הומאַניזם איז די אידעע אַז װערט קומט פֿון מענטשישע פּרעפֿערענצן. למשל, די מענטשן ווילן לעבן, און דרענאָך, אויב עמעצער איז אין סכּנה פֿון טויט, מוז מען אים באַשירעמען. מענטשן ווילן האָבן די זעקראַפּט, און דערנאָך מוז מען אױסהײלן די בלינדע. די מענטשן ווילן האָבן די פֿעיִקייט אױפֿצוטאָן זייערע צילן, און דערנאָך, אויב די אינטעליגענץ פֿון אַ קינד ווער אַכטציק אָנשטאָט הונדערט, מחמת אַ דוחק יאָד, מוז מען אים דערלאַנגן יאָד.

 

טראַנסהומאַניזם איז דאָס זעלביקע.

אויב אַן אַכט־יעריקער  לײַדט פֿון אַ סכּנות־⁠נפֿשותדיקע קרענק, וועט מען אים קורירן. אויב אַן אַכטציק־יאָריקער  לײַדט פֿון אַ סכּנות־⁠נפֿשותדיקער קרענק, דאַרף מען אים קורירן, טאָמער ס׳איז מעגלעך. אויב זײַן קרענק איז „בלויז“ דער ראַק און דער האַרצפֿעלער פֿון דעם עלטער, דאַרף מען נאָך אים קורירן, טאָמער ס׳איז מעגלעך. און אויב מען קען ראַטעווען זײַן לעבן און בריאות, אָבער און ווידער, ניטש נאָר בײַ אַכציק יאָר, נאָר אויך בײַ הונדערט, און אויכעט מאה ועשׂרים און אויכעט נײַן הונדערט זעכציק, דאַרף מען אים ראַטעווען.

פּונקט אַזוי, אויב אַ אַפֿגאַניסטאַנער מיידל וואָלט האָבן אַן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער פֿון אַן עילױ, הונדערט און צוואַנציק, אויב עס וואָלט קריגן יאָד, און באם־⁠לאַװ נאָר די דורכשניטלעכע ניוואָ,  הונדערט, דאַרף מען געבן אים יאָד. און אויב אַ מענשט וואָלט האָבן אַ נאָרמאַלן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער פֿון הונדערט, אָבער מען האָט געפֿונען אַ טעכניק אױפֿצוהײבן די אינטעליגענץ צו הונדערט צוואַנציק, דאַרף מען אַזוי טאָן.

 

אַלע בני־אדם זײַנען טײַער — טאַקע אַלע, און אונדזערע פּרינציפּן טאָרן נישט אײַנשליסן יוצא־⁠מן־⁠הכּללן.

די אָ אידעעס זעען אויס באַשײַמפּערלעך, אָבער זיי טױגן נישט דער אינטויִציע פֿון אַ סך, אפֿשר ס׳רב. מען ברענגט פֿאַרשיידענע טענות, לדוגמא, אַז די פֿאַרלענגערונג פֿון לעבנס־⁠געדױער וואָלט דערפֿירן צו איבערפּאַקן פֿון דער ערד. אָבער דאָס איז אכזריותדיק. אויב מען וואָלט געפֿרעגט אַ טאַטע־מאַמע אין 1600 צי ווילט זיך זיי אַז אָנשטאָט אַ העלפֿט זייערע קינדער זאָל שטאַרבן, אַלע זאָל איבערלעבן — אָבער דער מקח איז אַז די וועלט זאָל האָבן צען מילאַרד אָנשטאָט אַ מילאַרד — וואָלטן זיי מסכים געווען אין אַן אױגנבליק. (און דאָס האָט פּונקט געשעט.)

אַן אַנדער טענה: זקנים וואָלטן נישט אַרױסגאַנגן אױף פּענסיע און אַזוי וואָלטן זיי נישט לאָזן גענוג געלעגנהייטן פֿאַר די יונגע. דאָס איז אויכעט אַן אַכזריות: מען טאָר נישט אומברענגן כּדי צו עפֿענען אַן אַמט. אין אַ וועלט פֿון לאַנג, געזונט לעבן, וואָלט די זקנימס דערפֿאַרונג נישט פֿאַרשװוּנדן געוואָרן יעדן דור, און בשעת די זקנים ניצן זייערע יכולות מיט פֿרישקײט און שעפֿערישקײט, וואָטלן די יונגע שאַפֿן נײַע אױסגעפֿינסן און אינסטיטוציעס.

אַן אַנדער טענה איז אַז אַ צו־לאַנג לעבן געפֿעלט די מענשטן נישט. צו דעם, קען איך נאָר ענטפֿערן, אָבער מיט באַדױער: הרשות נתונה תּמיד, און מען וועט נישט צװינגען קיינעם צו לעבן.

די אָ אידעע — דער פֿאַרלאַנג צו זײַן מקײם, אָן אויסנעם, אַלע מענטשישע ווערטן — שמיגלעט אַ סך מענטשן. זיי שטימן אײַן אַז אויפֿהייבן אַן אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער פֿון אַכטציק צו הנדערט איז גוט, און דרך־כּלל אויכעט אַז אַן אויפֿהייב פֿון הונדערט צו הונדערט צוואַנציק איז גוט בתּנאי הונדערט איז דער אַרױסקום פֿון היזק און די „נאַטירכלעכע“ ניוואָ איז הונדערט צוואַנציק. אָבער אויפֿהייבן אַ „נאַטירכלעכן“ הונדערט צו הונדערט צוואַנציק איז בײַ זיי אַ זינד.

 

אויכעט יענע אײַנװענדן זײַנען אויסטערליש און אכזריותדיק אין זייער װירקונג. הונדערט איז אַן מוטװיליקע צאָל. קינדער דרך־כּלל קריגן בעסער לעבן־אַרױסקומען מיט אַ העכער אינטעליגענץ אַקעגן אַ נידריקער. אויב מען קען זיי העלפֿן, איז אַ מיצווה דאָס צו טאָן.

די טענות קעגן דער פּשוטער אױסברײטערונג פֿון הומאַנישטיטע פּרינציפּן צו אַלע לײַט, װער סע זאָל נישט זײַן, זעען אויס אַזוי אומלאָגיש און נישט־⁠אױסגעהאַלטן אַז מע זוכט אַן אַנדער דערקלערונג: וואָס איז די אמתע מאָטיװירונג הינטער די אײַנװענדן?

די מאָטיװירונג, לויט מײַן מיינונג, איז דאָס נאַטוראַליסטישע פֿאַרפֿירעניש: די מיינונג אַז וואָס קומט פֿון נאַטור איז גוט, און וואַס איז קינסטלעך געמאַכט איז שלעכט.

דאָ האָב איך דעם פּלאַץ צו טענן נאָר אַ ביסל קעגן דעם נאַטוראַליסטישן פֿאַרפֿירעניש. הײַנט, לײַדט מען נישט פֿון דעם קאַלט בשעת מען וווינט אין אַ הויז און טוט אָן קליידער, וועלכע זײַנען מעשׂה־ידי־אדם. און קאַלט, הונגער, און קרענקהייט זײַנען גאָר נאַטירלעך.

אָבער למעשׂה, איז דאָס טעות הינטער דעם אײַנװענד נאָך ערגער: דער מצבֿ וואָס איז געהאַלטן פֿאַר נאַטירלעך אין די דאָזיקע סצענאַרן איז דאָך אַ רעזולטאַט פֿון מענטשישן אָנשטרענג. דער הײַנטיקער אַכציק־יאָר לעבנס־⁠געדױער איז אַ מאָדערנער דערגרײך: אין 1900 איז דער לעבנס־⁠געדױער אין רײַכע לענדער נאָר אַ האַלב — פֿירציק. און אַ נאָרמאַלער אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער וואָס איז דערגרייכט אין באַרגיקע געגענטן דורך נערעװדיקע צוגאָבן מיט יאָד איז דאָך אַ קינסטלעך: אָן די צוגאָבן, וואָלט די ריינע נאַטור דערפֿירן צו אַ נידריקער אינטעליגענץ־⁠װיפֿלער.

דערפֿאַר, דאַכט זיך אַז דאָס פֿאַרפֿירעניש איז נישט נאָר דאָס נאַטוראַליסטישע, נאָר אױך דער סטאַטוסקװאָ־הינטערגעדאַנק. מענשטן האַלטן טײַער וואָס זיי שוין האָבן, און האַלטן פֿאַר דעם נאַטירלעכסטעטן דעם איצטיקן מצבֿ צו וועלכן זיי זײַנען געוווינט געוואָרן.

דער נאָמען „טראַנסהומניזם“ קומט אויף פֿון דער גערנקײט אַריבערצושטײַגן איצטיקע מענטשישע באַגרענעצונגען און אױפֿצוהאַלטן אַבי װאָסער טריט וואָס העלפֿט די מענטשן פֿאַרבעסערן זײַער לעבן און דערגרייכן זייערע רצונות און װערטן, אַפֿילו ווען דער רעזולטאַט איז „חלילה“ בעסער פֿון וואָס מען קען הײַנט.

צוריק צו די פּרינציפּן: אַלע בני־אדם זײַנען טײַער, תּמיד. וואָס איז גוט פֿאַר לײַט, איז גוט. דאָס איז הומאַניזם, און, אין דעם רײַנסטן פֿאָרעם אָן אויסנעמען, רופֿט זיך טראַנסהומניזם.