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט קעגן דעם בױען פֿונעם ביתֿ־המקדש: גשם דער אַראַבער, סנבלט דער חורונער, און טובֿיה דער עמונער? זײ האָבן פֿאַרדינט אַ קללה, אַ באַלײדיקנדיקע דערמאָנונג אױף אײביק אין ספֿר נחמיה—אַ האַרבע שיטה פֿאַר אױפֿמונטערן נדבֿות! אין אונדזער אײדעלער תּקופֿה, אַנטקעגן זשע, װילן מיר נישט באַלײדיקן קײנעם, און דערנאָך האָבן מיר נישט קײן שיל.
דאָס מחלוקת װעגן דער מחיצה האָט אױכעט אַ באַשײד: װער באַצאָלט אַ טױזענט שקל מעג אױפֿהײבן די מחיצה אַ צענטימעטער, אָדער שטאָטס דעם אַראָפּלאָזן, װי װילט זיך אים. און טאָמער אַ סך ייִדן זײַנען מנדבֿ לטובֿת אַרױפֿהײבן, און אַ סך לטובֿת אַראָפּלאָזן, אַפֿילו נאָך בעסער.
נאָך אַן אַנדער קלעם: דאָס ריקוד פֿון די בעלי־בתים װאָס זאָגן „כ׳ל נישט שענקן קײן נדבה אײדער די אַנדערע“, און מחמת „די אַנדערע“ זײַנען פּונקט װי אים, קײנער שענקט נישט. דער אָ פּראָבלעם האָט אַן ענטפֿער אַ פּשוטער: אָפּמאָנען פֿון יעדער אַ באַצאָלונג, מיט דער באַדינגונג אַז די קהילה װעט װידערגעבן די נדבֿות טאָמער קומט נישט גענוג געלט אַרײַן כּדי צו בױען די בנין. אַזױ האָט די קהילה געטאָן. אָבער נעבעך, מיר האָבן געװאַרטן אומגעדולדיק במשך אַ יאָר, אױף ערשטן יאַנואַר צװײ טױזנט צװײ און צװאַנציק, כּדי אַנטצודקען צי װעט די שיל געבױט װערן—אָבער נעבעך, נאָר עטלעכע יחידי־סגולה האָבן געשאָנקען.
ברוך השם לכל־הפּחות נישט דאָס
אָבער מיט אַלע אונדזערע צרות, קען סע זײַן תּמיד ערעגער.
גאָט צו דאַנקען! מיר זײַנען נישט דורכגעגאַנגן דעם פּלאָנטער װי די משפּחה דישׂראלי מיט דער בעװיס־מאַרקס־שיל „קהל קדוש שער שמים“, די אַלטסטע שיל אין דער פֿאַראייניגטער קעניגרייך, אין 1812.
אַ סך װיסן אַז בנימין דישׂראלי איז געװען דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון גרױס־בריטאַניע, אונטער דער מלכּה װיקטאָריע, און אױך, לא־עלינו, אַ משומד. אָבער װינציקער קענען דעם אױפֿקום פֿון זײַן שמד. זײַן טאַטע, יצחק דישׂראלי, איז געװען אַ רײַכער בעל־ירושה, אַ פֿילאָסאָף, און אַ פֿרײַער ייִד (אײנער פֿון די ערשטן) װאָס האָט זיך אָפּגעהאַלטן פֿונעם דרוק זיך צו שמדן—אי יענע טעג, האָט אַ ייִד געהאַט רעכטן און עקאָמאָמישע מעגלעכקײטן װי אַ קריסט נאָר נאָך דעם װאָס ער האָט זיך אָפּגעשמדט. יצחק דישׂראלי האָט שטענדיק געשאָנקן בעל־הבתּישע נדבֿות צו דער שיל, נישטקוקנדיק אױף זײַן װעלטלעכן לעבנס־שטײַגער. אָבער דער טרויעריקער סוף איז געקומען װען דער מעמד (דער זקנים־ראָט) פֿון דער שיל האָט אים נאָמינירט, נישט־װיליק, צו דער שטעלע פֿון פּרנס. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע, און דער מעמד האָט אים באַשטראָפֿן מיטן אָנגענומענעם געלטשטראָף פֿון פֿערציק פֿונט—אַ גרױסער סכום אין יענער צײַט. יצחק דישׂראלי איז אַזױ פֿאַרדראָסן געװאָרן אַז ער האָט צוגענומען זײַנע קינדער אין דער קירך און זײ אָפּגעשמדט!