די ערשרטע און צוויטע און דריטע

 דאָס שפריכוואָרטז זאָגט: „אַכצען יידן, צוויי מנינים.“

אדרתֿ איז צו קליין פֿאַר פֿיר — אדער פֿינף, און אָ מאָל זעקס — שילן, שטיבלעך, און  מנינים, פֿאָרט שטרבען די ייִדן מי קליינער הצלחה צו בויען מער.

ערשטנס, די צענטראַלע שיל, די איינציקע געבויטע מיט מלוכה־געלט. זי שטייט אין אַ פּרעכטיקן בנין אין מיטן אדרתֿ.

די צווייטע קהילה, וואָס האָט זיך געשפּאָלטן מיט פֿערציק יאָר צוריק, און איז געבויט געוואָרן מיט דעם געלט פֿון אַן אַדרתֿער גבֿיר אַ בעל־⁠הבית פֿון אַ שטײנערײַ — אָבער איך האָב נישט געהערט קיין וואָרט וועגן אים אַחוץ פֿון וואָס איל האָב דערציילט — איז די לעצטע מיט איר אייגענעם בנין, ווײַל די דריטע איז אַ קליינינק שטיבל פֿון בעטאָן, אַ פּודעלע אויף שטאָלצן.

אַזױערנאָך האָט מען געבויט אַלע די ערשטע הײַזער פֿון דעם מושב — אָדער בעסער געזאגט שטעטל, ווײַל דער בשותּפֿותדיקער עלעמעט האָט קיין מאָל נישט מצליח געווען. דאָס בויען איז געשען מיט זעכציק יאָר צוריק, און באַלד נאָך דעם האָבן זיך אָפּכעטראָגן די רומענישע און אונגערישע וואָס די סוכנותֿ האָט געברענגט‎ אַהער צו וווינען אין דעם שטיינערדיקן ווויסטעניש פֿון דער געגנט עדולם (מיר שטאָלצירן זיך מיט איינעם אַ נשׂיא פֿון ישראל, אפֿשר יצחק בן צבֿי, וואָס האָט געשריבן אַ ליד וועגן דעם אומפֿרוכפּערדיקן באָדן פֿון אונדזער געגנט).  איז די ציוניסטישע טוערס וואָס זײַנען אַרײַנגעקומען כדי צו עצהן די נײַע אָנחשקדיקע פּויערים האָבן געמוזט אַרומגיין פֿון הויז צו הויז, אָנצינדנדיק די לאָמפּן, בלויז  כּדי מען זאָל זיך נישט פֿילן עלנט. דערנאָך זײַנען די מאָראָקאַנער אַרײַנגעקומען, אָדער בעסער געזאָגט אַרײַנגעגעברענגט געוואָרן‎, און הגם זיי זײַנען אויכעט געווען אומװיליק, זײַנען ס׳רוב געבליבן. דער רבֿ האָט געוווינט אין אַ בעטאָן־פּודעלע, ווי אַלע תּושבֿים. ער האָט, ברוך השם, געבויט אַ גרעסער הויז אַ פּראַכטיקס, און דאָס בעטאָן־קעסטל איז געוואָרן אַ שטיבל — אָבער נאָר איין מאָל אַ וואָך, שבתֿ־מנחה.

ביז איצט, האָבן מיר נאָך נישט דערגרײכט דעם סוף פֿון דער מעשה, אַפֿילו נאך נישט אויף א העלפט . איך וועל אײַך אַצינד דערציילן וועגן דעם פֿערטן, פֿינפֿטן און אפֿשר דעם זעקסטן מנין.

 די פֿערטע

ווי איז געשריבן „אַ ייִד באַדאַרף צוויי שילן, איינע אין וועלכער צו דאַווענען, און איינע אין וועלכער ער וואָלט ניטש לאָזן דעם פֿוס צו טרעטן.“

 

מיט פֿינף און צוואַנציק יאָר צוריק איז פּנים־⁠חדשות ארײַנגעקומען. מען האַלט זיי פֿאַר אשכנזים אין אַ שעטעל פֿום מאָראָקאַנער, אָבער אין דער אמתֿן זײַנען זיי געווען דער ערב־רבֿ ייִדן וואָס אין הײַנטיקן ישׂראל מעקט בהדרגה אָפּ דעם חילוק צווישן די עדותֿ. זיי האָבן צונויפֿגעשטעלט פֿאַר אַ שול צוויי געניצטע מאָבילהייזער און זיי צוגעגרײט דורך אַראָפּנעמען אַלע אינעװײניקסטע ווענט.

מחמת אַ בנין ווי דער, פֿון שפּענדלברעטער און קאַרטאָנען, וועט נישט שטיין לאַנג, האָבן אַלע באַשלאָסן‎ צו בויען אַן אמתֿדיקע שיל, בקרוב בימינו פֿאַר דעם סוף פֿון דעם קומעדיקן יאָר.

און אַזױ איז עס געווען: יעדן יאָר זאָגט מען לשנה הבאה אין אַ שיל אַ בנויה, און נאָך אַ מאָל יעדער יאָר, במשך פֿיר און צוואַנציק יאָר. עטלעכע מאָל גרייט אַ ראָט מתנדבֿים פּלענער און צייכנונגען פֿאַר בויען, און אויכעט מאָנט אָפּ נדבֿות, און יעדער מאָל ענצלען זיי אױס די פּלענער און גיבן צוריק דאָס געלט.

צו װײניק בעלי־הבתים שענקן נדבות. יעדער ייִד האָט אַ תּירוץ: איינער דינגט אַ הויז און נישט פֿאַרמאָגט, אַן אַנדער פֿאַרמאָגט אַ הויז אָבער וווינט נישט דערין.

אָבער דאָס גרעסטע חילוקי־⁠דעות איז בנוגע דער הייך פון דער מחיצה: איין מעטער, צווי מעטער, אפֿילו חלילה נישט קיין מחיצה — מלחמות־יהודים זײַנען נישט שאַרפֿער געווען זינט חורבן־ביתֿ־שני.

דערװײַל צעפֿאַלט זיך די מאָבילהייזער־שיל אַ ביסל, און נאָך אָ ביסל. זי האָט געדױערט צוואַנציק יאָר מער פֿון וואָס מען האָט זיך געריכט אַז מעגלעך. דורך די יאָרן, האָט ברוך־השם דער ציבור זיך פֿאַרמערט מיט אַ װאַקסיקײט וואָס עם ישׂראל האָט נישט דערגרײכט זינט יעקבס משפּחה פֿון זיבעציק איז געוואַקסן צו אַ פֿאָלק פֿון זעקס הונדרט טויזנט, אָן ווײַב און קינדער. מיר זײַנען צו פֿיל, און מוזן האָבן אַ געהעריקע שיל. אָבער ווי? מעג משיח קומען באַלד, במהירה ובימינו.

דער פּלאָנטער

אָבער דער פּלאָנטער האָט דאָך אַ באַשײד אַ פּשוטן: מען מוז געבן ייִראתֿ־כּבוד צו וועמען שטײַערט בײַ כּדי ער זאָל דערשפיר זיך אַ גביר אַ נדבן — און װידער, נישט צו וועמען גיט נישט. דאָס איז אַ קדמונישער מינהג: צו געבן אַ בענקל בײַ דער מיזרח־וואַנט, אָדער אַרױסצוּװײַזן אַ בראָנדזן טאָװל מיט די נעמען פֿון גרויסע נדבֿנים. אין אונדזערע טעג, איז מען צו איידל און וויל נישט באַליידיקן די אָרעמע־⁠לײַט, און אפֿילו נישט די פּראָסטע בעלי־בתים. און וואָס קומט אַרױס? נישט קיין שיל. (אָדער גענױער, נישט קיין פֿערטע שיל.)

דער מינהג איז דאָך נישט קיין נײַעס: יעדער פֿון די צוועלף נשיאים האָט געברענגט נאָר די געוויינטלעכע נדבֿה פֿאַר בויען דעם משכן, און צוליב דעם, פֿאַרדינט יעדער נישט קיין בראָנדזן טאָװל, אָבער ממש אַ פּסוק אין דער הייליקן חומש! אָבער אָ רשימה פֿון די וואָס מנדבֿ זײַנען מסתּמא אױכעט באַשרײַבט די וואָס זײַנען נישט מנדב, און צוליב דעם: נישט קיין שיל.

און אין די טעג פֿון שיבת־ציון, האָבן די ייִדן געבויט די ווענט פֿון ירושלים און אַזױערנאָך  פֿאַרדינט אַ דערמאָנונג אין די הייליקע ספֿרים, יעדער משפּחה בײַ זײַן אייגענעם נאָמען. און וואָס מיט די וואָס האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט קעגן דעם בויען פֿונעם ביתֿ־המקדש: גשם דער אַראַבער, סנבלט, און טובֿיה דער עמוניטער? זיי האָבן פֿאַרדינט אַ קללה, אַ באַליידיקנדיקע דערמאָנונג אויף אייביק אין ספֿר נחמיה. אַ האַרבע שיטה פֿאַר אױפֿמונטערן נדבֿות! אין אונדזער איידעלער תּקופֿה, אַנטקעגן זשע, ווילן מיר נישט באַליידיקן קיינעם, און דערנאָך האָבן מיר נישט קיין שיל.

 

נאָך אַן אַנדער פּלאָנטער: דאָס ריקוד פֿון  די בעל־הבתים וואָס זאָגן „איך וויל נישט שענקן קיין נדבה איידער די אַנדערע“, און מחמת „די אַנדערע“ זײַנען פּונקט ווי אים, קיינער שענקט נישט. דער אויכעט האָט אַן ענטפֿער אַ פּשוטער: אָפּמאָנען פֿון יעדער אַ באַצאָלונג, מיט דער באַדינגונג אַז די קהילה וועט ווידערגעבן די נדבֿות אויב קומט נישט גענוג געלט אַרײַן כּדי צו בויען די בנין. דער איז די גרינגסטער פֿון די באַשיידן, און אַזוי האָט די קהילה געטאָן. מיר וואַרטן אומגעדולדיק אויף ערשטן יאַנואַר צווי טויזנט צוויי און צוואַנציק — וועט די שיל געבויט ווערן, צי וועט דער געלט נעבעך ווידערקומען און אַ שיל וועט אױפֿשטעלן זיך נישט?

אויכעט דאָס מחלוקתֿ וועגן דער מחיצה האָט אַ באַשײד: ווער באַצאָלט אַ טויזענט שקל מעג אויפֿהייבן די מחיצה צען צענטימעטער, אָדער טאַקע אַראָפּלאָזן, אויב ער וויל. ווען אַ סך ייִדן מנדבֿ זײַן לטובֿתֿ אַרויפֿהייבונג, און אַ סך לטובֿתֿ אַראָפּלאָזונג, איז עס וועט נאָך בעסער. אָבער אָט די עצה האָט מען טאַקע נישט דורכגעפֿירט.