-
„באַװעבטע סקראַבל־שפּיל“
איך האָב געבױט די אָ באַװעבטע סקראַבל־שפּיל. שפּילט געזונטערהײט, און איך בעט נאָר אַז אױב איר געפֿינט דיבוקים און פֿעלערס, זאָלט איר מיר שיקן אַ בליצבריװ.
-
„װאָלקן־טעכנאָלאָגיע: קובערנעטעס“
דער פּשוטער אופֿן צו לאָזן אַרבעטן קאָמפּליצירטע צושטעלער־אַפּליקאַציעס.
-
„װי מען רעגולירט אַרױסגאַנג לױט ראַיאָן: כטולהון אַרט עס נישט“
אַ קורצער ראַפֿעראַט בנוגע קאָנטראָלירונג פֿון אַרױסגאַנג פֿון אַ קובערנעטעס־קנױל, אין גײַסט פֿון ה.פּ. לאַװקראַפֿטן.
-
„קלאָזשור און פֿונקציאָנעלע פּראָגראַמירונג“
אַ דיאַלעקט פֿון ליספּ װאָס לערנט היפּשװערטיקע שיטות פֿאַר געראָטענער פּראָגראַמירונג.
-
„נײַע טעכנאָלאָגיע: אַ ייִדישע קלאַוויאַטור װאָס איך האָב געשאַפֿן פֿאַר מעק“
די אָ נײַע קלאַװיאַטור פֿאַר מעק האָט די מעלה אַז זי איז באַזירט אױף דער געװײנטלעכער העברעיִשער קלאַװיאַטור און דערנאָך, מען האָט קלאַװיאַטורן מיט כּמעט אַלע אותיות שױן אָפּגעדרוקט אױף די קלאַװישן, און די אַנדערע אותיות האָבן אַ געדענק־מיטל. איך האָב זי געבױט צו מינימיזירן די נײטיקײט צו װאָרטירן צװײ קלאַװישן נאָכאַנאַנד פֿאַר אײן אות.