מיט אָט דער פֿאַרבעסערטער קלאַטיאַטור, קען מען, למשל, דרוקן ״אַ״ ווי איין אות, און נישט צוויי.

די העברעאישע קלאַוויאַטור אין מאַקינטאָש האָט טאַקע אַלע ייִדישע אותיות. זעט ביטע אַ שמועס וועגן איר דאָ און אַ טאַבעלע פֿון קלאַווישטן דאָ.

אָבער זי איז שווער צו באַניצן. פֿאַר ״אַ״, למשל,ֿ מוז מען דרוקן א׳ און דערנאָך 7 מיט ⌥. אזוי אויכעט מיט אָ און פֿ און פּ: מען שטעלט זיי אויף מיט דרוקן צוויי אותיות. אַ מאָל, באַדאַרף איין פֿון די צוויי אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי קלאַווישן. ס׳איז באַזונדערש שווער צו טיפּירן בלינדערהייט אַזוי. איך האָב באַשאַפֿן אַ קלאַוויאַטור מיט לײַכטע בייטונגען פֿון די העברעאישע.   

מען דרוקט
  • ⌥א פּאַר ״אַ״,
  • ⌥ם ( דער מנעמאָנישער סימן: ⌥o) פֿאַר ״אָ״,
  • ⌥פ פֿאַר ״פֿ״,
  • און ⌥[ (דער סימן: לעבען פ) פֿאַר ״פּ״.
  •  אַלע אַנדערע זײַנען פּונקט ווי אין דער העברעאישער קלאַוויאַטור.  
  •  
אויב איר געפֿינט פֿאַרבעסערונגן, שרײַבט ביטע צו. איך זע שוין מעגליכקייטן ווי קוויטשן פֿאַר ״יִ״, ״כּ״, ״תּ״, ״בֿ״, און אזוי ווײַטער -- די כּלל איז אַז מען זאָל נישט טיפּירט צוויי קאָמבינאַציעס, אײנס נאָך אַנאַנד, אַפֿילו אויב מוז אַ מאָל דרוקן אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי קלאַוויטשן צוזאַמן פֿאַר איין אות.

 צו ניצן:
  • מען אַראָפּלאָדט דאָס קלאַוויאַטור-בינטל דאָ
  • מען אומזיפּט (ציִעט די טעקעס אַרויס פֿון) דעם זיפּ-אַרכיוו.
  • מען עפֿנט אַ טערמינאַל אין דער פּאָפּקע-רשימה וווּ שטייט דאָס קלאַוויאַטור-בינטל Yiddish.bundle און קאָפּירט צו דאָס בינטל אַזוי: sudo cp -r Yiddish.bundle /Library/Keyboard\ Layouts
  • מען ווידער הייבט אָן דעם קאָמפּיוטער.
  • מען עפֿנט System Settings און דערנאָך Keyboard layouts.
  • מען גיט אַ קװעטש די פּלוס-איקאָנע כּדי צוצוגעבן אַ קלאַוויאַטור.
  • מען געפֿינט ייִדיש אין דער שפּראַך-רשימה או גיט צו די קלאַוויאַטור.
  • דערנאָך, נעמט מען אַוועק די העברעאישע קלאַוויאַטור. סײַ װי סײַ, פֿעלט אויס גאַרנישט דער נײַער קלאַוויאַטור אַנטקעגן דער העבראישער. למעשׂה, די נײַע קלאַוויאַטור איז עיקרדיק נישט קיין ייִדישע, טאַקע נאַך אַלץ אַ העברעאישע, מיט צוגעבונגן לטובֿת ייִדיש, פּונקט ווי די געוויינטלעכע העברעאישע קלאַוויאַטור.